אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בנימין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 24: שורה 24:


===נאמען===
===נאמען===
אנדערש ווי ביי די אנדערע שבטים, ווערט נישט ערקלערט אין די תורה דעם באדייט פון זיין נאמען. עס ווערט נאר פארציילט אז אויסהויכנדיג איר נשמה, האט אים זיין מאמע גערופן גערופן בֶּן-אוֹנִי{{הערה|שם=ברלה|{{תנ"ך|בראשית|לה|יח}}.}} - דער זון פון מיין פּיין{{הערה|דארט=ברלה|[[רש"י]] דארט; [[רד"ק]] דארט.}}, אדער דער זון פון מיין [[אבל|אנינות]]{{הערה|דארט=ברלה|[[רב סעדיה גאון|רס"ג]] דארט; [[רבי אברהם אבן עזרא|ראב"ע]] דארט; [[רמב"ן]] דארט.}}, און זיין טאטע האט אים גערופן בנימין.
אנדערש ווי ביי די אנדערע שבטים, ווערט נישט ערקלערט אין די תורה דעם באדייט פון זיין נאמען. עס ווערט נאר פארציילט אז אויסהויכנדיג איר נשמה, האט אים זיין מאמע גערופן גערופן בֶּן-אוֹנִי{{הערה|שם=ברלה|{{תנ"ך|בראשית|לה|יח}}}} - דער זון פון מיין פּיין{{הערה|דארט=ברלה|[[רש"י]] דארט; [[רד"ק]] דארט.}}, אדער דער זון פון מיין [[אבל|אנינות]]{{הערה|דארט=ברלה|[[רב סעדיה גאון|רס"ג]] דארט; [[רבי אברהם אבן עזרא|ראב"ע]] דארט; [[רמב"ן]] דארט.}}, און זיין טאטע האט אים גערופן בנימין.


לויט ווי ערקלערט דורך די מפרשים, איז דער נאמען בנימין צוזאמען געשטעלט פון די ווערטער "בן" - 'זון', און "ימין" - וואס ווערט פארשידענארטיג געטייטשט 'שטארקייט', 'דרום זייט' אדער 'טעג'. צווישן די פירושים זענען: 1) א זון וואס איז געבוירן אין [[דרום]]{{הערה|דארט=ברלה|[[רש"י]] דארט; [[רלב"ג]] דארט.}}, וויבאלד אלע שבטים זענען געבוירן צפון-צו אין ארם און נאר ער איז געבוירן אין ארץ ישראל. לויט דעם איז ימין טייטש דרום, ווי אינעם פסוק{{הערה|{{תנ"ך|תהלים|פט|יג}}.}} צָפוֹן וְ'''יָמִין''' אַתָּה בְרָאתָם. 2) א זון וואס איז געבוירן אויף דער עלטער{{הערה|דארט=ברלה|[[רש"י]] דארט; [[רשב"ם]] דארט; רבי מיוחס דארט.}}. לויט דעם איז '''ימין''' אזוי ווי '''ימים''', ווי אינעם פסוק{{הערה|{{תנ"ך|דניאל|יב|יג}}.}} לְקֵץ הַיָּמִין. 3) א זון פון מיין רעכטער האנט, ד"ה אז ער איז געווען זייער באליבט אויף אים{{הערה|דארט=ברלה|[[רד"ק]] דארט; [[רבי יוסף בכור שור|בכור שור]] דארט.}}. 4) ווילנדיג אים רופן מיטן נאמען וואס די מאמע האט אים געגעבן, האט יעקב אויסגעטייטשט בן אוני ווי 'בן כוחי', און אים גערופן 'בִּנְיָמִין' וואס טראגט אויך דעם באדייט, ווייל די רעכטע זייט צייגט אויף כוח און הצלחה{{הערה|דארט=ברלה|[[רמב"ן]] דארט. זעט אויך [[מלבי"ם]], דארט, וועלכער לערנט אז "אוני" האט טאקע געמיינט "כוחי", דער קינד וואס מיין כוח איז אין אים אויסגעגאנגען.}}.
לויט ווי ערקלערט דורך די מפרשים, איז דער נאמען בנימין צוזאמען געשטעלט פון די ווערטער "בן" - 'זון', און "ימין" - וואס ווערט פארשידענארטיג געטייטשט 'שטארקייט', 'דרום זייט' אדער 'טעג'. צווישן די פירושים זענען: 1) א זון וואס איז געבוירן אין [[דרום]]{{הערה|דארט=ברלה|[[רש"י]] דארט; [[רלב"ג]] דארט.}}, וויבאלד אלע שבטים זענען געבוירן צפון-צו אין ארם און נאר ער איז געבוירן אין ארץ ישראל. לויט דעם איז ימין טייטש דרום, ווי אינעם פסוק{{הערה|{{תנ"ך|תהלים|פט|יג}}.}} צָפוֹן וְ'''יָמִין''' אַתָּה בְרָאתָם. 2) א זון וואס איז געבוירן אויף דער עלטער{{הערה|דארט=ברלה|[[רש"י]] דארט; [[רשב"ם]] דארט; רבי מיוחס דארט.}}. לויט דעם איז '''ימין''' אזוי ווי '''ימים''', ווי אינעם פסוק{{הערה|{{תנ"ך|דניאל|יב|יג}}.}} לְקֵץ הַיָּמִין. 3) א זון פון מיין רעכטער האנט, ד"ה אז ער איז געווען זייער באליבט אויף אים{{הערה|דארט=ברלה|[[רד"ק]] דארט; [[רבי יוסף בכור שור|בכור שור]] דארט.}}. 4) ווילנדיג אים רופן מיטן נאמען וואס די מאמע האט אים געגעבן, האט יעקב אויסגעטייטשט בן אוני ווי 'בן כוחי', און אים גערופן 'בִּנְיָמִין' וואס טראגט אויך דעם באדייט, ווייל די רעכטע זייט צייגט אויף כוח און הצלחה{{הערה|דארט=ברלה|[[רמב"ן]] דארט. זעט אויך [[מלבי"ם]], דארט, וועלכער לערנט אז "אוני" האט טאקע געמיינט "כוחי", דער קינד וואס מיין כוח איז אין אים אויסגעגאנגען.}}.
שורה 33: שורה 33:


