רוי:פוילן

ווערסיע פון 13:10, 5 סעפטעמבער 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אייראפעיש" ב־"אייראפעאיש")

רעפובליק פון פוילן
Rzeczpospolita Polska
פאן
סימבאָל
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פון
קאָנטינענט אייראפע
אָפיציעלע שפּראַך פויליש
הויפּטשטאָט ווארשע 52°13′N 21°02′E / 52.217°N 21.033°E / 52.217; 21.033 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
אַנדריי דודאַ
מאַטעאוש מאראַוויעצקי
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
312,679 קוואַדראַט ק"מ
70
2.6%
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

38,533,299
34
122 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע 512,890 מיליאן $ (23סט)
וואַלוטע זלאטי
צייט זאָנע צענטראל-אייראפעאישע צייט
אינטערנעט דאָמען pl.
טעלעפאָן קאָד 48+

פּוילן (פּויליש: Polska), אפיציעל די רעפובליק פון פוילן (פּויליש: Rzeczpospolita Polska; קאַשוביש: Pòlskô Repùblika; שלעזיש: Polsko Republika), איז א לאנד אין אייראָפּע וואס גרעניצט דייטשלאַנד צו מערב; טשעכיי און סלאָוואַקיי צו דרום; אוקראַינע, בעלאַרוס און ליטע צו מזרח; און דעם באלטישן ים און קאַלינינגראַדער אָבלאַסט, רוסלאַנד, צו צפון. דער שטח פון פוילן איז 312,679 קוואדראט ק"מ,[1] אזוי איז עס דאס 69סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט און דאס 9טע גרעסטע אין אייראפע. מיט א באפעלקערונג איבער 38 מיליאן מענטשן,[1] איז פוילן דאס 34סטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט[2] און דאס זעקסטע מערסט באפעלקערטע מיטגליד פונעם אייראפעאישן פארבאנד. פוילן איז אן איינהייטלאנד מיט 16 וואיעוואדעשאפטן. זיין הויפּטשטאָט איז וואַרשע.

פוילן איז א מיטגליד פונעם אייראפעאישן פארבאנד, נאטא, די פאראייניגטע פעלקער, די וועלט האנדל ארגאניזאציע, די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג (OECD), אייראפעאישער עקאנאמישער ראיאן, אינטערנאציאנאלע ענערגיע אגענטור, אייראפע ראט, ארגאניזאציע פאר זיכערקייט און קאאפעראציע אין אייראפע, אינטערנאציאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור און G6.

די אפטייטש פון פוילן איז א גלייכער פלאץ. (אין דער חסידישער וועלט איז באקאנט דער טייטש: פועל ישועות, אלץ גוטס). היינט אויף פויליש: פאָלסקא (טייטש: לאנד פון פעלקער).

היסטאריע

  היסטאריע פון פוילן

די גרעניצן פון פוילן האבן זיך שטענדיג געריקט אהין און אהער, אויך זענען געווען צייטן ווען פוילן איז בכלל נישט ערשינען אויף דער מאפע אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד.


צווישן די צוויי וועלט מלחמות

נאך דער קאמונסיטשער אימפעריע

היינט צוטאגס

געאגראפיע

פוילן ציט זיך אויף א שטח פון 312,677 קמ"ר, עס גרעניצט זיך מיט זיבן לענדער און איין ים. די הויפטשטאט איז ווארשא, פוילן פארמאגט 42 מיליאן איינוואוינער.

אנדערע גרויסע שטעט זענען: קראקע, וואס איז אמאל געווען די הויפטשטאט אין לויף פון 500 יאר, לאדזש, פאזען, ווראצלאוו (ברעסלוי), גדאנסק (דאנציג), שטשעטשין, קאטאוויץ, לובלין.

די זיבן לענדער וואס זי גרעניצט זיך זענען די פאלגנדע: דייטשלאנד אין מערב, טשעכיי און סלאוואקיי אין דרום, אוקראינע און בעלארוס אין מזרח און ליטא און רוסלאנד אין צפון מזרח; ביי צפון זייט גרעניצט זיך מיטן באלטישן ים.

מער פון זעכציג פראצענט פון די פוילישע בירגער וואוינען אין שטעטלעך און דערפער, די איבריגע וואוינען אין די גרויסע שטעט ווי קראקא, ווארשא, א.ד.ג.

פוילן האט זיך אין די לעצטע יארן גאר אסאך גערוקט אויף פאראויס מיט דעמאקראטיע און מאדערנקייט, עס איז אינגאצען נישט צוצוגלייכן צו וואס פוילן איז געווען ביז די תש"נ יארן, אלע באקוועמליכקייטן וואס מען געפינט אין אמעריקא איז דארט אויך דא צו געפינען, אבער פונדעסטוועגן ווערט נאך די טראדיציאנעלע אלטמאדישקייט אפגעהיטן אין די קליינע דערפלעך, צווישן זיי רוב פון די קברי צדיקים וואס מען רייזט ארום.

עקאנאמיע

אדמיניסטראציע

זייטן 1טן יאנואר 1999 איז פוילן איינגעטיילט אין 16 פראווינצן.

וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) הויפטשטאט (אדער שטעט)
פויליש
גרויספוילן Wielkopolskie פויזן
קויאוויע-פאמעראניע Kujawsko-Pomorskie בידגאש / טארון
קליינפוילן Małopolskie קראקע
לאדזש Łódzkie לאדזש
אונטערשלעזיע Dolnośląskie ווראצלאוו
לובלין Lubelskie לובלין
לובוש Lubuskie Gorzów Wielkopolski / Zielona Góra
מאזאוויע Mazowieckie ווארשע
אפאלע Opolskie אפאלע
פאדלאכיע Podlaskie ביאליסטאק
פאמעראניע Pomorskie דאנציג
שלעזיע Śląskie קאטאוויץ
אונטער-קארפאטיע Podkarpackie ריישע
שווענטאקזשיסקיע Świętokrzyskie קעלץ
ווארמיע-מאזוריע Warmińsko-Mazurskie אלשטין
מערב פאמעראניע Zachodniopomorskie שטעטין

קולטור

מוזיק

ביים סוף פונעם 18טן יארהונדערט האט פוילישע קלאסישע מוזיק אנטוויקלט אין נאציאנאלע פארעמען ווי דער פאלאנעז. אינעם 19טן יארהונדערט זענען די מערסט פאפולערע קאמפאזיטארן געווען יאזעף אייזנער און זיינע תלמידים פרעדעריק שאפען און איגנאצי דאבזשינסקי.


טוריסטישע אנווייזונגען

מען מעג אריינברענגען אין פוילן בלויז ביז 5000 איירא.

די פוילישע מטבע איז דער זלאָטע, וואס דאס ווערט צעטיילט אויף 100 גראָשין. 5 ערליי שטרות איז דא דארט, וואו פאלגנד: 10, 20, 50, 100, 200 זלאטעס. און 9 ערליי מטבעות: 1, 2, 5, 10, 20, 50 גראשין.

דער צוגלייך צו אויסלענדישע מטבעות איז ווי פאלגנד: אמעריקאנער 1 דאלער: 4.03 זלאטע. ישראל'דיגער 1 ש"ח: 0.96 זלאטע. 1 איירא: 3.70 זלאטע.

מען קען איבעראל געפונען געוועלבן וואס זענען געאייגנט אויפצוטוישן מטבעות, אין פויליש ווערט דאס גערופען "קאַנטאָר".

פּאָסט וואס מען שיקט ארויס פון פוילן וועט אנקומען אינדרויסן פון אייראפע נאך צוויי וואכן. דער פרייז פאר א מארקע איז 2 זלאטע.

די מעגנאטישע קאָלינג קארד'ס וואס מען דארף אריינלייגן אינעם פובליק טעלעפאן סיי ווען און סיי ווי אימער מען וויל רופען, איז דא דריי ערליי: 1וואס מען קען רופן 25 מאהל (פרייז: 11.30 זלאטע), וואס מען קען רופען 50 מאהל (פרייז: 20.40 זלאטע), און 100 מאהל (פרייז: 37.20 זלאטע). נעמט אינאכט אז נאך יעדע דריי מינוט וואס מען רעדט גייט דאס שוין אריין צום קומעדיגע מאהל. אזוי א א קאלינג קארד וואס האט צ.ב.ש. 25 מאהל קען מען רעדן בלויז 75 מינוט.

ווען איר וועט רופען א נומער וואס האט בלויז 6 נומערן וועט איר הערן אויפן טעלעפאן אויף פארשידענע שפראכן (אויך ענגליש; ווארט מיט געדולד) אינסטרוקציעס וואספארא נומערן צו ניצען.

אויב די נומער וואס איר רופט הויבט זיך אן מיט די נומער:

1 אדער 2- לייגט צו 4 אנפאנג פונעם טעלפעאן נומער.

3, 4 אדער 5 - לייגט צו 6.

6, 7, 81, 83, 84, 85 - לייגט צו 2.

86, 87, 88, 89 - לייגט צו 3.

ווען איר רופט פון פוילן צו פוילן, דארפט איר דריקן צום ערשט 0, דערנאך דעם עריע קאד 1033, 1044, 1055 אדער 1066, ווענד זיך פון וועלכע טעלפאן קאמפאני איר רופט, דאן דעם נומער.

פון פולין צו ארץ ישראל דארפט איר דריקען 00-972 און דאן דעם נומער (נישט קיין 0 פאר די נומער).

פאר הילף דריקט 913 צו וויסען טעלעפאן נומערן פון יענעם פלאץ; 912 פאר גאנץ פולין; 908 פאר דער גאנצער וועלט, פונדעסטוועגן זייט געראכטן אז דער אויפן אנדערן זייט טרייבל וועט נישט קענען קיין ענגליש.

א פעקס קען מען שיקן פון יעדן פאסט אפיס, מיטן באצאלן די זעלבע פרייז וואו סתם א טעלעפאן-רוף.

פאר עמורדזשענסי -ארבעט די פאלעגנדע נומערן פאר אומזינסט 24 שעה א טאג: 998 פייער-לעשער, 999 אמבאלאנס; 997 פאליציי (אדער 112 פון א סעליולער טעלעפאן). און וואו אויבענדערמאנט זייט געראכטן אז דער אויפן אנדערן זייט טרייבל וועט נישט קענען קיין ענגליש...

די פוילישע חגאות זענען וואו פאלגענד: 1טן יאנואר; 1טן מאי; 3טן מאי; 15טן אויגוסט; 1טן נאוועמבער; 11טן נאוועמבער; 25-26 דעצעמבער.




מוסטער:Yivo



כדאי צו זען

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 "Concise Statistical Yearbook of Poland, 2008" (PDF). Central Statistical Office (Poland). 28 July 2008. Archived from the original (PDF) on 2011-07-14. Retrieved 2008-08-12.
  2. NationMaster.com 2003–2007, Poland, Facts and figures


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!