ב' כסלו
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' כסלו
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ב' כסלו איז דער צווייטער טאג פונעם דריטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צווייטער טאג פונעם ניינטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
הכז החא |
מאנטאג | ויצא |
השא השג |
דינסטאג | ויצא |
זחא זחג |
מיטוואך | תולדות |
זשג זשה |
דאנערשטאג | תולדות |
בחה בחג |
פרייטאג | תולדות |
בשה בשז גכה גכז |
שבת | תולדות |
חגים וזמנים
- "פורים היטלער" אין קאסאבלאנקא, צוליב וואס די אידישע קהילה איז אין יאר ה'תש"ד געראטעוועט געווארן פון די נאציס[1]
- לויט איין מקור, איז א סכנה צו שווערן אין דעם טאג, אפילו פאר אמת[2]
געשעענישן
- ה'רפ"ג – אויסגעפירט דער דרוק פון ווענעציער ש"ס, דער ערשטער פולער געדרוקטער ש"ס מיט פירוש רש"י און תוספות, שטעלנדיג דעם באזיס פארן צורת הדף נאך היינט אין באניץ
- ה'תש"ג – צווייטע וועלט-מלחמה: נאצי דייטשלאנד ענדיגט אייננעמען פראנקרייך
- ה'תשע"ו – טעראר אטאקעס אין פאריז, אויסגעפירט דורך די איסלאמישע שטאט, ברענגען אום 130 מענטשן און פארוואונדן 413 אנדערע
געבוירן
- ה'תרמ"ט – רבי דוד מרדכי טווערסקי, דריטער אדמו"ר פון טאלנא (נפטר ה'תשי"ז)
- ה'תשכ"ט – רבי יעקב יוסף האגער, וויזשניצער רבי אין בארא פארק
יארצייטן
- ה'תצ"ז – רבי יוסף דוד, רב און ראש ישיבה פון סאלאניקי, מחבר פון שו"ת "בית דוד" (געבוירן ה'ת"כ)
- ה'תקל"ו – רבי שמריה פון ווארכאווקע, א מגיד אין ווארכאווקע און א דיין אין סאווראן, תלמיד פון בעל שם טוב[3]
- ה'תקנ"ה – רבי משולם פייוויש העלער פון זבאריזש, תלמיד פון מעזריטשער מגיד און מחבר פון "יושר דברי אמת", נפטר אין דעם טאג לויט טייל[4] (געבוירן ה'תק"ב)
- ה'תרי"ח – רבי ישראל יצחק באראן, דער צווייטער אדמו"ר פון ראדאשיץ (געבוירן ה'תק"ע)
- ה'תרע"ט – רבי דוד קאפח, פון די פירער פון די דרדעים אין תימן, פאטער פון הרב יוסף קאפח (געבוירן ה'תרנ"ב)
- ה'ת"ש – רבי נחום וויידנפעלד, רב פון דאמבראווע, מחבר פון שו"ת "חזון נחום" (געבוירן ה'תרל"ה)
- ה'תש"א – הרב דוב רעוועל, דער ערשטער פרעזידענט פון ישיבת רבינו יצחק אלחנן (געבוירן ה'תרמ"ו)
- ה'תש"ב – רבי יהודה עבער, ראש ישיבה אין עטליכע ליובאוויטשער ישיבות (געבוירן ה'תרס"א)
- ה'תש"כ – רבי עקיבא סופר, רב פון פרעשבורג, מחבר פון "דעת סופר" (געבוירן ה'תרל"ח)
- ה'תשכ"ג – רבי אהרן קאטלער, גרינדער פון דער לעיקוואדער ישיבה אין די פאראייניגטע שטאטן (געבוירן ה'תרנ"ב)
- ה'תשכ"ז – רבי משה אהרן פאלייעוו, ראש ישיבת רבינו יצחק אלחנן איבער 46 יאר, מחבר פון "מחנה ישראל" (געבוירן ה'תרמ"ח)
- ה'תשנ"ט – רבי נתן מאיר וואכטפויגל, משגיח פון בית המדרש גבוה אין לעיקוואד (געבוירן ה'תר"ע)
רעפערענצן
- ↑ מגילת היטלר, אויף יד ושם זייטל
- ↑ תיקון יששכר, געברענגט אין כנסת הגדולה הגהות הטור, סימן פ"ז אות כ'.
- ↑ לויט אנדערע, איז זיין יארצייט א טאג פריער
- ↑ מער אנגענומען איז כ' אדער כ"ב כסלו