===לעבנס געשיכטע===
===לעבנס געשיכטע===
בנימין איז געווען דער איינציגסטער ברודער פון [[יוסף]] פון זייער מאמע'ס זייט. ווען יעקב האט געשיקט זיינע זין קיין [[מצרים]] צו שאפן שפייז בשעת'ן הונגער האט ער נישט מיטגעשיקט בנימין, וויבאלד זייענדיג דער איינציגסטער זון וואס איז פארבליבן פון זיין באליבטע ווייב רחל איז יעקב געווען גאר צוגעבינדן צו אים און ער האט זיך געפארכט עס זאל אים נישט פאסירן קיין אומגליק, אבער יוסף האט זיך גע'עקשנ'ט אז זיי זאלן ברענגען אויך זייער יונגסטן ברודער. אנפאנג האט יעקב נישט צוגעשטימט אבער עווענטועל האט בנימין באגלייט זיינע ברידער קיין מצרים נאך וואס יהודה האט אונטערגענומען צו זיין פאראנטווארטליך פאר אים. ווען בנימין איז אים פארגעשטעלט געווארן, איז יוסף געווארן אזוי איבערגענומען פון זיינע געפילן, אז ער איז אריין אין אַ פּריוואטן צימער און דארטן געוויינט. ער האט געלאדנט זיינע ברידער צו א מאלצייט, וואו ער האט געשענקט בנימין מיט פינף מאל אזויפיל פּארציעס ווי פאר די אנדערע. יוסף האט אבער געשטעלט די ישרות פון זיינע ברידער אויף פּראבע און זיך נישט דערקענט פאר זיי. ער האט באפוילן זיין פארוואלטער צו באהאלטן זיין זילבערנעם בעכער אין בנימין'ס זאַק און דערנאך איבערפאלן די ברידער אויף זייער וועג אהיים און אים באשולדיגן אין גנב'ענען און [[שקלאפעריי|פארשקלאפן]]. זעענדיג אז מ'האט געטראפן דעם בעכער ביי בנימין האבן די ברידער צעריסן זייערע קליידער און זיך איינגעריסן פאר אים. יהודה האט דערקלערט זיין גרייטקייט צו אויפגעבן זיין פרייהייט אין אויסטויש פאר בנימין'ס באפרייאונג צו אפּשוינען זייער פאטער'ס טרויער אויב זאל ער נישט צוריקקומען. ווען [[יוספ'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער|יוסף האט ענדליך אנטפלעקט]] זיין אידענטיטעט, זענען יוסף און בנימין ארויפגעפאלן איינער אויף דעם אנדערן'ס האלז און געוויינט. יוסף האט דערנאך געגעבן קליידונג פאר זיינע ברידער, און פאר בנימין פינף פּאָר קליידונג און דריי הונדערט זילבער שטיק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מב}}–{{תנ"ך|בראשית|מה|ללא=ספר}}.}}.
בנימין איז געווען דער איינציגסטער ברודער פון [[יוסף]] פון זייער מאמע'ס זייט. ווען יעקב האט געשיקט זיינע זין קיין [[מצרים]] צו שאפן שפייז בשעת'ן הונגער האט ער נישט מיטגעשיקט בנימין, וויבאלד זייענדיג דער איינציגסטער זון וואס איז פארבליבן פון זיין באליבטע ווייב רחל איז יעקב געווען גאר צוגעבינדן צו אים און ער האט זיך געפארכט עס זאל אים נישט פאסירן קיין אומגליק, אבער יוסף האט זיך גע'עקשנ'ט אז זיי זאלן ברענגען אויך זייער יונגסטן ברודער. אנפאנג האט יעקב נישט צוגעשטימט אבער עווענטועל האט בנימין באגלייט זיינע ברידער קיין מצרים נאך וואס יהודה האט אונטערגענומען צו זיין פאראנטווארטליך פאר אים. ווען בנימין איז אים פארגעשטעלט געווארן, איז יוסף געווארן אזוי איבערגענומען פון זיינע געפילן, אז ער איז אריין אין אַ פּריוואטן צימער און דארטן געוויינט. ער האט געלאדנט זיינע ברידער צו א מאלצייט, וואו ער האט געשענקט בנימין מיט פינף מאל אזויפיל פּארציעס ווי פאר די אנדערע. יוסף האט אבער געשטעלט די ישרות פון זיינע ברידער אויף פּראבע און זיך נישט דערקענט פאר זיי. ער האט באפוילן זיין פארוואלטער צו באהאלטן זיין זילבערנעם בעכער אין בנימין'ס זאַק און דערנאך איבערפאלן די ברידער אויף זייער וועג אהיים און אים באשולדיגן אין גנב'ענען און [[שקלאפעריי|פארשקלאפן]]. זעענדיג אז מ'האט געטראפן דעם בעכער ביי בנימין האבן די ברידער צעריסן זייערע קליידער און זיך איינגעריסן פאר אים. יהודה האט דערקלערט זיין גרייטקייט צו אויפגעבן זיין פרייהייט אין אויסטויש פאר בנימין'ס באפרייאונג צו אפּשוינען זייער פאטער'ס טרויער אויב זאל ער נישט צוריקקומען. ווען [[יוספ'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער|יוסף האט ענדליך אנטפלעקט]] זיין אידענטיטעט, זענען יוסף און בנימין ארויפגעפאלן איינער אויף דעם אנדערן'ס האלז און געוויינט. יוסף האט דערנאך געגעבן קליידונג פאר זיינע ברידער, און פאר בנימין פינף פּאָר קליידונג און דריי הונדערט זילבער שטיק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מב}}–{{תנ"ך|בראשית|מה|ללא=ספר}}}}.


ווען יעקב האט געבענטשט זיינע זין, האט ער געבענטשט בנימין:
ווען יעקב האט געבענטשט זיינע זין אויף זיין טויטן-בעט, האט ער געבענטשט בנימין:
{{מנוקד|"בִּנְיָמִין זְאֵב יִטְרָף, בַּבֹּקֶר יֹאכַל עַד; וְלָעֶרֶב, יְחַלֵּק שָׁלָל."}}{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מט|כז}}}}
{{מנוקד|"בִּנְיָמִין זְאֵב יִטְרָף, בַּבֹּקֶר יֹאכַל עַד; וְלָעֶרֶב, יְחַלֵּק שָׁלָל"}}{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מט|כז}}}}; דאס האט אנטהאלטן די נבואה אז [[שבט בנימין|זיין שבט]] וועט צושטעלן פאר די אידן זייער ערשטער און לעצטער הערשער; סיי [[שאול]] און סיי [[אסתר]] האבן טאקע געשטאמט פון שבט בנימין{{הערה|{{רבה|בראשית|צט|ג}}}}.


