שת

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שת איז געווען דער דריטער זון פון אדם הראשון און חוה. זיינע עלטערע ברידער זענען געווען קין און הבל.

ער איז געבוירן געווארן ווען אדם איז אלט געווען 130 יאר[1], אין יאר ק"ל לאדם[א].

די תורה איז מסביר דעם נאמען פון שת - "כי שָׁת לי אלקים זרע אחר תחת הבל כי הרגו קין"[2]. ווען שת איז אלט געווען 105 יאר, האט ער געבוירן א זון מיטן נאמען אנוש[3], פון וועמען עס האבן זיך ווייטער געצויגן די צען דורות ביז נח. אלע מענטשן היינט אויף דער וועלט שטאמען פון שת; הבל איז געשטארבן אן קינדער, און די אפשטאמיגע פון קין זענען אומגעקומען ביים מבול צוליב זייערע עבירות[ב].

שת האט געלעבט 912 יאר (ביז צום יאר א'מ"ב לאדם[א]), דער פערט-לענגסטער פון אלע מענטשן דערמאנט אין תנ"ך.

לויט א מדרש, איז שת פון די זיבן מענטשן וואס זענען געבוירן געווארן גע'מל'טע[5].

זיין קבר

לויט א מסורת פון מיטל אלטער איז שת באגראבן אין געגנט פון דעם אלטן ישוב ארבל.

לויט די אראבישע טראדיציע, איז שת, וואס ווערט אנגערופן ביי זיי 'נבי שית', באגראבן אין שטח פון דער אראבישער דארף בשית. אמאל איז דער דארף געווען אנגערופן בית-שית און עס איז שפעטער געווארן צאמגעשטעלט צו בשית[6].

נאטיצן

  1. 1.0 1.1 דאס הייסט, לויט'ן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע, וועלכע הייבן אן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן "שנת תוהו", האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ד), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם, דארף מען צולייגן איין יאר צום חשבון.
    אויב די יארן אין די תורה רעכענען זיך ווען זיי זענען געענדיגט, און נישט ווען זיי הייבן זיך אן, דארף מען צולייגן נאך א יאר צום חשבון. איבער דעם ספק, זעט:
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.
  2. לויט איין דעה אין מדרש, אבער, איז נעמה די טאכטער פון למך בן מתושאל געווען די ווייב פון נח, און לויט דעם שטאמען די מענטשן היינט אויך פון קין: "ואחות תובל קין נעמה, א"ר אבא בר כהנא נעמה אשתו של נח היתה, ולמה היו קורין אותה נעמה שהיו מעשיה נעימים. ורבנן אמרי נעמה אחרת היתה, ולמה היו קורין אותה נעמה שהיתה מנעמת בתוף לעבודת כוכבים"[4].

רעפערענצן

  1. בראשית ה, ג
  2. בראשית ד, כה
  3. בראשית ד, כו; ה, ו
  4. בראשית רבה, פרשה כ"ג
  5. מדרש תנחומא פרשת נח פיסקא ה'
  6. אויף ענגליש שרייבט מען דעם נאמען Bashshit; אין די מאנדאטארישע מאפעס איז דער אויסלייג Bash-shit.