י"ט חשון
דאטום אין אידישן לוח
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
י"ט חשון איז דער ניינצנטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ניינצנטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בשה בחה בשז בחג |
זונטאג | חיי שרה |
גכה גכז |
מאנטאג | חיי שרה |
הכז השא החא השג |
מיטוואך | חיי שרה |
זשה זחא זשג זחג |
פרייטאג | וירא |
חגים וזמנים
געשעענישן
- א' – הבל ווערט אומגעברענגט דורך קין אין דעם טאג, לויט איין מקור[1]
- ה'תרס"ז – רבי ישראל מאיר הכהן ענדיגט רעדאגירן זיין חיבור משנה ברורה, וואס האט געדויערט ארום דרייסיג יאר
- ה'תשכ"ח – ווערט אנגענומען רעזאלוציע 242 פונעם זיכערהייטס קאונסיל פון די יו ען, וואס באשטימט פרינציפן פאר שלום אין מיטל מזרח
- ה'תשס"ו – פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל אריאל שרון פארלאזט ליכוד און שטעלט אויף די קדימה פארטיי
געבוירן
- ה'תקמ"ח – רבי חיים פאלאדזשי, דיין און הויפט רב אין איזמיר, שפרודלדיגער מחבר ספרים (נפטר ה'תרכ"ח)
יארצייטן
- ה'ת"ר – רבי שמשון העללער פון אוזיראן, א זון פון דער יושר דברי אמת (געבוירן ה'תקמ"ב)
- ה'תר"י – רבי אליהו ראגאלער, רב פון ראגאלע, סלאבאדקע, קאליש, מחבר פון "יד אליהו" (געבוירן ה'תקנ"ד)
- ה'תרס"ה – רבי סאסי מעתוק הכהן יהונתן, א בארימטער דיין אין דזשערבא, וועלכער האט דער איינגעפירט "דער טוניזישער עיון" (געבוירן ה'תקצ"ב)
- ה'תרפ"ב – רבי דוד צבי האפמאן, מפרש המקרא און פון די מנהיגים פון נעא-ארטאדאקסיע אין דייטשלאנד (געבוירן ה'תר"ד)
- ה'תרפ"ד – רבי אלימלך אהרן שניאור זלמן טווערסקי, א זון פון רבי מרדכי דוב טווערסקי פון הארנסטייפל (געבוירן ה'תרכ"ד)
- ה'תש"ב – רבי אברהם צבי קאמאי, רב פון מיר און ראש ישיבה פון דער מירער ישיבה, אומגעברענגט אויף קידוש השם אינאיינעם מיט זיין קהילה (געבוירן ה'תר"כ)
- ה'תשנ"ה – רבי אהרן בערנשטיין, ראש ישיבת חיי עולם אין ירושלים און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל (געבוירן ה'תרע"ח)
- ה'תשע"ז – בן-ציון שענקער, וועלט-בארימטער בעל מנגן און קאמפאזיטאר פון מאדזשיץ און פון חסידישע מוזיק בכלל (געבוירן ה'תרפ"ה)
- ה'תשע"ח – רבי דוב יפה, בארימטער בכל מוסר, משגיח אין ישיבת כנסת חזקיהו אין כפר חסידים, אין דער קול יעקב ישיבה אין ירושלים און אין דער קרן אורה ישיבה אין כרמיאל (געבוירן ה'תרפ"ח)
- ה'תשפ"א – רבי דוד פיינשטיין, ראש ישיבה פון מתיבתא תפארת ירושלים אין ניו יארק, בארימטער פוסק און א מיטגליד אינעם מועצת גדולי התורה אין די פאראייניגטע שטאטן (געבוירן ה'תרפ"ט)
רעפערענצן
- ↑ רבי יעקב צבי יאליש, קהלת יעקב, אות הא ערך הבל, לויט דער אר"י (שער הפסוקים, בראשית דרוש ד') אז הבל האט געלעבט 49 טעג