===פטירה===
===פטירה===
לויט פארשידענע גרסאות אין די מדרשים און מקורות, האט בנימין געלעבט 109, 111, אדער 115 יאר{{הערה|זעט: סדר הדורות, שנת ב"א ר"ח}}. לויט די אפאקריפישע צוואת בנימין איז ער אלט געווען 125 יאר אין טאג וואס ער איז נפטר געווארן{{הערה|שם=צוואה}}.
לויט פארשידענע גרסאות אין די מדרשים און מקורות, האט בנימין געלעבט 109, 111, אדער 115 יאר{{הערה|זעט: סדר הדורות, שנת ב"א ר"ח}}. לויט די אפאקריפישע צוואת בנימין איז ער אלט געווען 125 יאר אין טאג וואס ער איז נפטר געווארן{{הערה|שם=צוואה}}.


די [[גמרא]] זאגט אז בנימין איז איינער פון די פיר וואס האבן נישט געזינדיגט זייער גאנצע לעבן, און זיי זענען געשטארבן נאר צוליב [[חטא אדם הראשון]]. די אנדערע זענען [[עמרם]], [[ישי]], און [[כלאב]] דער זון פון [[דוד]]. אזוי אויך איז בנימין איינער פון די זיבן וואס אין זיי האבן נישט שולט געווען ווערים נאך זייער טויט, ווי די גמרא טייטשט אריין אין די ברכה פון משה: ״וּלְבִנְיָמִין אָמַר: יְדִיד ה׳, יִשְׁכֹּן לָבֶטַח עָלָיו״{{הערה|{{תנ"ך|דברים|לג|יב}}}}. די אנדערע זעקס זענען [[אברהם]], [[יצחק]], [[יעקב]], [[משה]], [[אהרן]] און [[מרים הנביאה]]{{הערה|{{בבלי|שבת|נה|ב}}; {{בבלי|בבא בתרא|יז|א}}.}}.
די [[גמרא]] זאגט אז בנימין איז איינער פון די פיר וואס האבן נישט געזינדיגט זייער גאנצע לעבן, און זיי זענען געשטארבן נאר צוליב [[חטא אדם הראשון]]{{ביאור|די אנדערע זענען [[עמרם]], [[ישי]], און [[כלאב]] דער זון פון [[דוד]]}}{{הערה|{{בבלי|שבת|נה|ב}}}}; אזוי אויך איז ער איינער פון די זיבן וואס אין זייער קערפער האבן נישט שולט געווען ווערים נאך זייער טויט, ווי די גמרא טייטשט אריין אין די ברכה פון משה: ״{{מנוקד|וּלְבִנְיָמִין אָמַר: יְדִיד ה׳, יִשְׁכֹּן לָבֶטַח עָלָיו}}״{{הערה|{{תנ"ך|דברים|לג|יב}}}}{{ביאור|די אנדערע זעקס זענען [[אברהם]], [[יצחק]], [[יעקב]], [[משה]], [[אהרן]] און [[מרים הנביאה]].}}{{הערה|{{בבלי|בבא בתרא|יז|א}}}}.


==זיינע קינדער==
==זיינע קינדער==
ווען די תורה שילדערט ווי יעקב'ס קינדער גייען אראפ קיין מצרים, רעכנט זי אויס די קינדער פון בנימין:
ווען די תורה שילדערט ווי יעקב'ס קינדער גייען אראפ קיין מצרים, רעכנט זי אויס די קינדער פון בנימין:
{{ציטוט|תוכן=וּבְנֵי בִנְיָמִן, בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל, גֵּרָא וְנַעֲמָן, אֵחִי וָרֹאשׁ; מֻפִּים וְחֻפִּים, וָאָרְדְּ.|מקור={{תנ"ך|בראשית|מו|כא}}}}
{{מנוקד|"וּבְנֵי בִנְיָמִן, בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל, גֵּרָא וְנַעֲמָן, אֵחִי וָרֹאשׁ; מֻפִּים וְחֻפִּים, וָאָרְדְּ"}}{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מו|כא}}}}.
די גמרא אין [[מסכת סוטה]] ערקלערט אז די צען קינדער פון בנימין זענען אנשטאט די צוועלף שבטים וואס ס'האט געדארפט צו ארויסקומען פון [[יוסף]] און צום סוף זענען נאר ארויס צוויי, און אז די נעמען וואס בנימין האט געגעבן פאר זיינע קינדער זענען על שמו פון יוסף{{הערה|{{בבלי|סוטה|לו|ב}}}}.
די גמרא אין [[מסכת סוטה]] ערקלערט אז די צען קינדער פון בנימין זענען אנשטאט די צוועלף שבטים וואס האבן געדארפט צו ארויסקומען פון [[יוסף]] און צום סוף זענען נאר ארויס צוויי, און אז די נעמען וואס בנימין האט געגעבן פאר זיינע קינדער זענען על שמו פון יוסף{{הערה|{{בבלי|סוטה|לו|ב}}}}.


