רוי:אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט
די אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט (פּויליש: Podkarpackie פאדקאַרפאַצקיע) איז א וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין דרום־מזרח פוילן. זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער ריישער, פשעמישלער, קראסנער און (טייל פון) טארנער און טארנאבזשעגער וואיעוואדעשאפטטן.
דער נאמען פון דעם פראווינץ שטאמט פון דער נאנטקייט צו די קארפאטן בערג. איר הויפטשטאט איז ריישע.
די פראווינץ האט גרעניצן מיט קליינפוילן צו מערב, שווענטאקזשיקיע וואיעוואדעשאפט צו צפון־מערב, לובלינער וואיעוואדעשאפט צו צפון, אוקראינע צו מזרח און סלאוואקיי צו דרום. זי באדעקט א שטח פון 17,844 קוואדראט ק"מ, און האט א באפעלקערונג פון 2,096,971 (אין 2006). די פראווינץ איז זייער בערגיק, און האט אסאך וועלדער וואס באדעקן 35.9% פונעם גאנצן שטח.
גרעסערע שטעט
| שטאט | פוילישער נאמען | איינוואוינער |
|---|---|---|
| טעקע:POL Rzeszów COA.svg ריישע | Rzeszów זשעשוף | 171.330 |
| טעקע:POL Przemyśl COA.svg פשעמישל | Przemyśl פזשעמישל | 66.756 |
| טעקע:POL Stalowa Wola COA.svg ראזוואדאוו | Stalowa Wola סטאַלאוואַ וואלאַ | 64.753 |
| טעקע:POL Mielec COA.svg מעליץ | Mielec מיעלעץ | 60.979 |
| טעקע:POL Tarnobrzeg COA.svg דזשיקאוו | Tarnobrzeg טאַרנאבדזשעג | 49.753 |
| טעקע:POL Krosno COA.svg קראסנע | Krosno קראסנא | 47.455 |
| טעקע:POL Dębica COA.svg דעמביץ | Dębica דעמביצאַ | 46.693 |
| טעקע:POL Jarosław COA.svg יעראסלאוו | Jarosław יאַראסלאַוו | 40.167 |
| טעקע:POL Sanok COA.svg סאָניק | Sanok סאַנאק | 39.110 |
| טעקע:POL Jasło COA.svg יאסלא | Jasło יאַסלא | 37.277 |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!