י' כסלו
דאטום אין אידישן לוח
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' כסלו
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
י' כסלו איז דער צענטער טאג פונעם דריטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צענטער טאג פונעם ניינטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בשה בשז גכה גכז |
זונטאג | וישלח |
הכז החא |
דינסטאג | וישלח |
השא השג |
מיטוואך | וישלח |
זחא זחג |
דאנערשטאג | ויצא |
זשג זשה |
פרייטאג | ויצא |
בחה בחג |
שבת | ויצא |
חגים וזמנים
- א יום שמחה ביי חסידי חב"ד, אין וועלכע זיי זאגן נישט קיין תחנון, צוליב באפרייאונג פון מיטלער רבי'ן פון תפיסה
געשעענישן
- ה'תקפ"ז – רבי דובער פון ליובאוויטש ווערט באפרייט פון טורמע
- ה'תרכ"ו – די טיילונג אין אונגארישן אידנטום: שליסט זיך די אסיפה אין מיהאלאוויץ, וואו עס ווערן באשטימט איסורים קעגן די נעאלאגן
- ה'תשל"ח – עגיפטישער פרעזידענט אנוואר סאדאט געבט א רעדע אין כנסת, דורכאויס זיין באזוך אין ירושלים
- ה'תשל"ט – אנוואר סאדאט און מנחם בעגין ווערן באלוינט מיט דער נאבעל פריז פאר שלום
געבוירן
- ה'תרכ"ד – רבי חיים מאיר יחיאל שפירא פון דראהביטש (נפטר ה'תרפ"ד)
- ה'תרכ"ז – רבי שלמה אהרן ווערטהיימער, א רב, דיין און מחבר ספרים, וועלכער האט אנטפלעקט די קאיר גניזה (נפטר ה'תרצ"ה)
- ה'תרכ"ט – רבי ישראל פערלאוו, דער "ינוקא" פון סטאלין (נפטר ה'תרפ"ב)
- ה'תרמ"ט – רבי יעקב אלימלך פאנעט, אדמו"ר פון דעעש, מחבר פון "זכרון יעקב" (נפטר ה'תש"ד)
- ה'תרנ"ג – רבי יהודה משה דאנציגער, אדמו"ר פון אלכסנדר אין בני ברק (נפטר ה'תשל"ג)
- ה'תר"ס – מנשה אונגאר, א באקאנטער רעדאקטאר און שרייבער (נפטר ה'תשכ"ט)
- ה'תש"ט – אליהו ריפס, א מאטעמאטיקער בארימט מיט זיין ארבעט איבער גרופע טעאריע און איבער דער תנ"ך קאוד
יארצייטן
- ה'תצ"ח – רבי שמשון בלאך, דיין אין האמבורג, מחבר פון "נזירות שמשון"
- ה'תרפ"א – רבי פינחס מנחם אלעזר יוסטמאן פון פילץ, מחבר פון "שפתי צדיק" (געבוירן ה'תר"ט)
- ה'תרפ"ז – רבי רפאל דאבוש, פון די גרויסע רבנים פון ליביע (געבוירן ה'תרכ"ד)
- ה'תרצ"ד – רבי משה מרדכי עפשטיין, ראש ישיבה פון ישיבת חברון (געבוירן ה'תרכ"ו)
- ה'תש"ג – רבי מנחם נחום פרידמאן פון הוסיאטין-לעמבערג, אומגעברענגט אויף קידוש השם (געבוירן ה'תר"מ)
- ה'תשי"ד – רבי איסר זלמן מעלצער, ראש ישיבה פון סלוצק און פון ישיבת עץ חיים, און מחבר פון "אבן האזל" (געבוירן ה'תר"ל)
- ה'תשל"א – רבי רפאל הורוויץ, קאלאמייער רבי פון בארא פארק (געבוירן ה'תרנ"ו)