רוי:פרעדעריק שאפען

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פארטרעט פון פרעדעריק שאפען אין די יונגע יארן, 1835.

פרעדעריק שאפען (פראַנצויזיש: Frédéric François Chopin; פויליש: Fryderyk Franciszek Chopin;[1]1טן מערץ 181017טן אקטאבער 1849) איז געווען א פוילישער קאמפאזיטאר, ווירטואזער פיאניסט און מוזיק לערער.

נאך דעם אויפשטאנד אין נאוועמבער 1830 האט שאפען פארלאזט פוילן און איז אריבער וואוינען אין פאריז. דארט האט ער געשאפט פריינדשאפט מיט העקטאר בערליאז און פראנץ ליסט.

יונגע יארן

פרעדעריק שאפען איז געבוירן געווארן אינעם דארף זשעלאזאווע וואלא (Żelazowa Wola) אין צענטראל פוילן, אין מאזאוויע (Mazowia), דעם 1טן מערץ 1810.

שוין ווען ער איז געווען גאר יונג האט מען דערקענט זיינע מוזיקאלישע כישרונות. ביי די זיבן יאר האט ער געשריבן צוויי פאלאנעזן. זיין נאמען איז געווארן בארימט אין די צייטונגען און דאס קינד האט אנגעהויבן זיך באווייזן אין די אריסטאקראטישע סאלאנען אין ווארשע. זיין לערער איז געווען וואויציעך זשיבני, וואס האט אים געלערנט פיאנע צווישן די יארן 1816 - 1822.


ֿ

רעפערענצן

  1. דער משפחה נאמען ווערט ארויסגערעדט [ˈʂɔpɛn̪] אויף פויליש, און אמאל אויסגעלייגט (Szopen)


P vip.svg דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!