אין מדרש שטייט אז ווען מ'האט געברענגט בנימין פאר יוסף האט אים יוסף געפרעגט: דו האסט א ווייב? האט ער געזאגט: יא. האט ער אים געפרעגט: האסט קינדער? האט ער געענטפערט: איך האב צען. וואס איז זייער נאמען?{{ציטוט|אָמַר לוֹ: בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל וְגוֹ'. אָמַר לוֹ יוֹסֵף, מִי שָׁמַע שֵׁמוֹת כָּאֵלֶּה. אָמַר לוֹ: כֻּלָּם עַל שֵׁם אָחִי בֶּן אִמִּי שֶׁהָיָה גָּדוֹל מִמֶּנִּי, קָרָאתִי לָהֶם אֵלּוּ הַשֵּׁמוֹת. בֶּלַע, שֶׁנִּבְלַע בֵּין הָאֻמּוֹת. וָבֶכֶר, שֶׁהָיָה בְּכוֹר. וְאַשְׁבֵּל, שֶׁנִּשְׁבָּה. גֵּרָה, שֶׁנַּעֲשָׂה גֵר. וְנַעֲמָן, שֶׁהָיָה נָעִים. אֵחִי, עַל שֵׁם שֶׁהָיָה אָחִי בֶּן אִמִּי. וָרֹאשׁ, שֶׁהָיָה רֹאשׁ וְגָדוֹל עָלָי. מֻפִּים, שֶׁהָיָה יָפֶה וּמְיֻפֶּה{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מג|ל|מפרש=רש"י}}: מפים מפי אבי למד}}. וְחֻפִּים, שֶׁלֹּא רָאָה בְחֻפָּתִי וַאֲנִי לֹא רָאִיתִי בְחֻפָּתוֹ. וָאָרְדְּ, שֶׁיָּרַד בַּגּוֹלָה, וְשֶׁהָיוּ פָנָיו דּוֹמִים לְוֶרֶד.|מקור={{תנחומא|ויגש|ד}}}}
אין מדרש שטייט אז ווען מ'האט געברענגט בנימין פאר יוסף האט אים יוסף געפרעגט: דו האסט א ווייב? האט ער געזאגט: יא. האט ער אים געפרעגט: האסט קינדער? האט ער געענטפערט: איך האב צען. וואס איז זייער נאמען?{{ציטוט|אָמַר לוֹ: בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל וְגוֹ'. אָמַר לוֹ יוֹסֵף, מִי שָׁמַע שֵׁמוֹת כָּאֵלֶּה. אָמַר לוֹ: כֻּלָּם עַל שֵׁם אָחִי בֶּן אִמִּי שֶׁהָיָה גָּדוֹל מִמֶּנִּי, קָרָאתִי לָהֶם אֵלּוּ הַשֵּׁמוֹת. בֶּלַע, שֶׁנִּבְלַע בֵּין הָאֻמּוֹת. וָבֶכֶר, שֶׁהָיָה בְּכוֹר. וְאַשְׁבֵּל, שֶׁנִּשְׁבָּה. גֵּרָה, שֶׁנַּעֲשָׂה גֵר. וְנַעֲמָן, שֶׁהָיָה נָעִים. אֵחִי, עַל שֵׁם שֶׁהָיָה אָחִי בֶּן אִמִּי. וָרֹאשׁ, שֶׁהָיָה רֹאשׁ וְגָדוֹל עָלָי. מֻפִּים, שֶׁהָיָה יָפֶה וּמְיֻפֶּה{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מג|ל|מפרש=רש"י}}: מפים מפי אבי למד}}. וְחֻפִּים, שֶׁלֹּא רָאָה בְחֻפָּתִי וַאֲנִי לֹא רָאִיתִי בְחֻפָּתוֹ. וָאָרְדְּ, שֶׁיָּרַד בַּגּוֹלָה, וְשֶׁהָיוּ פָנָיו דּוֹמִים לְוֶרֶד.|מקור={{תנחומא|ויגש|ד}}}}


לויט ווי עס איז געשילדערט אין [[ספר הישר (אגדה)|ספר הישר]] האט בנימין חתונה געהאט זייענדיג אלט צען יאר מיט מחליא בת ארם און פון איר זענען געבוירן די ערשטע פינף זוהן (בלע, בכר, אשבל, גרא און נעמן) און זייענדיג אלט 18 יאר האט ער געהייראט נאך א ווייב, ערבת בת זמרן בן אברהם, און פון איר זענען געבוירן די אנדערע פינף זין (אחי, ראש, מופים, חופים און ארד){{הערה|{{ספר הישר|וישב|כא}}}}.
לויט ווי עס איז געשילדערט אין [[ספר הישר (אגדה)|ספר הישר]] האט בנימין, זייענדיג צען יאר אלט, חתונה געהאט מיט מחליא בת ארם און פון איר זענען געבוירן די ערשטע פינף זין (בלע, בכר, אשבל, גרא און נעמן) און זייענדיג 18 אלט יאר האט ער געהייראט נאך א ווייב, ערבת בת זמרן בן אברהם, און פון איר זענען געבוירן די אנדערע פינף זין (אחי, ראש, מופים, חופים און ארד){{הערה|{{ספר הישר|וישב|כא}}}}.


==זיין קבר==
==זיין קבר==
שורה 64: שורה 64:


