אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:צאנז-קלויזענבורג (חסידות)"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:36, 22 נאוועמבער 2022
דער ארטיקל דא באשרייבט דאס צאנז-קלויזענבורג'ער חסידות וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורך האדמו"ר ר' יקותיאל יהודה האלבערשטאם זצוקללה"ה. פאר אינפארמאציע אויף דעם ארגינעלן צאנזער חסידות וואס איז געגרינדעט געווארן דורך הרה"ק ר' חיים האלבערשטאם זיע"א זעט צאנז (הויף)
קלויזענבורג
קלויזענבורג איז דער נאמען פון א חסידישן הויף וואס איז געגרינדעט געווארן דורך האדמו"ר ר' יקותיאל יהודה האלבערשטאם זצוקללה"ה (א זון פונעם רודניקער רב, הרב צבי הירש האלבערשטאם, וואס איז געווען א זון פון גארליצער רב אן אייניקל פון דברי חיים פון צאנז) וואס האט ממשיך געווען אין דעם וועג פון זיין הייליגן זיידן דעם דברי חיים און זיין זייזען דער יטב לב פון סיגעט.
דער קלויזענבורגער רבי פון קרית צאנז ר' יקותיאל יהודה וואס איז געווען רב פון קהילת הספרדים אין דער שטאט קלויזנבורג, רומעניע, פאר'ן צוויטן וועלט קריג, האט אויפגעבויט יודישקייט און חסידות נאכן קריג און האט גערופן זיינע מוסדות און זיינע שטעטלעך אין ארץ ישראל מיטן נאמען קרית צאנז אויפן נאמען פון זיין זיידן דער צאנזער רב דער דברי חיים זי"ע.
די וואוילטעטיגקייטן פונם רבי'ן זענען נישט נאר געווען פאר זיינע חסידים נאר פאר גאנץ כלל ישראל, ווי ס'איז באוואוסט האט ער אויפגעשטעלט מפעל הש"ס און דעם לאניאדא שפיטאל אין קרית צאנז, נתניה.
דאס חסידות היינט
נאך דער פטירה פונעם רבי'ן ר' יקותיאל יהודה זענען אויפגענומען געווארן אויף זיין פלאץ:
- זיין עלטערער זון ר' צבי אלימלך האלבערשטאם שליט"א אדמו"ר פון צאנז קלוינבורג אין קרית צאנז, נתניה, ארץ ישראל.
- זיין צווייטער זון ר' שמואל דוד האלבערשטאם שליט"א אדמו"ר פון צאנז קלויזנבורג אין בארא פארק, ברוקלין, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן.
- זיין איידעם ר' שלמה גאלדמאן זצ״ל אדמו"ר פון צאנז זוועהיל אין יוניאן סיטי, ניו דזשערסי, פאראייניגטע שטאטן.
- זיין איידעם ר' דוב ווייס שליט"א רב פון קרית צאנז אין ירושלים, ארץ ישראל
- זיין איידעם ר' שאול יודא פריזנט שליט"א אדמו"ר פון צאנז זוועהיל אין יוניאן סיטי, ניו דזשערסי, פאראייניגטע שטאטן ממלא מקום פון ר' שלמה גאלדמאן זצ״ל אדמו"ר פון צאנז זוועהיל .
צאנז קלויזענבורג ווערט גערעכנט היינט אלס איינע פון די גרויסע חסידות'ן איבער דער גארער וועלט, עס האט בתי מדרשות און מוסדות אין:
- ארץ ישראל: ירושלים, בני ברק, צפת, פתח תקוה, חיפה, אלעד, ביתר, מודיעין עילית, בית שמש, טבריה.
- אייראפע: לאנדאן, אנטווערפן, מאנטשעסטער.
- אמעריקע: בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, יוניאן סיטי, לייקוואד, מאנטריאל (קאנאדע).
זעט אויך