רוי:סקאטלאנד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

סקאָטלאַנד אָדער שאָטלאַנד (ענגליש: Scotland; גאַליש: Alba אַל'אַפע) איז אַ לאַנד וואָס איז אַ טייל פונעם פאראייניגטן קעניגרייך, וואס באדעקט דעם צפון דריטל פונעם אינזל גרויסבריטאניע. סקאָטלאַנד האט אַ לאנד גרעניץ פון 154 ק"מ מיט ענגלאנד צום דרום־מזרח. סקאָטלאַנד האט בארטנס אויף דעם צפון ים צו מזרח, דער אטלאנטישן אקעאן צו מערב און אויך דעם אירישן ים צו דרום־מערב.

סקאָטלאַנד איז אמאל געווען אן אומאפהענגיג לאנד מיט אן אייגענער רעגירונג. יעצט אבער איז עס איינער פון די פיר טיילן פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך. אין יאָר 1603 איז דער מלך פון סקאָטלאַנד דזשעימס דער ערשטער פון ענגלאנדדזשעימס דער זעקסטער פון סקאטלאנד געווארן אויך מלך איבער ענגלאנד. אין 1707 האָט דער פארלאמענט פון סקאָטלאַנד באהאפטן מיטן ענגלישן פארלאמענט צו ווערן דער פאלאמענט פון גרויסבריטאניע, און אין 1801 האָט גרויסבריטאניע פארבונדן מיט אירלאנד צו ווערן דאָס פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאַנד. כאטש סקאָטלאַנד איז נישט אומאפהענגיג, דורכאויס זיין היסטאריע האָט סקאָטלאַנד געהאט אן אייגענע געזעץ סיסטעם און אן אייגענע שולע סוסטעם, און אן איינציגע קולטור.

זייט 1999 האָט סקאָטלאַנד אן אייגענעם פארלאמענט. טראץ דעם ווערן אסאך זאכן געפירט פון דעם וועסטמינסטער פארלאמענט אין לאנדאן, ענגלאנד. טייל מענטשן אין סקאָטלאַנד האַלטן אז דאָס לאַנד זאל ווערן נאכאמאל אומאפהענגיג.

צפון סקאָטלאַנד האָט פיל בערג, און ווייניג מענטשן וואוינען דארט. רוב מענטשן וואוינען אינעם נידריגן צענטראלן שטח, אָדער ארום דעם בארטן. ארום דעם מערב בארטן און צו צפון־זענען דאָס אסאך אינזלען.

די הויפטשטאט פון סקאָטלאַנד איז עדינבורג, אויפן מזרח בארטן, אבער די גרעסטע שטאָט איז גלאזגוי. כמעט העלפט פון סקאָטלאַנד'ס באפעלקערונג וואוינען אין גלאזגוי אָדער דעם ארומיגן שטח. אנדערע שטעט אין סקאָטלאַנד זענען אבערדין, דאנדי, אינווערנעס, סטירלינג און פערטה.

די באפעלקערונג פון סקאָטלאַנד איז 5,194,000 (אפגעשאצט 2009).

סקאטלאנד ווערט צעטיילט אין 32 אדמיניסטראטיווע אפטיילן אדער לאקאלע ראטן, גערופן ראט-שטחים (council areas).[1] גלאזגא שטאָט איז דער גרעסטער ראט-שטח לויט באפעלקערונג, און הויכלאנד באדעקט דעם גרעסטן שטח. די סקאטישע רעגירונג גיט איבער געוויסע רעגירונגס-קראפט צו יעדן אפטייל, איינשליסנדיק בילדונג, סאציאלע באדינונגען, און שאסייען און טראנספארטאציע.[1]

היסטאריע

געאגראפיע

סקאטלאנד פארנעמט א דריטל פון די בריטישע אינזלען, און געפינט זיך צפון־מערב פון דער יבשה פון אייראפע.

דער שטח פון סקאטלאנד איז 78,772 ק"מ². סקאטלאנד האט א גרעניץ אויף דער יבשה נאר מיט ענגלאנד, וואס איז לאנג 96 קילאמעטער (60 מייל). דער מערב בארטן פון סקאטלאנד איז אויפן אטלאנטישן אקעאן און דער מזרח בארטן איז אויפן צפון ים. אירלאנד געפינט זיך 30 ק"מ פון דרום קינטייר, נארוועגיע איז 305 ק"מ צו מזרח און די פארא אינזלען זענען 270 ק"מ צו דרום.

סקאטלאנד'ס העכסטער פונקט איז דער שפיץ פון בען נעוויס, אין לאכאבער, הויך 1344 מ איבערן ים פלאך, און סקאטלאנד'ס לענגסטער טייך, דער טייך טיי, פלוסט א דיסטאנץ פון 190 ק"מ.[2][3]

טראנספארטאציע

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 "Scottish Local Government". Cosla.gov.uk. Archived from the original on 13טן יאנואר 2019. Retrieved 3טן יאנואר 2019. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |archive-date= (help)
  2. Keay, J. & Keay, J. (1994) Collins Encyclopaedia of Scotland. London. HarperCollins. Pages 734 and 930.
  3. "Tay". Encarta. Archived from the original on 17טן מאי 2008. Retrieved 21סטן מערץ 2008. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |archivedate= (help)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!