ער איז געווען דער איינציגער ברודער וואס האט זיך נישט באטייליגט ביי [[מכירת יוסף]]{{ביאור|דער [[משך חכמה]]{{הערה|{{תנ"ך|שמות|כח|ט|מפרש=משך חכמה}}}} ערקלערט, אז אויך יוסף וועלכער איז זעלבסט פארקויפט געווארן האט נישט אויסגעזאגט פאר זיין טאטע אז ער לעבט (צוליב דעם חרם), דעריבער איז בנימין געווען דער איינציגסטער וואס האט נישט מצער געווען זיין טאטע. דערפאר האט די געשיכטע פון [[דמא בן נתינה]] - ווען השי"ת האט געוויזן די גרויסקייט פון [[כיבוד אב ואם|כיבוד אב]], פאסירט מיט'ן פארלוירענעם שטיין פון בנימין{{הערה|ווי געברענגט אין {{ירושלמי|קידושין|א|ז}}.}}, די "ישפה".}}; דערפאר האט ער זוכה געווען אז דער בית המקדש (דער [[היכל]] און [[קדש הקדשים]]{{הערה|{{בבלי|יומא|יב|א}}; {{בבלי|זבחים|נד|א}}}}) זאל געבויעט ווערן אויף דעם שטח פון [[שבט בנימין|זיין שבט]]{{הערה|{{רבה|בראשית|צט|א}}}}. נאך סיבות זענען, וויבאלד ער איז נאך נישט געווען געבוירן ווען זיין פאטער און ברידער האבן זיך געביקט פאר [[עשו]]{{הערה|{{תנך|אסתר|ג|ג|מפרש=תרגום שני}}}}{{ביאור|דער של"ה שרייבט אז דעריבער האט בנימין געהאט א קדושה מער ווי די אנדערע ברידער און עס זענען ארויסגעקומען פון אים מלכים{{הערה|של"ה, [https://shitufta.org.il/Shenei_Luchot_HaBerit/,_Torah_Shebikhtav,_Vayeshev,_Miketz,_Vayigash,_Torah_Ohr?selectedunittext=68 וישב, מקץ, ויגש, תורה אור]}}.}}; און וויבאלד ער איז דער איינציגסטער פון די שבטים וואס איז געבוירן אין ארץ ישראל{{הערה|{{מכילתא דרבי ישמעאל|יט|יח}}}}.
ער איז געווען דער איינציגער ברודער וואס האט זיך נישט באטייליגט ביי [[מכירת יוסף]]{{ביאור|דער [[משך חכמה]]{{הערה|{{תנ"ך|שמות|כח|ט|מפרש=משך חכמה}}}} ערקלערט, אז אויך יוסף וועלכער איז זעלבסט פארקויפט געווארן האט נישט אויסגעזאגט פאר זיין טאטע אז ער לעבט (צוליב דעם חרם), דעריבער איז בנימין געווען דער איינציגסטער וואס האט נישט מצער געווען זיין טאטע. דערפאר האט די געשיכטע פון [[דמא בן נתינה]] - ווען השי"ת האט געוויזן די גרויסקייט פון [[כיבוד אב ואם|כיבוד אב]], פאסירט מיט'ן פארלוירענעם שטיין פון בנימין{{הערה|ווי געברענגט אין {{ירושלמי|קידושין|א|ז}}.}}, די "ישפה".}}; דערפאר האט ער זוכה געווען אז דער בית המקדש (דער [[היכל]] און [[קדש הקדשים]]{{הערה|{{בבלי|יומא|יב|א}}; {{בבלי|זבחים|נד|א}}}}) זאל געבויעט ווערן אויף דעם שטח פון [[שבט בנימין|זיין שבט]]{{הערה|{{רבה|בראשית|צט|א}}}}. נאך סיבות זענען, וויבאלד ער איז נאך נישט געווען געבוירן ווען זיין פאטער און ברידער האבן זיך געביקט פאר [[עשו]]{{הערה|{{תנך|אסתר|ג|ג|מפרש=תרגום שני}}}}{{ביאור|דער של"ה שרייבט אז דעריבער האט בנימין געהאט א קדושה מער ווי די אנדערע ברידער און עס זענען ארויסגעקומען פון אים מלכים{{הערה|של"ה, [https://shitufta.org.il/Shenei_Luchot_HaBerit/,_Torah_Shebikhtav,_Vayeshev,_Miketz,_Vayigash,_Torah_Ohr?selectedunittext=68 וישב, מקץ, ויגש, תורה אור]}}.}}; און וויבאלד ער איז דער איינציגסטער פון די שבטים וואס איז געבוירן אין ארץ ישראל{{הערה|{{מכילתא דרבי ישמעאל|יט|יח}}}}.
כאטש ער האט געוואוסט אז יוסף איז פארקויפט געווארן פאר שקלאפעריי, האט ער דאס קיינמאל נישט אנטפלעקט צו זיין פאטער{{הערה|מדרש פסיקתא טו, ו}}.
די פיר צוגעגעבענע חלקים וואס יוסף האט געגעבן בנימין{{הערה|{{תנך|בראשית|מג|לד}}}} זענען באשטאנען איינס פון יעדער פון יוסף, [[אסנת]], און זייערע זין [[אפרים]] און [[מנשה]]{{הערה|{{רבה|בראשית|צט|ה}}}}.
נאכדעם ווי יוסף'ס זילבערנע בעכער איז געפונען געווארן אין בנימין'ס זאק, האבן זיינע ברידער געשלאגן בנימין אויף דער אקסל, זאגנדיג, "איי גנב און זון פון א גנב, דו האסט געברענגט אויף אונז די זעלבע בושה וואס דיין מוטער האט געברענגט אויף אונזער פאטער, ווען זי האט גע'גנב'עט די תרפים וואָס זענען געווען איר פאטער'ס"{{הערה|תנחומא באבער א, קצח}}. און צוליב די קלעפ צווישן זיינע אקסלען האט ער זוכה געווען אז די שכינה האט גערוט ווי "צווישן זיינע אקסלען" (ובין כתפיו שכן){{הערה|שם=תנחומאמקץי}}.


קעגן די שבטים וועלכע האבן צעריסן זייערע קליידער אויף בנימין, איז פון אים ארויסגעקומען [[מרדכי]] וועלכער האט צעריסן זיינע קליידער אויף די אידן ביי די גזירה פון המן{{הערה|שם=תנחומאמקץי|{{תנחומא|מקץ|י}}}}.
קעגן די שבטים וועלכע האבן צעריסן זייערע קליידער אויף בנימין, איז פון אים ארויסגעקומען [[מרדכי]] וועלכער האט צעריסן זיינע קליידער אויף די אידן ביי די גזירה פון המן{{הערה|שם=תנחומאמקץי|{{תנחומא|מקץ|י}}}}.

רעוויזיע פון 07:53, 30 דעצעמבער 2024

בנימין
קבר בנימין (נאבי ימין) נעבן נווה ימין
קבר בנימין (נאבי ימין) נעבן נווה ימין
געבורט ב'ר"ח
צווישן בית אל און בית לחם, ארץ ישראל
פטירה ב'שכ"ג (אלט: 115 בערך)
מצרים
טאטע יעקב אבינו
מאמע רחל
צאל קינדער 10
צאל קינדער 10
אויסזען פון די געביידעס אויפן קבר
מוסולמענער מעטשעט נאבי עוכשא אויף שטראוס גאס, ירושלים
די נחלות פון די שבטי ישראל

בִּנְיָמִין (ב'ר"חי"א חשון ב'שכ"ג) איז דער יונגסטער זון פון יעקב דורך רחל, און דער פּאטריארך פון שבט בנימין.

ביאגראפיע

געבורט

לויט ווי פארציילט אין די אפאקריפישע צוואות השבטים, איז רחל געווען אן עקרה צוועלף יאר נאך וואס זי האט געבוירן יוסף, און דאן, נאך תפילות און תעניתים, איז זי טראגעדיג געווארן מיט בנימין[1]. אבער לויט סדר עולם און אנדערע מדרשי חז"ל, באזירט אויף די פסוקים, איז בנימין געבוירן אכט-ניין יאר נאך יוסף[2], ווען יעקב איז אלט געווען הונדערט יאר[3].

בנימין איז דער איינציגסטער פון יעקב'ס קינדער וואס איז געבוירן אין כנען. ער איז געבוירן אויפ'ן וועג צווישן בית אל און אפרת[4], וואס דאס איז בית לחם[5]. לויט ילקוט שמעוני איז ער געבוירן אום י"א חשון[6], און אזוי אויך לויט ספר היובלים[7]. לויט מדרש פסיקתא רבתי איז ער געבוירן פרילינג צווישן פסח און שבועות[8]. אנדערע זאגן אז דאס איז געווען כ' סיון[9]. מיט בנימין איז געבוירן אן עקסטערע צווילינג מיידל, אויסער די איינע וואס איז געבוירן מיט יעדן פון די שבטים[10]. זיין מאמע רחל איז אוועק ביי זיין געבורט.

