רוי:קליינפוילישע וואיעוואדעשאפט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קליינפוילישע וואיעוואדעשאפט (וואיעוואדעשאפט)
Województwo małopolskie
POL województwo małopolskie flag.svg POL województwo małopolskie COA.svg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאַטע 1999
קאָאָרדינאַטן 49°52′N 20°16′E / 49.867°N 20.267°E / 49.867; 20.267 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
שטעט אין ראַיאָן 3
הויפּטשטאָט פון וואיעוואדעשאפט קראקע
שטח 15,108 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין וואיעוואדעשאפט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

3,267,731‏
220 באוואוינער א ק"מ2
http://www.malopolskie.pl/
Malopolskie (EE,E NN,N).png

די קליינפוילישע וואיעוואדעשאפט (פּויליש: województwo małopolskie מאלאפאלסקא) איז א וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין דרום פוילן. זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער קראקער, טארנער, צאנזער און (טייל פון) בילסקער, קאטאוויצער,קעלצער און קראסנער וואיעוואדעשאפטן.

דער נאמען פון דעם פראווינץ דעם היסטארישן ראיאן פון קלייפוילן, וואס איז געווען אסאך גרעסער פון דער היינטיקער וואיעוואדעשאפט. איר הויפטשטאט איז קראקע.

די פראווינץ האט גרעניצן מיט דער שלעזישער וואיעוואדעשאפט צו מערב, שווענטאקזשיקיע וואיעוואדעשאפט צו צפון, אונטערקארפאטיע צו מזרח און סלאוואקיי צו דרום. זי באדעקט א שטח פון 15,108 קוואדראט ק"מ, און האט א באפעלקערונג פון 3,267,731 (אין 2006). די פראווינץ געפינט זיך אויפן קרייצוועג פון די אינטערנאציאלע רוטעס פון דרעזדן קיין קיעוו און דאנציג קיין בודאפעשט.

שטעט און שטעטלעך

די גרעסטע שטעט און שטעטלעך אין דער קליינפוילישער וואיעוואדעשאפט זענען (לויט דער באפעלקערונג אין 2006):

  1. קראקע (756,757)
  2. טארנע (117,109)
  3. צאנז (84,594)
  4. אשפעצין (40,979)
  5. קשאנאוו (39,797)
  6. עלקוש (37,552)
  7. ניימארק (33,493)
  8. באכניע (29,373)
  9. גארליץ (28,539)
  10. זאקאפאן (27,486)
Europe green light.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!