רוי:היסטאריע פון פוילן
די היסטאריע פון פוילן איז די געשיכטע פונעם קאמף צו דערגרייכן און האלטן די אומאפהענגיגקייט פונעם פוילישן פאלק. די פוילישע, וואס געהערן צו דער גרופע פון סלאווישע פעלקער, האבן געגרינדעט איינעם פון די ערשטע פארלאמענטן אין דער וועלט—דער סיים, און האבן געגרינדעט א מדינה וואס איר באציאונג צו מינאריטעטן ווי אידן און דייטשן האט געברענגט א בליאונג פון דער פוילישער און אידישער קולטור אינאיינעם, וואס איז אנגעקומען צו א ביטערן סוף ביי דער חורבן אייראפע, וואס אן אנזיכטיקער טייל פון די אנשרעקונגען זענען פארגעקומען אין דער טעריטאריע פון פוילן.
זייט דעם אנהייב פון א פוילישע וועזנקייט אינעם 9טן יארהונדערט האט דער שטח פון פוילן געענדערט עטליכע מאל. מער ווי איין מאל האבן אנדערע לענדער געטיילט צווישן זיך דעם שטח פון פוילן, אין געוויסע צייטן האט מען צוגעגעבן שטחים און צוגענומען שטחים.
אין דעם 16טן יארהונדערט איז פוילן געווען דאס צוויטע גרעסטע לאנד אין גאנץ אייראפע נאך דער רוסלענדישער אימפעריע, אבער במשך מער פון הונדערט האט בכלל נישט עקזיסטירט קיין אומאפהענגיגע פוילן.
נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז פוילן געווארן ווידעראמאל זעלבסטשטענדיג אין 1918. ביי דער צווייטער וועלט מלחמה איז פוילן געווארן אינוואדירט נאכאמאל. פון 1945 האט א קאמוניסטישע רעגירונג געהערשט אין פוילן אונטער די פיס פונעם ראטנפארבאנד. אין 1990 האט פוילן באקומען פולשטעניקע אפהענגיקייט.
די צעטיילונג פון פוילן (1795–1918)
נאנט צום סוף פונעם 18טן יארהונדערט איז פוילן צעטיילט געווארן דריי מאל (5טן אויגוסט 1772, 23סטן יאנואר 1791 און 24סטן אקטאבער 1795) דורך די הערשנדיקע מאכטן אין מזרח אייראפע אין יענער תקופה, פרייסן, עסטרייך און די רוסלענדישע אימפעריע. נאך דער דריטער צעטיילונג, אין יאר 1795, איז געבליבן אין רוסישע הענט דער גאנצער שטח וואס איז פריער געווען די הערצאגשאפט פון ליטא (אחוץ פאדאליע), און אויך דאס לאנד מערב פונעם טייך נעמאן, און די לאנדטיילן וואהלין און אוקראינע. עסטרייך האט באקומען דעם דרומדיקן געגנט וואס מען רופט גאליציע, און אויך דעם לאנדטייל צווישן ווארשע און קראקע וואס איז צווישן די טייכן ווייסל און פילץ. פרייסן האט באקומען דאס לאנד צווישן דעם באלטישן ים און קראקע און אויך די שטאט ווארשע און געוויסע טיילן פון ליטא. דער פאפולערער אויפשטאנד אונטער טאדעאוש קאשטשושקא אין 1794 האט נישט געלונגען צו פארמיידן די צעטיילונג.
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: היסטאריע פון פוילן |
היסטאריע פון לענדער אין אייראפע | ||
---|---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!