נאמען

אנדערש ווי ביי די אנדערע שבטים, ווערט נישט ערקלערט אין די תורה דעם באדייט פון זיין נאמען. עס ווערט נאר פארציילט אז אויסהויכנדיג איר נשמה, האט אים זיין מאמע גערופן גערופן בֶּן-אוֹנִי[11] - דער זון פון מיין פּיין[11.1], אדער דער זון פון מיין אנינות[11.2], און זיין טאטע האט אים גערופן בנימין.

לויט ווי ערקלערט דורך די מפרשים, איז דער נאמען בנימין צוזאמען געשטעלט פון די ווערטער "בן" - 'זון', און "ימין" - וואס ווערט פארשידענארטיג געטייטשט 'שטארקייט', 'דרום זייט' אדער 'טעג'. צווישן די פירושים זענען: 1) א זון וואס איז געבוירן אין דרום[11.3], וויבאלד אלע שבטים זענען געבוירן צפון-צו אין ארם און נאר ער איז געבוירן אין ארץ ישראל. לויט דעם איז ימין טייטש דרום, ווי אינעם פסוק[12] צָפוֹן וְיָמִין אַתָּה בְרָאתָם. 2) א זון וואס איז געבוירן אויף דער עלטער[11.4]. לויט דעם איז ימין אזוי ווי ימים, ווי אינעם פסוק[13] לְקֵץ הַיָּמִין. 3) א זון פון מיין רעכטער האנט, ד"ה אז ער איז געווען זייער באליבט אויף אים[11.5]. 4) ווילנדיג אים רופן מיטן נאמען וואס די מאמע האט אים געגעבן, האט יעקב אויסגעטייטשט בן אוני ווי 'בן כוחי', און אים גערופן 'בִּנְיָמִין' וואס טראגט אויך דעם באדייט, ווייל די רעכטע זייט צייגט אויף כוח און הצלחה[11.6].

דעם נאמען טרעפט מען צום פריסטן אין די שריפטן פון א קעניג פון ארך וועלכער ווערט גערעכנט צו זיין אין די צייטן פון אברהם אבינו, און געבט זיך אן צו זיין א מיטגליד פון די בני-ימין גרופע, מיטן באדייט פון מענטשן פון דרום זייט[14].

אין די פראנצויזישע, פוילישע און שפאנישע שפראכן איז גאנגבאר "בנימין" אלס צונאמען פאר דער יונגסטער און ליבלינג פון משפחה.

לעבנס געשיכטע

בנימין איז געווען דער איינציגסטער ברודער פון יוסף פון זייער מאמע'ס זייט. ווען יעקב האט געשיקט זיינע זין קיין מצרים צו שאפן שפייז בשעת'ן הונגער האט ער נישט מיטגעשיקט בנימין, וויבאלד זייענדיג דער איינציגסטער זון וואס איז פארבליבן פון זיין באליבטע ווייב רחל איז יעקב געווען גאר צוגעבינדן צו אים און ער האט זיך געפארכט עס זאל אים נישט פאסירן קיין אומגליק, אבער יוסף האט זיך גע'עקשנ'ט אז זיי זאלן ברענגען אויך זייער יונגסטן ברודער. אנפאנג האט יעקב נישט צוגעשטימט אבער עווענטועל האט בנימין באגלייט זיינע ברידער קיין מצרים נאך וואס יהודה האט אונטערגענומען צו זיין פאראנטווארטליך פאר אים. ווען בנימין איז אים פארגעשטעלט געווארן, איז יוסף געווארן אזוי איבערגענומען פון זיינע געפילן, אז ער איז אריין אין אַ פּריוואטן צימער און דארטן געוויינט. ער האט געלאדנט זיינע ברידער צו א מאלצייט, וואו ער האט געשענקט בנימין מיט פינף מאל אזויפיל פּארציעס ווי פאר די אנדערע. יוסף האט אבער געשטעלט די ישרות פון זיינע ברידער אויף פּראבע און זיך נישט דערקענט פאר זיי. ער האט באפוילן זיין פארוואלטער צו באהאלטן זיין זילבערנעם בעכער אין בנימין'ס זאַק און דערנאך איבערפאלן די ברידער אויף זייער וועג אהיים און אים באשולדיגן אין גנב'ענען און פארשקלאפן. זעענדיג אז מ'האט געטראפן דעם בעכער ביי בנימין האבן די ברידער צעריסן זייערע קליידער און זיך איינגעריסן פאר אים. יהודה האט דערקלערט זיין גרייטקייט צו אויפגעבן זיין פרייהייט אין אויסטויש פאר בנימין'ס באפרייאונג צו אפּשוינען זייער פאטער'ס טרויער אויב זאל ער נישט צוריקקומען. ווען יוסף האט ענדליך אנטפלעקט זיין אידענטיטעט, זענען יוסף און בנימין ארויפגעפאלן איינער אויף דעם אנדערן'ס האלז און געוויינט. יוסף האט דערנאך געגעבן קליידונג פאר זיינע ברידער, און פאר בנימין פינף פּאָר קליידונג און דריי הונדערט זילבער שטיק[15].

ווען יעקב האט געבענטשט זיינע זין אויף זיין טויטן-בעט, האט ער געבענטשט בנימין: "בִּנְיָמִין זְאֵב יִטְרָף, בַּבֹּקֶר יֹאכַל עַד; וְלָעֶרֶב, יְחַלֵּק שָׁלָל"[16]; דאס האט אנטהאלטן די נבואה אז זיין שבט וועט צושטעלן פאר די אידן זייער ערשטער און לעצטער הערשער; סיי שאול און סיי אסתר האבן טאקע געשטאמט פון שבט בנימין[17].

פטירה

לויט פארשידענע גרסאות אין די מדרשים און מקורות, האט בנימין געלעבט 109, 111, אדער 115 יאר[18]. לויט די אפאקריפישע צוואת בנימין איז ער אלט געווען 125 יאר אין טאג וואס ער איז נפטר געווארן[1].

די גמרא זאגט אז בנימין איז איינער פון די פיר וואס האבן נישט געזינדיגט זייער גאנצע לעבן, און זיי זענען געשטארבן נאר צוליב חטא אדם הראשון[א][19]; אזוי אויך איז ער איינער פון די זיבן וואס אין זייער קערפער האבן נישט שולט געווען ווערים נאך זייער טויט, ווי די גמרא טייטשט אריין אין די ברכה פון משה: ״ וּלְבִנְיָמִין אָמַר: יְדִיד ה׳, יִשְׁכֹּן לָבֶטַח עָלָיו״[20][ב][21].

זיינע קינדער

ווען די תורה שילדערט ווי יעקב'ס קינדער גייען אראפ קיין מצרים, רעכנט זי אויס די קינדער פון בנימין: "וּבְנֵי בִנְיָמִן, בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל, גֵּרָא וְנַעֲמָן, אֵחִי וָרֹאשׁ; מֻפִּים וְחֻפִּים, וָאָרְדְּ"[22]. די גמרא אין מסכת סוטה ערקלערט אז די צען קינדער פון בנימין זענען אנשטאט די צוועלף שבטים וואס האבן געדארפט צו ארויסקומען פון יוסף און צום סוף זענען נאר ארויס צוויי, און אז די נעמען וואס בנימין האט געגעבן פאר זיינע קינדער זענען על שמו פון יוסף[23].

אין מדרש שטייט אז ווען מ'האט געברענגט בנימין פאר יוסף האט אים יוסף געפרעגט: דו האסט א ווייב? האט ער געזאגט: יא. האט ער אים געפרעגט: האסט קינדער? האט ער געענטפערט: איך האב צען. וואס איז זייער נאמען?

אָמַר לוֹ: בֶּלַע וָבֶכֶר וְאַשְׁבֵּל וְגוֹ'. אָמַר לוֹ יוֹסֵף, מִי שָׁמַע שֵׁמוֹת כָּאֵלֶּה. אָמַר לוֹ: כֻּלָּם עַל שֵׁם אָחִי בֶּן אִמִּי שֶׁהָיָה גָּדוֹל מִמֶּנִּי, קָרָאתִי לָהֶם אֵלּוּ הַשֵּׁמוֹת. בֶּלַע, שֶׁנִּבְלַע בֵּין הָאֻמּוֹת. וָבֶכֶר, שֶׁהָיָה בְּכוֹר. וְאַשְׁבֵּל, שֶׁנִּשְׁבָּה. גֵּרָה, שֶׁנַּעֲשָׂה גֵר. וְנַעֲמָן, שֶׁהָיָה נָעִים. אֵחִי, עַל שֵׁם שֶׁהָיָה אָחִי בֶּן אִמִּי. וָרֹאשׁ, שֶׁהָיָה רֹאשׁ וְגָדוֹל עָלָי. מֻפִּים, שֶׁהָיָה יָפֶה וּמְיֻפֶּה[24]. וְחֻפִּים, שֶׁלֹּא רָאָה בְחֻפָּתִי וַאֲנִי לֹא רָאִיתִי בְחֻפָּתוֹ. וָאָרְדְּ, שֶׁיָּרַד בַּגּוֹלָה, וְשֶׁהָיוּ פָנָיו דּוֹמִים לְוֶרֶד.

לויט ווי עס איז געשילדערט אין ספר הישר האט בנימין, זייענדיג צען יאר אלט, חתונה געהאט מיט מחליא בת ארם און פון איר זענען געבוירן די ערשטע פינף זין (בלע, בכר, אשבל, גרא און נעמן) און זייענדיג 18 אלט יאר האט ער געהייראט נאך א ווייב, ערבת בת זמרן בן אברהם, און פון איר זענען געבוירן די אנדערע פינף זין (אחי, ראש, מופים, חופים און ארד)[25].

זיין קבר

א מענטש דאוונט נעבן קבר נאבי עוכשא נאכ'ן ווערן אידענטיפיצירט אלס קבר בנימין

פארהאן אפאר מסורות ארום די פלאץ פון זיין קבר. אין ספר הישר געפינט זיך א מסורת אז בנימין איז באערדיגט געווארן ארום ירושלים ביי די נחלה פון זיין שבט: ”...וישימו אותו בארון ויותן ביד בניו[26]. ואת בנימין קברו בירושלים נגד היבוסי אשר ניתן לבני בנימין[27].וועגן די מסורת, איז געווען אזעלכע וואס האבן גע'טענה'עט אז זיין קבר איז אין א מערה אין נאבי עוכשא אויף שטראוס גאס אין ירושלים, אבער די אידענטיפיקאציע האט נישט קיין מקור[28].

נאך א מסורת שטעלט אוועק אז זיין קבר איז אין די געביידע נאבי ימין וואס איז אין שטעטל נווה ימין וואס ווערט אנגערופן אויף זיין נאמען, און עס איז א טייל פון א פובליק ארט פון די צייטן פון די מאמלוקישע רעגירונג וואס איז געבויט געווארן אויפן באפעל פון דער עמיר תנכז אלחוסאמי, מיליטערישער הערשער איבער ארץ ישראל אין יענע צייטן (14'טער יארהונדערט). נאך א מסורת שטעלט אוועק זיין קבר ערגעצוואו אין "רומי זעירתא", דאס איז ח'רבת א-רומה, נעבן בקעת בית נטופה וואס איז אין גליל התחתון; אבער עס איז נישט באקאנט קיין קלארע לאקאציע[29].

לויט די אפאקריפישע צוואת בנימין, איז ער באהאלטענערהייט ארויפגעטראגן געווארן נאך זייענדיג אין גלות מצרים, און ער איז באערדיגט געווארן אין חברון צופיסנס פון די אבות[1].

אין חז"ל

בנימין, לויט איין מיינונג, איז געווען דער געשטאלט פון זיין מוטער, רחל[30], און לויט אן אנדער מיינונג האט ער אויסגעזען ווי זיין פאטער[31].

ער איז געווען דער איינציגער ברודער וואס האט זיך נישט באטייליגט ביי מכירת יוסף[ג]; דערפאר האט ער זוכה געווען אז דער בית המקדש (דער היכל און קדש הקדשים[34]) זאל געבויעט ווערן אויף דעם שטח פון זיין שבט[35]. נאך סיבות זענען, וויבאלד ער איז נאך נישט געווען געבוירן ווען זיין פאטער און ברידער האבן זיך געביקט פאר עשו[36][ד]; און וויבאלד ער איז דער איינציגסטער פון די שבטים וואס איז געבוירן אין ארץ ישראל[38].

כאטש ער האט געוואוסט אז יוסף איז פארקויפט געווארן פאר שקלאפעריי, האט ער דאס קיינמאל נישט אנטפלעקט צו זיין פאטער[39].

די פיר צוגעגעבענע חלקים וואס יוסף האט געגעבן בנימין[40] זענען באשטאנען איינס פון יעדער פון יוסף, אסנת, און זייערע זין אפרים און מנשה[41].

