רוי:רבי יהודה משה דאנציגער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יהודה משה דאנציגער
געבורט י' כסליו ה'תרנ"ג
פלאוונע, פוילן
פטירה כ"ג אלול ה'תשס"ה
בני ברק
כינוי "אמונת משה"
מקום קבורה בית החיים פאנאוויטש
טעטיגקייט אָרט אלעקסאנדער
דינאסטיע אלעקסאנדער
קינדער איינס
5'טער אלעקסאנדער'ער רבי
תש"ז - ה'תשל"ג


רבי יהודה משה דאנציגער (י"ט כסלו ה'תרצ"ב - כ"ג אדר א' ה'תרצ"ג) איז געווען דער פינפטער רבי אין דער אלכסנדר דינאסטיע, ער האט געדינט אלס רבי צווישן די יארן "ה'תש"ז - תשל"ג".

לעבענסגעשיכטע

ער איז געבוירן אין דעם שטעטל פלאוונע אין פוילן צו זיין פאטער רבי יחיאל יוסף טיבערג (זון פון ר' הירש פלאוונער, פון די חשובע ווארקא און אלכסנדר חסידים) און הענדל, טאכטער ​​פון רבי דוד דוב טאוב, דער "בנין דוד" רב פון דאבראז'ינסק. אין זיינע בחורישע יארן האט ער געלערנט ביי רבי אברהם אליעזר ראטענבערג, דיין אין לאדזש, און ביי דער עלטער פון 13 יאר האט ער באקומען פון אים סמיכה. ער איז געפארן איבער 50 מאל צום ישמח ישראל. אויף דעם פארשלאג פון זיין רבי'ן דער ישמח ישראל האט ער חתונה געהאט מיט אסתר פערל, די טאכטער פון רבי בצלאל יאיר דאנציגער, דעם רבינ'ס ברודער.

ביי דער ערשטער וועלט-מלחמה איז ער אנטלאפן מיט זיין שװער און פעטער קיין לאדזש, און ער איז געפארן דעמאלט קיין אסטראווצע לערנען ביי רבי מאיר יחיאל פון אסטראווצע. דערנאך האט ער זיך באשעפטיגט מיט האנדלען מיט וויין וועלכע ער פלעגט אימפארטירן פון קראקע. אין דער תקופה איז ער אויך געפארן צו די הויפן פון רבי ישכר דוב פון בעלזא און ישראל פון טשארטקאוו.

אין יאר תרצ"ג איז ער געפארן קיין לאנדאן וואו ער האט געדינט אלס רב אין דער טריסקער שול. נאך עטליכע חדשים איז ער צוריקגעשיקט געווארן געווארן קיין פוילן, צוליב וואס ער האט נישט פארמאגט די נויטיגע פאפירן צו פארבלייבן אין לאנדאן. סוף יאר תרצ"ד האט ער מיט דער צושטימונג פונעם בעל עקידת יצחק עולה קיין ארץ ישראל מיט זיין ווייב און זיין זון רבי אברהם מנחם. ער האט זיך באזעצט אין ירושלים און עוסק געווען אין לערנען, אין דער צייט וואס ער האט געלעבט אין גרויס ארימקייט און דחקות. אין דער תקופה האט ער אויך אסאך עוסק געווען אין תורת הקבלה.

נאך דעם חורבן וואו עס זענען אומגעקומען דער רבי דער עקידת יצחק, זיין פאמיליע, און רוב אלכסנדר חסידים וואס האבן זיך געציילט אין די צענדליגער טויזנטער. אין יאר תש"ז האט די איבערגעבליבענע אלכסנדר חסידים אים געקרוינט צו אנפילן דאס ארט פון די אלכסנדר רבי'ס.

ער האט באפוילן זיין זון צו טוישן זיין פאמיליע נאמען פון טיבערג צו דאנציגער, צו פאראייביגען דעם משפחה נאמען פון דער אלכסנדר דינאסטיע. נאך אפאר יאר האָט ער אויך געטוישט זיין אייגענעם נאָמען.

ער איז נפטר געווארן אין דעם אסותא שפיטאל אין תל אביב כ"ג אדר ה'תש"ג. ער איז באערדיגט געווארן אויפן פּאָנאוויטשער בית-החיים אין בני ברק.

זיין זון רבי אברהם מנחם דאנציגער איז אויפגענומען געווארן אויף זיין פלאץ.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!