ז' חשון
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יום בחודש אריינפיר
פאראמעטער [ 1, 2 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ז' חשון איז דער זיבעטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער זיבעטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
זשה זחא זשג זחג |
זונטאג | לך לך |
בשה בחה בשז בחג |
דינסטאג | לך לך |
גכה גכז |
מיטוואך | לך לך |
הכז השא החא השג |
פרייטאג | לך לך |
חגים וזמנים
- מען הייבט אן בעטן אויף רעגן אין ארץ ישראל
- לויט איין מקור איז דער טאג א "תענית צדיקים", ווייל אין דעם טאג האט מען אויסגעשטאכן די אויגן פון צדקיהו און אומגעברענגט זיינע קינדער[1]
געשעענישן
- ה'תרל"ט – קומען אן די ערשטע קאלאניסטן פון ירושלים צום געגנט וואס וועט שפעטער ווערן פתח תקוה
- ה'תש"ב – חורבן אייראפע: ארום 9,200 אידן פון קאוונער געטא ווערן אומגעברענגט אין ניינטן פארט
- ה'תשט"ו – די תל אביב צענטראל באן סטאנציע ווערט געעפנט
- ה'תשל"ג – רבי עובדיה יוסף און הרב שלמה גורן ווערן אויפגענומען אלס רבנים ראשיים אין מדינת ישראל
געבוירן
- ה'תקצ"ג – רבי חיים חזקיהו מדיני, מחבר פון "שדי חמד", רב אין קרים און חברון (נפטר ה'תרס"ה)
- ה'תרנ"ה – הרב אברהם נשר אדלער, רב פון די בית יעקב און מחנה יהודה קווארטלען אין ירושלים, מחבר פון ספר "כנפי נשרים" (נפטר ה'תשכ"ט)
- ה'תרנ"ו – לוי אשכול, פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל (געשטארבן ה'תשכ"ט)
- ה'תשט"ו – הרב אלימלך פירער, מנהל פון "עזרה למרפא" און מעדיצינישער עסקן און עצה-געבער
- ה'תשל"ו – רבי אהרן מרדכי רוקח פון בעלזא
יארצייטן
- ה'תר"ח – רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין פון ראזלא, אן אדמו"ר פון די זידיטשובער גזע (געבוירן ה'תקנ"א)
- ה'תרכ"ו – רבי נתן דוד ראבינאוויטש פון שידלאווצע, אן אדמו"ר פון די פשיסכער גזע (געבוירן ה'תקע"ד)
- ה'תר"נ – רבי יוסף שפירא פון בלאזשאוו (געבוירן ה'תרכ"ח)
- ה'תרס"ו – רבי ירחמיאל צבי ראבינאוויטש פון שעדליץ (געבוירן ה'תרל"ח)
- ה'תרע"ג – רבי דוד גוטערמאן פון סאווראן
- ה'תר"צ – רבי יוסף לייב בלאך, רב און ראש ישיבת טעלז (געבוירן ה'תר"כ)
- ה'תרצ"ד – רבי מאיר שפירא, רב פון לובלין, ראש ישיבה פון ישיבת חכמי לובלין, און גרינדער פון דף היומי, (געבוירן ה'תרמ"ז)
- ה'ת"ש – רביצין חנה ברכה שפירא, די פרוי פון רבי אלימלך שפירא פון גראדזיסק, וועלכע האט אליין געפראוועט רביסטעווע
- ה'תש"ג – רבי חנוך העניך דוב מייער, רב אין סאסוב און קערעצקי, איידעם פון רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים (געבוירן ה'תרמ"ד)
- ה'תש"ל – רבי ברוך טאלידאנא, הלכה'דיגער פארשער און אב בית דין אין יפו (געבוירן ה'תרמ"ג)
- ה'תשל"ד – רבי ישראל וועלץ ראב"ד פעסט און א דיין אין ירושלים (געבוירן ה'תרמ"ז)
- ה'תשע"ט – יעקב וויינראט, א בארימטער חרדישער אדוואקאט אין מדינת ישראל (געבוירן ה'תש"ז)
רעפערענצן
- ↑ מגילת תענית פרק ח', לויט ווי געברענגט אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"פ, סעיף ב'. לויט די גירסא פון בה"ג, געברענגט אין משנה ברורה, סימן תק"פ, סעיף קטן י"א, איז עס א טאג פריער.