נאכדעם ווי יוסף'ס זילבערנע בעכער איז געפונען געווארן אין בנימין'ס זאק, האבן זיינע ברידער געשלאגן בנימין אויף דער אקסל, זאגנדיג, "איי גנב און זון פון א גנב, דו האסט געברענגט אויף אונז די זעלבע בושה וואס דיין מוטער האט געברענגט אויף אונזער פאטער, ווען זי האט גע'גנב'עט די תרפים וואָס זענען געווען איר פאטער'ס"[42]. און צוליב די קלעפ צווישן זיינע אקסלען האט ער זוכה געווען אז די שכינה האט גערוט ווי "צווישן זיינע אקסלען" (ובין כתפיו שכן)[31].

קעגן די שבטים וועלכע האבן צעריסן זייערע קליידער אויף בנימין, איז פון אים ארויסגעקומען מרדכי וועלכער האט צעריסן זיינע קליידער אויף די אידן ביי די גזירה פון המן[31].

צו ליינען מער

  • זאב ארליך (עורך), "...לפני אפרים ובנימין ומנשה...", קובץ מחקרים ותגליות בגאוגרפיה-היסטורית, ירושלים, המועצה האזורית מטה בנימין, תשמ"ה 1985.

דרויסנדיגע לינקס

נאטיצן

  1. די אנדערע זענען עמרם, ישי, און כלאב דער זון פון דוד.
  2. די אנדערע זעקס זענען אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן און מרים הנביאה.
  3. דער משך חכמה[32] ערקלערט, אז אויך יוסף וועלכער איז זעלבסט פארקויפט געווארן האט נישט אויסגעזאגט פאר זיין טאטע אז ער לעבט (צוליב דעם חרם), דעריבער איז בנימין געווען דער איינציגסטער וואס האט נישט מצער געווען זיין טאטע. דערפאר האט די געשיכטע פון דמא בן נתינה - ווען השי"ת האט געוויזן די גרויסקייט פון כיבוד אב, פאסירט מיט'ן פארלוירענעם שטיין פון בנימין[33], די "ישפה".
  4. דער של"ה שרייבט אז דעריבער האט בנימין געהאט א קדושה מער ווי די אנדערע ברידער און עס זענען ארויסגעקומען פון אים מלכים[37].

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 צוואת בנימין, אויף וויקיטעקסט.
  2. זעט: אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  3. במדבר רבה, פרשה י"ד, פסקה ח'; ספר הישר, פרשת וישלח.
  4. בראשית לה, טז.
  5. ווי יעקב אבינו דערציילט שפעטער פאר יוסף וָאֶקְבְּרֶהָ שָּׁם בְּדֶרֶךְ אֶפְרָת הִוא בֵּית לָחֶם. בראשית מח, ז.
  6. ילקוט שמעוני שמות, רמז קס"ב.
  7. יובלים, פרק ל"ב, פסוק ל"ג.
  8. יעל לוין, ‏בדמיך חיי - על לידת בנימין ומות רחל, אויף "דעת"
  9. משיבת נפש, אויף בראשית ל"ה, כ"ו.
  10. בראשית רבה, פרשה פ"ב, פסקה ח'.
  11. בראשית לה, יח.
    1. רש"י דארט; רד"ק דארט.
    2. רס"ג דארט; ראב"ע דארט; רמב"ן דארט.
    3. רש"י דארט; רלב"ג דארט.
    4. רש"י דארט; רשב"ם דארט; רבי מיוחס דארט.
    5. רד"ק דארט; בכור שור דארט.
    6. רמב"ן דארט. זעט אויך מלבי"ם, דארט, וועלכער לערנט אז "אוני" האט טאקע געמיינט "כוחי", דער קינד וואס מיין כוח איז אין אים אויסגעגאנגען.
  12. תהלים פט, יג.
  13. דניאל יב, יג.
  14. Dietz-Otto Edzard: Die Nomaden in der altbabylonischen Zeit In: Elena Cassin, Jean Bottéro, Jean Vercoutter: Die Altorientalischen Reiche I - Vom Paläolithikum bis zur Mitte des 2. Jahrtausends v. Chr. -, Fischer, Frankfurt am Main 1965 (gleichnamige limitierte Sonderausgabe 2003), S. 170.
  15. בראשית מבמה.
  16. בראשית מט, כז.
  17. בראשית רבה, פרשה צ"ט, פסקה ג'.
  18. זעט: סדר הדורות, שנת ב"א ר"ח.
  19. שבת נה, ב.
  20. דברים לג, יב.
  21. בבא בתרא יז, א.
  22. בראשית מו, כא.
  23. סוטה לו, ב.
  24. רש"י, בראשית מג, ל: מפים מפי אבי למד.
  25. ספר הישר, וישב כא.
  26. ספר הישר, שמות ז, עמ' רכז.
  27. ספר הישר, יהושע י.
  28. היסטארישע אויפדעקונגען : ביים פריש אנטפלעקטע קבר בנימין, אויף א בליק וועבזייטל.
  29. זאב ווילנאי, מצבות קודש בארץ ישראל, ירושלים, תשכ"ג, זייט קיז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  30. תנחומא באבער א, קצז.
  31. 31.0 31.1 31.2 מדרש תנחומא פרשת מקץ פיסקא י'.
  32. משך חכמה, שמות כח, ט.
  33. ווי געברענגט אין תלמוד ירושלמי, מסכת קידושין, פרק א', הלכה ז'.
  34. יומא יב, א; זבחים נד, א.
  35. בראשית רבה, פרשה צ"ט, פסקה א'.
  36. תרגום שני, אסתר ג, ג.
  37. של"ה, וישב, מקץ, ויגש, תורה אור.
  38. מכילתא דרבי ישמעאל,
  39. מדרש פסיקתא טו, ו.
  40. בראשית מג, לד.
  41. בראשית רבה, פרשה צ"ט, פסקה ה'.
  42. תנחומא באבער א, קצח.


יחוס בוים פון די אבות ביז די שבטים

 
יחוס בוים פון בני נח
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
לעגענדע
עלטערן
אישות
 
הערנטע ← דינסט
מאנצביל
פרוי
איינער פון די דריי אבות
איינע פון די אמהות
איינער פון די שבטי ישראל
 
 
 
 
 
יעקב (ישראל)
יעקב (ישראל)


 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 

זעט אויך: אילן יוחסין של דמויות ספר בראשית