פרשת בראשית

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg בראשית Arrow l.svg
פסוקים בראשית א, א - ו, ח
צאל פסוקים 146
צאל ווערטער 1931
אינהאלט בריאת העולם, עץ הדעת, קין און הבל, געבורט פון נח
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (1)  לא תעשה (0)
פריה ורביה
הפטורה
אשכנזים ישעיהו מב, המג, י
ספרדים, חב"ד און קהילת פראנקפורט ישעיהו מב, ה–כה
תימנים ישעיהו מב, א–טז
איטאליענער ישעיהו מב, א–כא
ערשטער קאפיטל פון פרשת בראשית געשריבן אויף אן איי אין מדינת ישראל מוזעאום

פרשת בְּרֵאשִׁית איז די ערשטע פרשה פון ספר בראשית און פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון אנהייב ספר, קאַפּיטל א', פסוק א', ביז קאַפּיטל ו', פסוק ח', לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען.

די פרשה שילדערט דעם וועלט באשאף און דאס באשאף פונעם מענטש. דאן ווערט געשילדערט די ערשטע צען דורות פון די מענטשהייט, פון אדם הראשון ביז נח.

פרשת בראשית ווערט געליינט די ערשטע וואך נאך שמחת תורה. די ערשטע עליה אינעם פרשה ווערט אויך געליינט אין שמחת תורה, גלייך נאכ'ן ענדיגן דעם ציקל פון קריאת התורה. דער וואס איז עולה דעם קריאה אין שמחת תורה ווערט גערופן דער "חתן בראשית".

פרשה אינהאלט

בריאת העולם

Postscript-viewer-blue.svg בריאת העולם

ספר בראשית הייבט זיך אן מיט א דעטאלירטע שילדערונג פון בריאת העולם דורך דעם אויבערשטן - "אלקים", אין זעקס טעג[1]: אנפאנג פונעם ערשטן טאג, איז די וועלט געווען ליידיג און פוסט, תוהו ובוהו, און טינקל האט געהערשט איבער'ן תהום, און דער רוח אלקים האט געשוועבט איבער'ן וואסער. דער אויבערשטער האט באשאפן די ליכטיגקייט, און האט אפגעטיילט צווישן אים און די טינקל. אינעם צווייטן טאג האט ער באשאפן די הימל, וואס טיילט אפ צווישן די אויבערשטע וואסערן און די וואסערן אויף דער ערד. דער דריטן טאג האט דער אויבערשטער איינגעזאמלט אריין אין די ימים דאס וואסער וואס האט פארשוועמט דער ערד, און דאס טריקעניש האט זיך אנטפלעקט. יענער טאג האט ער אויך באשאפן די גראזן. אינעם פערטן טאג האט ער אויפגעהאנגען די זון, די לבנה, און די שטערנס אינעם הימל, און האט באשטימט אז דער זון זאל לייכטן בייטאג און די לבנה ביינאכט. אינעם פיפטן טאג האט דער אויבערשטער באשאפן די וואסער באשעפענישן און די פייגלען פון הימל, און האט זיי געבענטשט זיי זאלן זיך מערן און אנפילן די וועלט. אינעם זעקסטן טאג האט דער אויבערשטער באשאפן די באשעפענישן וואס לעבן אין די טריקעניש. ביים ענדע פונעם באשאף האט דער אויבערשטער באשאפן דעם מענטש. דער זיבעטן טאג: סוף פונעם זעקסטן טאג האט זיך געענדיגט די מלאכת הבריאה, און אינעם זיבעטן טאג האט דער אויבערשטער גערוט פון אלע מלאכה. ער האט געבענטשט דעם טאג און עס באשטימט אלס הייליגער טאג.

נאכ'ן שילדערן די זעקס טעג פון באשאף, טוט זיך דער פסוק ווידער קאנצעטרירן און פארברייטערן איבער דער באשאף פונעם מענטש[2]. עס ווערט געשילדערט דער גן עדן - גארטן פון עדן און זיין ארום, זיינע טייכן און געוויקסן. עס ווערט דערציילט אז דער אויבערשטער האט געלייגט דעם מענטש אין גן עדן און עס אים געגעבן "איר צו באארבעטן און באהיטן", און האט אים באפוילן צו עסן פון אלע פרוכט פון גארטן אויסער פון די פרוכט פונעם עץ הדעת - "דער בוים פון וויסן גוט און שלעכט". דערנאך זאגט דער אויבערשטער אז "עס איז נישט גוט אז דער מענטש איז אליינס - איך וועל אים מאכן א הילף קעגן אים". ער האט געברענגט פאר'ן מענטש אלע חיות זיי צו רופן מיט נעמען. דער מענטש האט גערופן אלע חיות מיט נעמען, אבער פאר זיך האט ער נישט געטראפן אן עזר כנגדו. האט דער אויבערשטער ארויפגעווארפן אויף אים א טיפן שלאף, גענומען איין ריפּ פון זיין קערפער און פון דעם האט ער באשאפן דער פרוי.

