פרשת במדבר
| |||||
פסוקים | במדבר א, א - ד, כ | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 159 (3'טע) | ||||
צאל ווערטער | 1823 (12'טע) | ||||
צאל אותיות | 7393 (9'טע) | ||||
אינהאלט | די נשיאים; ציילונג פון די אידן לויט שבטים; צעטיילונג פון די שבטים אין מחנות; די אויפגאבעס און קאפ־צאל פון שבט לוי; אויסלייזן די בכורים; די אויפגאבעס פון די בני קהת | ||||
| |||||
הפטורה | |||||
הושע ב, א–כב |
פרשת בְּמִדְבַּר איז די ערשטע סדרה פון ספר במדבר, און די 34'סטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון אנהייב ספר, קאַפּיטל א', פסוק א', ביז קאַפּיטל ד', פסוק כ', לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 159 פסוקים און 30 פרשיות - 23 פתוחות און זיבן סתומות.
די פרשה באציט זיך מערסטנס איבער די ציילונג פון די אידן אין מדבר, עס ווערן אויסגערעכנט די נעמען פון די נשיאים פון יעדע שבט און די אויסשטעל און ארדענונג פון די מחנות אין מדבר; די ציילונג און אויסוועלונג פון שבט לוי; און די אויפגאבעס פון די בני קהת.
פרשת במדבר ווערט געליינט צווישן די דאטומען כ"ד אייר און ה' סיון. אין רוב יארן געפאלט די סדרה אין דער שבת בעפאר שבועות, אויסער אין עיבור יארן וואס הייבן זיך אן אויף א דאנערשטאג (החא און השג יארן), וואס דאן ליינט מען נשא בעפאר שבועות.
פרשה אינהאלט
ראנג | שבט | נשיא | מחנה | קאפ־צאל | פראצענט |
---|---|---|---|---|---|
1 | יהודה | נחשון בן עמינדב | מזרח | 74,600 | 12.4 |
2 | דן | אחיעזר בן עמישדי | צפון | 62,700 | 10.4 |
3 | שמעון | שלומיאל בן צורישדי | דרום | 59,300 | 9.8 |
4 | זבולון | אליאב בן חילון | מזרח | 57,400 | 9.5 |
5 | יששכר | נתנאל בן צוער | מזרח | 54,400 | 9.0 |
6 | נפתלי | אחירע בן עינן | צפון | 53,400 | 8.8 |
7 | ראובן | אליצור בן שדיאור | דרום | 46,500 | 7.7 |
8 | גד | אליסף בן דעואל | דרום | 45,650 | 7.6 |
9 | אשר | פגעיאל בן עכרן | צפון | 41,500 | 6.9 |
10 | אפרים | אלישמע בן עמיהוד | מערב | 40,500 | 6.7 |
11 | בנימין | אבידן בן גדעוני | מערב | 35,400 | 5.9 |
12 | מנשה | גמליאל בן פדהצור | מערב | 32,200 | 5.3 |
סך הכל | 603,550 | 100.0 |
דער פרשה באפאסט זיך בעיקר איבער די ציילונג פון די אידן אין מדבר, אין די צווייטע חודש, אין די צווייטע יאר פון יציאת מצרים.
ציילונג פון אידן, אויסשטעל פון מחנות
ג-ט האט באפוילן משה צו ציילן די קאפ־צאל פון אידישע מענער פון צוואנציג יאר און עלטער וועלכע האבן זיך געפינען אין מדבר סיני, און שטעלן צו זיין זייט דאס אויסצופירן די נשיאים פון יעדע שבט, אויסרעכנענדיג יעדער נשיא ביים נאמען. משה האט געציילט יעדע שבט באזונדער, מיט די סך הכל פון אלע אידן - אויסער שבט לוי וועלכע איז געציילט געווארן שפעטער, אויסמאכנדיג 603,550[1].
דאן ווערן אויסגערעכנט די מחנות, די אויסשטעל וויאזוי די שבטים האבן גערוט ארום דעם משכן, זייענדיג צעטיילט אין פיר, יעדעס איינע אונטער דעם פאן פון איין הויפט-שבט, מיט אן ארדענונג וויאזוי זיך צו ציען מיט'ן משכן ביי די מסעות: מזרח - דגל מחנה יהודה, ציט זיך די ערשטע; דרום - דגל מחנה ראובן, גייט די צווייטע; דאן ציט זיך די משכן-"מחנה שכינה", געטראגן דורך שבט לוי וועלכע רוען ארום איר אין צענטער - "מחנה לוי'"; מערב - דגל מחנה אפרים, גייען נאכ'ן משכן און די לויים; צפון - דגל מחנה דן, און ציען זיך צום לעצט[2].
ציילונג און אויסוועלונג פון שבט לוי
דאן האט דער אויבערשטער באפוילן משה צו שטעלן די לויים אלס אויסדערוועלטע און באדינער אינעם משכן אויף פארשידענע אויפגאבעס, און צו ציילן די לויים פון א חודש אלט און עלטער, צעטיילט לויט זייערע משפחות: די קינדער פון אהרן, די כהנים וואס טוען די עבודה, און האבן גערוט צו מזרח פונעם משכן מיט משה'ן; גרשון - געשטעלט צו טראגן די יריעות המשכן, דער אוהל און צודעק, און דער מסך פתח אוהל מועד. קהת - געשטעלט צו טראגן די כלים פון משכן; מררי - געשטעלט צו טראגן די קרשי המשכן, די בריחים, עמודי המשכן און די אדנים.
