רוי:רבי יצחק מנחם מענדל דאנציגער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יצחק מנחם מענדל דאנציגער
געבורט ה'תר"ם
אלעקסאנדער
פטירה כ"ג אלול ה'תש"ג
טרעבלינקע פארניכטונגס לאגער
כינוי "עקידת יצחק"
מקום קבורה קיין
טעטיגקייט אָרט אלעקסאנדער
דינאסטיע אלעקסאנדער
קינדער פופצן (זעקס זין און ניין טעכטער)
4'טער אלעקסאנדער'ער רבי
תרפ"ד - כ"ג אלול תש"ג
רבי יהודה משה דאנציגער, זיין פעטער'ס איידעם ←


רבי יצחק מנחם מענדל דאנציגער (ה'תר"ם-כ"ג אלול ה'תש"ב) איז געווען דער פערטער רבי אין דער אלכסנדר דינאסטיע, וועלכער איז געוועהן דער גרעסטער חסידישער הויף אין פוילן. ער איז אומגעקומען על קידוש ה' אין דער טרעבלינקע פארניכטונגס לאגער. גערופן דער עקידת יצחק אויפן נאמען פון זיין ספר.

לעבנסגעשיכטע

ער איז געבוירן געווארן אין אלעקסאנדער, פוילן, אין יאר ה'תר"ם צו זיין פאטער רבי רבי שמואל צבי דאנציגער, דער דריטער אלכסנדר רבי, דער "תפארת שמואל", א זון פונעם אלטער רבי פון אלכסנדר, און צו זיין מרת מוטער שרה רבקה גארמאן.

ער האט געלערנט ביי זיין פעטער דער ישמח ישראל. שפעטער האט ער געלערנט ביי זיין פאטער.

נאך די פטירה פון זיין פאטער אין יאר תרפ"ד האט מען אים אויפגענומען אלס רבי פונעם אלכסנדר הויף, ווען ער איז אלט געווען פיר און פערציג יאר. ער האט אויפגעשטעלט די נעץ פון ישיבות "בית ישראל" אנגעהויבן אין אלעקסאנדער און אין לאדזש. טויזענטער חסידים פלעגן קומען צו פארן יעדן שבת, און ימים טובים זענען געקומען שווערע טויזנטער.

אגדות ישראל

פונקט אזוי ווי זיין פאטער דער תפארת שמואל איז ער געוועהן שארף אויסגעשפראכן אנטקעגן אגודת ישראל. דורכאויס די יארן איז געקומען גאר שטארקע דרוק פון אסאך מאכטפולע פערזענליכקייטן אז אלכסנדר זאל אריינקומען אין דער אגודה, אבער מיט דעם אלעם האבן ער דאס קאטאגאריש אפגעווארפן און קיינמאל נישט אריין אין דער אגודה. די אלכסנדר הויף איז דאן געוועהן די פאנטרעגער פון פרומקייט און קנאות איבער גאנץ פוילן, שטייענדיג ווייט פון פאליטיק.

אין יאר תרצ"ז איז פארגעקומען דער גרויסער כנסיה הגדולה אין מארינבארד, און די רבנים האבן דאן פארבעטן דער עקידת יצחק צו קומען רעדן, דער עקידת יצחק האט דאן אויפגעטרויטן מיט זיי באוואוסטער פלאמפייערדיגע דרשה[1], אין וועלכער ער האט געוויינט ביטערע בכיות אויף די גרויסע צרות און גזירות וואס האבן דעמאלטס געבלאזן. אבער אנדערש ווי עס האט אנהייב אויסגעזעהן האט דאס ווייטער נישט נענטער געברענגט דאס אלכסנדר הויף צום אגודה, ווען באלד נאך די כנסיה האט דער עקידת יצחק נאכאמאל שארף אפגעזאגט יעדער פרואוו אריינצוברענגען אלכסנדר אין אגודת ישראל, פארשטיין געבענדיג אז די דרשה איז געוועהן אן אויסנאם פילנדיג אז עס וועט זיין דערפון א תועלת, אבער ער איז נישט גרייט זיך צו דערנענטערן צום אגודה.

