א וואיעוואדעשאַפט (פּויליש: województwo) איז דער העכסטער־ראנג פארוואלטונג באצירק, אדער א פראווינץ, פון פוילן.
די היינטיגע 16 וואיעוואדעשאפטן פון פוילן זענען פעסטגעשטעלט געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 און האבן די נעמען פון די היסטארישע פראווינצן פון פוילן. די גרעסטע וואיעוואדעשאפט איז מאזאוויע מיט א שטח פון 35,000 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג איבער 5 מיליאן.
די וואיעוואדעשאפט מיטן קלענסטן שטח איז אפאלע מיט 10,000 קוואדראט ק"מ, און די קלענסטע באפעלקערונג (1 מיליאן) געפינט זיך אין לובוש.
א וואיעוואדעשאפט ווערט געפירט דורך א גובערנאטאר (דער "וואיוואד"), א געוויילטע פארזאמלונג (דער "סיימיק") און אן עקסעקוטיוו. א וואיעוואדעשאפט ווערט צעטיילט אין גראפנשאפטן ("פאוויאט").
רשימה פון וואיעוואדעשאפטן
| וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) |
הויפטשטאט (אדער שטעט) |
שטח (ק"מ) |
|
פויליש |
| טעקע:POL województwo wielkopolskie COA.svg גרויספוילן |
Wielkopolskie |
פויזן |
29,826 |
| טעקע:POL województwo kujawsko-pomorskie COA.svg קואיאוויע-פאמעראניע |
Kujawsko-Pomorskie
|
בידגאש / טארון |
17,972 |
| טעקע:POL województwo małopolskie COA.svg קליינפוילן |
Małopolskie |
קראקע |
15,183 |
| טעקע:POL województwo łódzkie COA.svg לאדזש |
Łódzkie |
לאדזש |
18,219 |
| טעקע:POL województwo dolnośląskie COA.svg אונטערשלעזיע |
Dolnośląskie |
ווראצלאוו |
19,947 |
| טעקע:POL województwo lubelskie COA.svg לובלין |
Lubelskie |
לובלין |
25,122 |
| טעקע:POL województwo lubuskie COA.svg לובוש |
Lubuskie |
Gorzów Wielkopolski / Zielona Góra |
13,988 |
| טעקע:POL województwo mazowieckie COA.svg מאזאוויע |
Mazowieckie |
ווארשע |
35,558 |
| טעקע:POL województwo opolskie COA.svg אפאלע |
Opolskie |
אפאלע |
9,412 |
| טעקע:POL województwo podlaskie COA.svg פאדלאכיע |
Podlaskie |
ביאליסטאק |
20,187 |
| טעקע:POL województwo pomorskie COA.svg פאמעראניע |
Pomorskie |
דאנציג |
18,310 |
| טעקע:POL województwo śląskie COA.svg שלעזיע |
Śląskie |
קאטאוויץ |
12,333 |
| טעקע:POL województwo podkarpackie COA.svg אונטער-קארפאטיע |
Podkarpackie |
ריישע |
17,846 |
| טעקע:POL województwo świętokrzyskie COA.svg שווענטאקזשיסקיע |
Świętokrzyskie |
קעלץ |
11,711 |
| טעקע:POL województwo warmińsko-mazurskie COA.svg ווארמיע-מאזוריע |
Warmińsko-Mazurskie
|
אלשטין |
24,173 |
| טעקע:POL województwo zachodniopomorskie COA.svg מערב פאמעראניע |
Zachodniopomorskie
|
שטעטין |
22,892 |
דרויסנדיגע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!