ז' כסלו
דאטום אין אידישן לוח
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' כסלו
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ז' כסלו איז דער זיבעטער טאג פונעם דריטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער זיבעטער טאג פונעם ניינטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
השא השג |
זונטאג | וישלח |
זחא זחג |
מאנטאג | ויצא |
זשג זשה |
דינסטאג | ויצא |
בחה בחג |
מיטוואך | ויצא |
בשה בשז גכה גכז |
דאנערשטאג | ויצא |
הכז החא |
שבת | ויצא |
חגים וזמנים
- לויט טייל דעות א תענית צדיקים, ווייל אין ג'שכ"א האט יהויקים פארברענט די מגילת איכה פון די נבואות פון ירמיהו וואס ברוך בן נריה האט אים פארגעליינט[1].
- א יום טוב אין מגילת תענית, צוליב דער טויט פון הורדוס אין יאר ג'תשס"א[2]
געשעענישן
- ה'תרע"ט – דייטשלאנד שרייבט אונטער דעם וואפן שטילשטאנד, וואס האט ענדגילטיג געענדיגט די ערשטע וועלט-מלחמה
געבוירן
- ה'תרל"א – רבי חנוך צבי הכהן לעווין, רב פון בענדין, איידעם פון דער שפת אמת (נפטר ה'תרצ"ה)
- ה'תרע"ה – הלל זיידמאן, א חרדי'שער עסקן און שרייבער אין פוילן און ניו יארק (נפטר ה'תשנ"ה)
יארצייטן
- ה'תקע"ג – רבי דוד זינצהיים פון שטראסבורג, ערשטער הויפט רב פון פראנקרייך, מחבר פון "יד דוד" (געבוירן ה'תק"ה)
- ה'תרמ"ב – רבי אהרן הלוי עפשטיין פון קראקא, דער ממלא מקום פון דער מאור ושמש, נפטר אין דעם טאג לויט טייל[3]
- ה'תשי"ב – רבי יעקב משה חרל"פ, ראש ישיבות מרכז הרב און "בית זבול" און רב פון שערי חסד געגנט אין ירושלים (געבוירן ה'תרמ"ב)
- ה'תשמ"ד – רבי שלמה בנימין אשלג, מקובל און אדמו"ר פון אשלג (געבוירן ה'תר"ע)
רעפערענצן
- ↑ אנדערע גירסות זענען ה' אדער ח' אדער כ"ח כסלו, זעט שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"פ, סעיף ב' און מגן אברהם, דארט.
- ↑ מגילת תענית פרק ט
- ↑ לויט אנדערע, איז דער יארצייט ו' שבט