רוי:יאנואר 1
(אַריבערגעפירט פון רוי:1טן יאנואר)
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
1 | 2 | 3 | 4 | |||
5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 |
12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 |
19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 |
26 | 27 | 28 | 29 | 30 | 31 | |
קאלענדאר פאר 2025 |
1 יאנואר איז דער ערשטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 364 טעג (365 אין אן עיבור-יאר).
היסטארישע געשעענישן
- 45 פאר דער ציווילער רעכענונג - דער יוליאנישער קאלענדאר ווערט איינגעפירט
- 630 - מוחמד הייבט אן קיין מעקא מיט זיין מיליטער.
- 990 - רוסלאנד נעמט אן דעם יוליאנישן קאלענדאר.
- 1502 - פארטוגעזישע אויספארשער קומען אָן קיין ריא דע זשאנערא, בראזיל.
- 1515 – פראנסוא דער ערשטער פון פראנקרייך ירש'נט דעם פראנצויזישן קרוין.
- 1600 - סקאטלאנד הייבט אן צו ניצן דעם גרעגאריאנישן קאלענדאר.
- 1622 - דעם 1טן יאנואר איז אויסגרופן אלס דער ערשטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר.
- 1651 - טשארלס דער צווייטער באקרוינט מלך פון סקאטלאנד.
- 1801
- דאס גרויסבריטאנישע קעניגרייך און דאס אירישע קעניגרייך ווערן פאראייניגט אינעם פאראייניגטן קעניגרייך
- דער ערשטער אסטערויד, צערעס, איז אנטפלעקט (שפעטער ווערט ער קלאסיפירט אלס א קארליק פלאנעט)
- 1837 - ערדציטערניש אין דער שטאט צפת
- 1880 - אנהייב פון גראבן דעם פאנאמא קאנאל
- 1892 - עליס איילאנד געעפנט פאר אימיגראנטן צו די פאראייניגטע שטאטן
- 1893 - יאפאן הייבט אן ניצן דעם גרעגאריאנישן קאלענדאר
- 1898 - די שטאט ניו יארק סיטי איז געגרינדעט, מיט דעם פאראייניגן פון מאנהאטן, ברוקלין, קווינס, בראנקס און סטאטן איילנד
- 1926 - געגרינדעט דער קרוגער פארק אין דרום אפריקע
- 1939 - נאצי דייטשלאנד אסרט פאר אידן צו ארבעטן מיט דייטשן
- 1973 - אירלאנד, דאס פאראייניגטע קעניגרייך און דענמארק טרעטן אריין אינעם אייראפעאישן פארבאנד
- 1981 - גריכנלאנד טרעט אריין אינעם אייראפעאישן פארבאנד
- 1993 - טשעכאסלאוואקיי צעטיילט אויף טשעכיי או סלאוואקיי
- 1995
- געגרינדעט די וועלט האנדל ארגאניזאציע
- עסטרייך, פינלאנד און שוועדן ווערן מיטגלידער פונעם אייראפעאישן פארבאנד
- 1998 - אייראפעאישער צענטראלבאנק געגרינדעט
- 2007 - בולגאריע און רומעניע ווערן מיטגלידער אינעם אייראפעאישן פארבאנד.
- 2011 - עסטלאנד ווערט א מיטגליד אין דער אייראזאנע.
- 2014 - לעטלאנד אדאפטירט די איירא ווי זיין צאלמיטל, און ווערט דאס 18טע לאנד אין דער אייראזאנע.
- 2015 - ליטע אדאפטירט די איירא ווי זיין צאלמיטל, און ווערט דאס 19טע לאנד אין דער אייראזאנע.
געבוירן
- 1467 - זיגמונד דער ערשטער, מלך פון פוילן (געש' 1548)
- 1500 – שלמה מולכו, פארטוגעזישער מקובל (נפטר עקה"ש 1532)
- 1586 - פאבלא קלאריס, פרעזידענט פון קאטאלאניע (געש' 1641)
- 1880 - שלום אש, אידישער-פוילישער שרייבער (נפטר 1957)
- 1889[1] - מרדכי דובין, פירער פון די אידן אין לעטלאנד צווישן די צוויי וועלט מלחמות (נפטר 1956)
- 1900 - טשיאונע סוגיהארא, יאפאנישער קאנסול און א חסיד אומות העולם (געשט' 1986)
- 1959 - אזאלי אסומאני, פרעזידענט פון די קאמאראס
- 1964 - יצחק גאגולה, כנסת דעפוטאט פון ש"ס פארטיי
געשטארבן
- 1515 - לואי דער צוועלפטער, מלך פון פראנקרייך (געב' 1462)
- 1894 - היינריך הערץ, פיזיקער (געב' 1857)
- 1748 - יאהאן בערנולי, שווייצער מאטעמאטיקער (געב' 1667)
- 1995 - יוזשין וויגנער, אידישער פיזיקער פון אונגארן, באלוינט מיטן נאבעל פריז פאר פיזיק (געב' 1902)
- 2005 - אשר פרס, מדינת ישראלישער פיזיקער (געב' 1934)
- 2013 - רבי אברהם יעקב פרידמן, סאדיגורער רבי און מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה (געב' 1928)
הערות
- ↑ געבורטסטאג 20סטן דעצעמבער 1888 לויטן יוליאנישן קאלענדאר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!
פידבעק אויפן ארטיקל