ג-ט האט באפוילן משה צו שטעלן די לויים אנשטאט די בכורים, א יעדע לוי אנשטאט א בכור, און די בהמות פון די לויים אנשטאט די בכורים פון די אידנ'ס בהמות. די איבריגע 273 בכורים וואס זענען געווען מער פון די לויים זאלן זיך אויסזלייזן מיט פינף שקל פאר יעדן פון זיי, און 1365 שקלים זענען אהינגעגעבן געווארן פאר די לויים[3].
דאן ווערט דעטאלירט די אויפגאבע פון די בני קהת, אונטער די אנפירערשאפט פון אלעזר בן אהרן, וועלכע האבן די דעליקאטע ארבעט צו טראגן די כלי המשכן, פונקליך וויאזוי זיי זאלן צענעמען און איינפאקן די כלים און עס טראגן, און אכטונג געבן פון אנרירן די כלים, און אזוי ארום וועלן זיי נישט שטארבן[4].
אין די קומענדיגע פרשה זעצט די תורה פאר צו דעטאלירן די אויפגאבעס פון די בני גרשון און מררי.
ראנג | משפחה | נשיא | רו־ארט נעבן משכן |
קאפ־צאל | פראצענט |
---|---|---|---|---|---|
1 | קהת | אליצפן בן עוזיאל | דרום | 8,600 | 38.6 |
2 | גרשון | אליסף בן לאל | מערב | 7,500 | 33.6 |
3 | מררי | צוריאל בן אביחיל | צפון | 6,200 | 27.8 |
ס"ה | 22,300 | 100.0 |
דאטומען
לויט די תקנת עזרא הסופר ווערט פרשת בחוקותי, וואס אַנטהאַלט די תוכחה, געליינט פאר דעם יום־טוב שבועות, כּדי צו מרמז זיין אַז "תכלה שנה וקללותיה"[5][א]. למעשה איז איינגעפירט נישט צו ליינען די קללות ממש נאנט צו שבועות, נאר אריינהאקן צווישן זיי מיט פרשת במדבר[5.1][7][ב].
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה קען געפאלן אין זעקס (אין א"י, אין חו"ל זעקס) אנדערע דאטומען:
- השג יאר - כ"ד אייר
- החא יאר - כ"ו אייר
- זשה יאר און בחה יאר, בשה יאר און גכה יאר - כ"ט אייר
- זחג יאר, זשג יאר און בחג יאר - ב' סיון
- השא יאר און זחא יאר - ד' סיון
- הכז יאר - ה' סיון
- בשז יאר און גכז יאר - אין ארץ ישראל - כ"ז אייר, אין חוץ לארץ - ה' סיון
הפטורה
מען ליינט די הפטורה אין ספר הושע, קאַפּיטל ב', פסוקים א'–כ"ב. די הפטורה הייבט זיך אן מיט'ן פסוק "וְהָיָה מִסְפַּר בְּנֵי-יִשְׂרָאֵל, כְּחוֹל הַיָּם, אֲשֶׁר לֹא-יִמַּד, וְלֹא יִסָּפֵר", ווי אונזער פרשה וועלכע עפנט זיך מיט די צאל פון די אידן.
אין יארן וואס ראש חודש סיון געפאלט אויף זונטאג, ליינט מען די הפטורה פון ליינט די הפטורה פון "מחר חודש".
דרויסנדע לינקס
טעקסט:
- פרשת במדבר, אויף שיתופתא
- פרשת במדבר, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת במדבר - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת במדבר, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת במדבר", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת במדבר אויף קול הלשון
- פרשת במדבר, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת במדבר, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת במדבר, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת במדבר, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת במדבר", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת במדבר אויפ'ן "על התורה" זייטל
נאטיצן
- ↑ שבועות ווערט גערעכנט ווי ראש השנה פאר די פירות פון בוים[6].
- ↑ לויט'ן כלל פון "מנו ועצורו" - אז פרשת במדבר אין וועלכע די אידן ווערן "געציילט" (מנו) - ווערט געליינט דער שבת בעפאר "שבועות" (עצרת/עצרו).
אין עיבור יארן וואס הייבן זיך אן אויף א דאנערשטאג - החג און השא יארן, ווען פרשת אחרי ווערט געליינט אום שבת הגדול אנשטאט פרשת צו ווי אין א געווענליך יאר, און פרשת מצורע ווי אין רוב עיבור יארן, א גאנץ-זעלטענע סדר גערופן מיט'ן סימן "אוחר ופסח" (אדער "פטיר ופסח". ווי געברענגט אין מחזור ויטרי[8] אלס דער מנהג פון צרפת, אדער אלס מנהג פון רבינו תם[9]; און אזוי איז גע'פסק'ענט אין טור און אין שלחן ערוך[10]), ליינט מען פרשת נשא בעפאר שבועות.
רעפערענצן
- ↑ קאַפּיטל א'.
- ↑ קאַפּיטל ב'.
- ↑ קאַפּיטל ג'.
- ↑ ד, א–כ.
- ↑ מגילה לא, ב
- ↑ משנה, ראש השנה א, ב
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר אהבה, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ג, הלכה ב'
- ↑ סימן רנ"ו.
- ↑ אזוי אין די השלמות למחזור ויטרי, עמ' 6.
- ↑ טור, אורח חיים, סימן תכ"ח; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ד'.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |
* במדבר קאַטעגאָריע:אייר קאַטעגאָריע:סיון קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען