רוי:גלאזגא
|
גלאַזגא (ענגליש: Glasgow; סקאטס: Glesga; שאָטישע גאַליק: Glaschu) איז די גרעסטע שטאט אין סקאטלאנד און די דריטע מערסטע באפעלקערטע אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך. די שטאט געפינט זיך אויפן קלייד טייך אין דרום־מערב סקאטלאנד.
גלאזגוי איז געוואקסן פון א קליינעם דארפישן יישוב אויפן קלייד טייך צו ווערן איינער פון די גרעסטע ים־פארטן אין גרויסבריטאניע. אין דעם 15טן יארהונדערט האט מען אויפגעשטעלט דעם אוניווערסיטעט פון גלאזגא, און אינעם 18טן יארהונדערט איז עס געווארן דער צענטער פון דער סקאטישער אויפקלערונג. פון דעם 18טן יארהונדערט איז עס געווארן איינער פון די הויפט מיטלפונקטן פון איבעראטלאנטישן האנדל מיט בריטישער צפון אמעריקע און די בריטישער מערב־אינדיע.
מיטן אנהייב פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע האט די באפעלקערונג און עקאנאמיע פון גלאזגוי און דעם ארומיגן ראיאן זיך פארברייטערט אן א שיעור צו ווערן פון דער וועלטס עיקר צענטערן פון שווערער אינזשעניריע, מערווערדיר אין דער שיפבויען און ים אינזשעניריע אינדוסטריע. היינט איז עס פון די צען הויפט פינאנץ צענטערן אין אייראפע.
גלאזגוי האט געהאט א שפיץ באפעלקערונג פון 1,128,473 אין 1949, ווען עס איז געווען די פערטע גרעסטע שטאט אין אייראפע, נאך לאנדאן, פאריז און בערלין. היינט איז די באפעלקערונג פון דעם אפיציעלן שטח פון דער שטאט פון גלאזגוי 592,000.
רעליגיע
גלאזגוי האט זיבן שולן.
טראנספארט
דער הויפט בוס טערמינאל איז ביוקאנאן בוס סטאנציע. נאך לאנדאן האט גלאזגוי דאס גרעסטע שטאטישע באן נעצווערק, די הויפט באן טערמינאלן זענען צענטראל סטאנציע און קווין גאס סטאנציע.
צווילינג שטעט
גלאזגוי האט עטליכע צווילינג שטעט.[1]
- נירנבערג, דייטשלאנד (זייט 1985)
- ראסטאוו-אויף-דאן, רוסלאַנד (1986)
- דאלאן, כינע (1997)
- טעקע:Flag of Cuba.svg האוואנע, קובא (2002)
- טורין, איטאַליע (2003)[2]
- לאהאר, פאקיסטאן (2006)[3]
- מארסיי, פראַנקרייך (2006)[4]
- (2007)[5][6]
רעפערענצן
- ↑ "Glasgow City Council — Twin cities of Glasgow". Glasgow.gov.uk. 3טן אויגוסט 2009. Retrieved 12טן סעפטעמבער 2009.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|date=
(help) - ↑ Turin City Hall — International Affairs דערגרייכט דעם 26סטן יאנואר 2008.
- ↑ "Glasgow 'twinned' with Lahore". Web.archive.org. 29סטן נאוועמבער 2006. Archived from the original on 29סטן נאוועמבער 2006. Retrieved 12טן סעפטעמבער 2009.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
,|date=
, and|archivedate=
(help) - ↑ "Glasgow 'twinned' with Marseille", BBC נייעס (25סטן אפריל 2006). דערגרייכט דעם 12טן סעפטעמבער 2009.
- ↑ "Bethlehem is city's latest twinned town". Eveningtimes.co.uk. 25סטן יאנואר 2007. Retrieved 12טן סעפטעמבער 2009.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|date=
(help) - ↑ "::Bethlehem Municipality::". www.bethlehem-city.org. Retrieved 10טן אקטאבער 2009.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!