חטא עץ הדעת

נאכ'ן דערציילן איבער דאס באשאף פונעם פרוי, ווערט געשילדערט[3] ווי דער אויבערשטער זאגט אן אדם און חוה אז זיי מעגן עסן פון אלע געוויקסן פון גן עדן אויסער די פרוכט פונעם עץ הדעת, אבער דער נחש הקדמוני רעדט איבער חוה אז עס וועט זיי נישט פאסירן קיין שלעכטס דורכ'ן עסן, נאר דער אויבערשטער וויל צוריקהאלטן פון זיי דעת און ג-טליכקייט צו קענען באשאפן. חוה עסט דערפון און געבט עס אויך פאר איר מאן, אדם. זיי ווערן באוואוסטזיניג אז זיי זענען אנטבלויזט, און גארטלען זיך אן מיט פייגן בלעטער[4]. אלס שטראף האט דער אויבערשטער פארשאלטן דעם שלאנג, אפגעשניטן די פיס זי זאל זיך שלעפן אויפ'ן האלז, זי זאל עסן ערד און עס זאל הערשן א פיינטשאפט צווישן די איר און די מענטשהייט. חווה איז באשטראפט געווארן מיט צער גידול בנים, מיט צער העיבור און אז די מאן זאל געוועלטיגן איבער איר, און אדם מיט מיתה און דארפן ארבעטן שווער פאר ברויט.

דער אויבערשטער האט זיי געמאכט קליידער? העמדער? וועסטלעך? און דאן זיי פארטריבן פאר שטענדיג פון גן עדן.

קין און הבל

שת'ס געבורט

צען דורות

בני האלוהים

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי ס'איז אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך איז פארהאן איין מצווה אין דער פרשה:

די מצוות מקור די מצוה איז אקטועל היינטיגע צייטן די וואס זענען באפוילן
פריה ורביה וַיְבָרֶךְ אֹתָם אֱלֹקִים וַיֹּאמֶר לָהֶם אֱלֹקִים פְּרוּ וּרְבוּ[5] יא מענער[א]

לויט טייל ראשונים[6] איז די פסוק אין בראשית א ברכה צו אדם אז ער זאל זיך מערן, און די מצווה לערנט מען ארויס פון די פסוק אין פרשת נח ט, ז; וְאַתֶּם פְּרוּ וּרְבוּ שִׁרְצוּ בָאָרֶץ וּרְבוּ בָהּ[7].

אסאך ראשונים האלטן אז גויים זענען אויך באפוילן מיט'ן חיוב פון פריה ורביה, וויבאלד דער אויבערשטער האט באפוילן "פרו ורבו" פאר אדם, דער טאטע פון די גאנצע מענטשהייט[8]. אנדערע ראשונים האלטן אבער אז בני נח זענען נישט מחוייב[9].

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטרה אין ישעיהו מב. די תימנ'ע און איטאליענער הייבן אן ביי פסוק א', די ספרדים און אשכנזים הייבן אן ביי פסוק ה'. די תימנ'ע ענדיגן ביי פסוק ט"ז, די ספרדים, איטאליענער און די קהילות פראנקפורט דמיין און פאזנע ביי פסוק כ"א, און די איבריגע אשכנז'ישע קהילות ביי קאַפּיטל מ"ג, פסוק י'. די הפטרה רעדט איבער די הנהגה פונעם אויבערשטן און הויבט זיך אן מיט'ן וועלט באשאף און די וואס לעבן אין איר:

כֹּה אָמַר הָאֵל ה' בּוֹרֵא הַשָּׁמַיִם וְנוֹטֵיהֶם רֹקַע הָאָרֶץ וְצֶאֱצָאֶיהָ נֹתֵן נְשָׁמָה לָעָם עָלֶיהָ וְרוּחַ לַהֹלְכִים בָּהּ. אֲנִי ה' קְרָאתִיךָ בְצֶדֶק וְאַחְזֵק בְּיָדֶךָ וְאֶצָּרְךָ וְאֶתֶּנְךָ לִבְרִית עָם לְאוֹר גּוֹיִם.

ביי די ראָמאַניאָטן ליינט מען ישעיהו סה, טזסו, יא.

אין יארן וואס די ערשטע טאג ראש השנה געפאלט אום שבת, געפאלט ראש חודש חשוון זונטאג און מאנטאג נאך שבת בראשית, און מען ליינט די הפטורה "מחר חודש".

דרויסנדע לינקס


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס

פאראמעטער [ ממרא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת בראשית", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

נאטיצן

  1. לויט תנא קמא אין די משנה יבמות סה, ב, לויט רבי יוחנן בן ברוקא זענען פרויען אויך מחוייב.

רעפערענצן


מוסטער:מאדם עד נח