רוי:רבי רפאל הורוויץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי רפאל הורוויץ זצ"ל (ה'תרנ"ו - י' כסלו ה'תשל"א), קאלאמייער רבי.

אפשטאם

רבי רפאל איז געבוירן אין יאר ה'תרנ"ו, הרב אלטער אליעזר הורוויץ, רב אין ריגליץ א זון פון הרב רבי אברהם שמחה הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב ישראל הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת מרים א טאכטער פון הרב משה עפשטיין, א זון פון הרב קלונימס קלמן עפשטיין, א זון פון דער גוטער יוד פון ניישטאט.

רבנות

רבי רפאל איז געווען דער קאלאמייער רבי אין בארא פארק, ברוקלין, ניו יארק.

הסתלקות

רבי רפאל איז נפטר געווארן י' כסלו ה'תשל"א.

פאמיליע

רבי רפאל האט געהייראט מרת חיה, א טאכטער פון הרב אליעזר ניסן הורוויץ, פון צפת, א זון פון הרב רבי נפתלי חיים הורוויץ, דער וואונדער צדיק, א זון פון דעם אמרי נועם.

(מרת מרים די מוטער פון מרת חיה האט נאך די פטירה פון איר מאן געהייראט אין חודש אלול ה'תרפ"ב בזיווג שני הרב ישראל האגער, דער אהבת ישראל, ער איז געווען דער שדכן פון מרת חיה).

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!