דרעפט:זמרי (מלך ישראל)

פון המכלול
ווערסיע פון 16:55, 21 מערץ 2024 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (רעפערענצן אפטיילונג, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
זמרי
מדינה מלכות ישראל
נהרג ג'י"א
תרצה
5'טער מלך ישראל
ג'י"א
רעליגיעזער פירער יהוא בן חנני

זמרי איז געווען דער פיפטע קעניג איבער מלכות ישראל, וואס האט זיך געקרוינט נאך דעם וואס ער האט גע'הרג'עט זיין האר אלה בן בעשא, ער האט געקעניג פאר זיבן טעג אין יאר ג'י"א, בי זער זעלבסט איז גע'הרג'עט געווארן.

זמרי'ס טיטל אין פסוק איז "שר מחצית הרכב" פון אלה, דאס באדייט דער גענעראל פון האלב פון די רייט־וועגענער, אדער איינס פון די צוויי גענערעלער איבער די רייט־וועגענר. אינמיטן א שלאכט קעגן די פלשתים אין גבתון, איז זמרי געקומען קיין תרצה וואו אלה האט געוויילט, און אים גע'הרג'עט בשעת אלה האט גע'שיכור'ט. דערנאך האט זמרי אויסגע'הרג'עט די איבעריגע פון בית בעשא, און דערמיט איז מקויים געווארן די נבואה פון יהוא בן חנני צו בעשא אז זיין דינאסטיע וועט פארלענדט ווערן[1].

ווען די שמועה איז אנגעקומען צו די מילטיערלייט אויפ'ן פראנט, אז זמרי האט געמאכט אן אטענטאט אויפ'ן קעניג, האבן זיי געקרוינט עמרי אלץ קעניג, און עמרי איז גאפארן קיין תרצה אומצואווארפן זמרי פון דעם טראן. ווען זמרי האט געזען אז די שטאט איז פארכאפט געווארן, איז ער אריין אין די טיפע באפעטיגטע צימערן פונעם פאלאץ[2], און פון דארט אונטערגעצינדן אויך פייער זיך מיט גאנצן פאלאץ[3].

דער פסוק אין מלכים זאגט אז זמרי'ס טויט א שטראף פאר זיינע שלעטע מעשים, וואס האט געזינדיגט און געמאכט די אידן זינדיגן[4]. וויבאלד זמרי האט געקעניגט בלויז זיבן טעג, באציעט זיך דער פסוק צו זיין מחשבה צו גיין אין די פיסטריט פון זיינע פארגייער[4.1] און זיינע מעשים אין דעם איין וואך[4.2], אדער צו זיינע מעשים אלץ גענעראל אונטער אלה[4.3].

"זמרי" איז געווארן ווי א סימבאל פון א פאררעטער, ווי איזבל האט געזאגט פאר יהוא בן נמשי ווען ער איז איר געקומען הרג'ענען: "הֲשָׁלוֹם, זִמְרִי הֹרֵג אֲדֹנָיו?"[5].

רעפערענצן

  1. מלכים א' טז, א–ד.
  2. דעת מקרא מלכים א פרק טז פסוק יח
  3. מלכים א' טז, טו–יח.
  4. מלכים א' טז, א–יט.
    1. מלבי"ם דארט
    2. רלב"ג דארט
    3. רד"ק דארט
  5. מלכים ב' ט, לא.

קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען