רוי:צאנז-קלויזענבורג (חסידות)

פון המכלול
ווערסיע פון 15:22, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[צבי הירש האלבערשטאם" ב־"[[רבי צבי הירש האלבערשטאם")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער ארטיקל דא באשרייבט דאס צאנז-קלויזענבורג'ער חסידות וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורך האדמו"ר ר' רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם זצוקללה"ה. פאר אינפארמאציע אויף דעם ארגינעלן צאנזער חסידות וואס איז געגרינדעט געווארן דורך הרה"ק ר' רבי חיים האלבערשטאם זיע"א זעט צאנז (חסידות)

דער סימבאל פון צאנז קלויזענבורג

קלויזענבורג

קלויזענבורג איז דער נאמען פון א חסידישן הויף וואס איז געגרינדעט געווארן דורך האדמו"ר ר' רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם זצוקללה"ה (א זון פונעם רודניקער רב, הרב רבי צבי הירש האלבערשטאם, וואס איז געווען א זון פון גארליצער רב אן אייניקל פון דברי חיים פון צאנז) וואס האט ממשיך געווען אין דעם וועג פון זיין הייליגן זיידן דעם דברי חיים און זיין זייזען דער יטב לב פון סיגעט.

דער קלויזענבורגער רבי פון קרית צאנז ר' יקותיאל יהודה וואס איז געווען רב פון קהילת הספרדים אין דער שטאט קלויזנבורג, רומעניע, פאר'ן צוויטן וועלט קריג, האט אויפגעבויט יודישקייט און חסידות נאכן קריג און האט גערופן זיינע מוסדות און זיינע שטעטלעך אין ארץ ישראל מיטן נאמען קרית צאנז אויפן נאמען פון זיין זיידן דער צאנזער רב דער דברי חיים זי"ע.

די וואוילטעטיגקייטן פונם רבי'ן זענען נישט נאר געווען פאר זיינע חסידים נאר פאר גאנץ כלל ישראל, ווי ס'איז באוואוסט האט ער אויפגעשטעלט מפעל הש"ס און דעם לאניאדא שפיטאל אין קרית צאנז, נתניה.

דאס חסידות היינט

נאך דער פטירה פונעם רבי'ן ר' יקותיאל יהודה זענען אויפגענומען געווארן אויף זיין פלאץ:



צאנז קלויזענבורג ווערט גערעכנט היינט אלס איינע פון די גרויסע חסידות'ן איבער דער גארער וועלט, עס האט בתי מדרשות און מוסדות אין:

זעט אויך


דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!