מלחמה יארן

אין חודש אלול תרצ"ט גלייך ווען עס האט אויסגעבראכן די צווייטע וועלט-מלחמה, האט ער מרמז געוועהן אז די צרות וואס קומען וועלן זיין אסאך ערגער ווי די צרות פון גזירות ת"ח ות"ט. אינעם ערשטן טאג פון סליחות איז ער אנטלאפן צום דערנעבעדיגן לאדזש זיך צו אויסבאהאלטן, און טאקע געציילטע שעות שפעטער זענען די נאציס אריינגעקומען אינעם שטעטל אלעקסאנדער ווי זיי האבן גלייך אנגעהויבן ארומצוזוכן דעם אלכסנדר רבי, שפעטער האבן זיי אינטערגעצינדן דעם שטאטישן בית המדרש און דערין אריינגעווארפן אלע ספרי קודש וואס זיי האבן צוזאמגענומען פונעם גאנצן שטאט, און אזוי אויך אפגעשפארט דעם רבינ'ס בית מדרש און זיין גאנצע הויז.

אין חודש טבת תש"א האבן די נאציס צאמגעווארפן דעם רעבינ'ס בית המדרש און די גאנצע חצר, וועלכע זענען געוועהן פון האלץ, אויסער דעם רבינ'ס נייער הויז, און דערנאך פארברענט דעם רבינ'ס ספרים, און פארשיקט זיינע כתבי ידות צו אן אומבאקאנטער ארט. אנהייב יאנואר איז ערשינען א ספיציעלע נומער פון דער נאצישער פראפאגאנדע צייטונג "דער שטירמער", געווידמעט ספיציעל אויף דער אלכסנדר רבי אונטערן קעפל 'דער פאלקס-פיינט', אין וועלכער עס איז ערשינען זיין בילד, די בילד פון בית המדרש, זיין פריוואטער מקוה און זיין דירה, צוזאמען מיט פאלשע מעשיות.

פאר א קורצער צייט האט דער עקידת יצחק זיך אויפגעהאלטן אין לאדזש, אבער ער איז געוועהן געצווינגען צו אנטלויפן, צוליב די שטארקע זיכונגען נאך איהם, ער איז דאן אריבער קיין ווארשע. אינעם זעלבן צייט האבן די אלכסנדר חסידים איבערן וועלט ערלעדיגט ספיציעלע סערטיפעקאטן אז די עקידת יצחק זאל קענען אנטלויפן צוזאמען מיט די משפחה קיין ארץ ישראל, אבער ווי נאר ער האט געהערט דערפון האט ער דאס קאטאגאריש אפגעווארפן זאגנדיג "וואס ווילט עטס האבן פון מיר, יעך זאל מיך ראטעווען ווען אלע אידן זענען אין אזא עת צרה, ניין בתוך עמי אנוכי יושבת, מיט די אידן וואס מיר האבן געלעבט מיט די אידן וועלן מיר צוזאמען אומקומען אויף קידוש ה'"[2].

אין די ווארשעווער געטא ווי ער האט געוויילט פאר א קנאפע צוויי יאר, האט ער האט אפיציעל געארבעט אונטער א פאלשער נאמען אינעם "שולץ פאבריק", אונטערן פירערשאפט פון אברהם הענדל. דארט אינעם געטא האט ער ווייטער מחזק געוועהן די חסידים, אזוי אויך געשיקט חיזוק בריוון פאר די חסידים אין אנדערע געטאס.

אינעם אינדערפרי פון כ"ג אלול יאר תש"ב האט ער זיך אויסגעדרוקט צום חסיד אברהם הענדל, אז היינט וויל ער נישט אריינקומען צום פאבריק, אבער אברהם האט פרובירט איבערצורעדן אז עס איז א גרויסער סכנה, און ביים ענדע איז ער יא אריינגעקומען. יענעם נאכמיטאג זענען די נאציס פלוצלונג אנגעפאלן דעם פאבריק און פארשיקט אסאך ארבערטער צום באן, צווישן זיי אויך די עקידת יצחק, וועלכער האט אויפן באן אנגעטוהן די תכריכים און יענעם טאג אומגעקומען על קידוש ה' אינעם טרעבלינקע לאגער.

