רוי:קאיר גניזה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די קאַיִר גניזה איז אַ זאַמלונג פון בערך 300,000 כּתבי־ידות פון דער בן־עזרא שול אין פוסטאַט לעבן מאָדערנעם קאַיִר. יידן האָבן פאַרנומען פרומע און וועלטלעכע טעקסטן אין דער גניזה אַן ערך צווישן יאר 870 לויט דער יעצטיקער צייט־רעכענונג און דעם 19טן יאָרהונדערט.

עטליכע אייראָפּעער זענען געפאָרן אין דער שול און האבן באַמערקט די אַלטע כּתבי־ידות אָבער נישט דעם באַטרעף. די וויכטיגקייט פון דער קאַיִר גניזה האָט דער ייִדישער היסטאָריקער זלמן שעכטער איינגעזען. ער איז געפאָרן אין מצרים און האָט די בלעטער צוריקגעטראָגן. היינט זענען די דאָקומענטן אין כּלערליי אוניווערזיטעטן (איבערהויפּט אין קעמברידזש).

אינהאַלטן פון גניזה

כּתב־יד געשריבן דורך רמב"ם אין ייִדישן אראביש.

מען קען כּמעט נישט מגזם זיין די וויכטיגקייט פון דער קאַיִר גניזה צו ייִדישער געשיכטע. אַנטיקע פּיוטים און תּפילות האָבן זיך געפונען אין דער גניזה. די סאַמע עלטסטע כּתבי־יד פון תּלמוד במציאות זענען געווען אין דער גניזה.

מע האָט געפונען פאַרלוירנע ביכער, אריינרעכענענדיג פראַגמענטן פון ספר בן סירא, דער דמשק דאָקומענט (אויכעט געפינט זיך אין קומראַן) און בריוו צווישן אידן און די כוזרים (זע חסדאי אבן שפרוטס דער כּוזרי). אויף זייער אַ סך בלעטער האָט מען אָנגעשריבן וועגן געשעפט. כּתבי־יד געשריבן דורך רמב"ם ווערט אַנטדעקט געוואָרן.

פאַררופונגען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!