נאכן קריג איז אויפגענומען געווארן אויף זיין ארט זיין פעטערס איידעם רבי יהודה משה דאנציגער אלס דער פינפטער רבי אינעם אלעקסאנדער דינאסטיע.

פאמיליע

רבי יצחק מנחם האט חתונה געהאט מיט מרת חנה, טאכטער פון ר' מיכאל אויערבאך. זיי האבן געהאט פערצן קינדער. די גאנצע משפחה איז אומגעקומען אינעם חורבן אייראפע, אריינגערעכנט אלע אייניקלעך, אין טרעבלינקע. זיינע קינדער זענען:

  • רבי ירחמיאל ישראל יוסף - האט געהייראט טויבע חוה, טאכטער פון רבי נתן דוד פון פארצעווע. זי איז נפטר געווארן אין אלעקסאנדער תמוז תרצ"ט. זייערע קינדער: שרה רחל, רויזא אסתר, שמואל נתן דוד.
  • רבי שמואל - אזוי ווי זיין ברודער ר' אברהם חיים, האט ער געפירט א רעביסטעווע אין אלעקסאנדער.
  • יעקב פינחס שרגא פייוול - בן זקונים וואס איז נפטר געווארן אלס בחור אום י"ג אדר ה'תרצ"ח.
  • רויזא מינדל - ווייב פון הרב אלימלך שפירא, ראב"ד גלאבנע, זון פון הרב פישל ראב"ד בלוינא. זייערע קינדער: ירחמיאל יעקב שרגא און מלכה. אלע זענען אומגעקומען.
  • פייגא - ווייב פון ר' אלטער חיים בוימגארטן. זייערע קינדער: חיה רויזא, מלכה און שמואל צבי. אלע זענען אומגעקומען.
  • הינדה פערל - ווייב פון רב יוסף הלוי הורוויץ-שטערנפעלד, בן ר' ברוך קלמיש, דער כענטשינער רבי פון פילץ. זייערע קינדער: יחיאל, שמואל צבי און אסתר ברכה. אלע זענען אומגעקומען.
  • אסתר מלכה - ווייב פון רבי יעקב יחזקאל הכהן רבינאוויטש, א זון פון רבי נתן נחום, דער קרימלאווער רבי. זייערע קינדער: שמואל צבי און שרה יהודית. אלע זענען אומגעקומען.
  • רחל - ווייב פון רב מנחם מענדל האלבערשטאם, בן הרב נחום, ראב"ד אשציסק. זייערע קינדער: שמואל צבי, רוזה פייגה ושרה אסתר. רחל, בעלה וזייערע קינדער זענען אומגעקומען.
  • לאה - ווייב פון רבי חיים הלוי האלשטאק, א זון פון רבי יחזקאל האלשטאק, דער אסטראווצער רבי. זייער זון: שמואל צבי. אלע זענען אומגעקומען.
  • סימא - רביצין פון רבי שלמה דוד יהושע וויינבערג, סלאנימער רבי, זון פון [רבי [אברהם וויינבערג (דער צווייטער)|אברהם]], דער "בית אברהם", פריערדיגער סלאנימער רבי. זייער טאכטער: שרה אסתר. אלע זענען אומגעקומען ביים חורבן אייראפע.
  • מרת בריינדיל - ווייב פון רב נפתלי צבי בארנשטיין, זון פון רבי שמואל בארנשטיין, דער "שם משמואל" פון סאכאטשאוו
    • שמואל.
  • דבורה הדסה.

רעפערענצן

  1. געדרוקט אין ספר עקידת יצחק עמוד קע"ד
  2. הקדמה צום ספר עקידת יצחק בשם אן עדות