רוי:רבי יוסף בכור שור

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

איידער עס האָט אָנגעהויבן אויסצאַנקען דאָס ליכט פון דער תורה־אינטערפּרעטאַציע אין צפון־פראַנקרייך, האָט אויפגעפלאַמט דאָס פייערל פון נאָך אַ גרויסן גייסט, פון נאָך אַ מפרש אויף דער תורה; דאָס איז געווען ר' יוסף בכור שור. עס איז צו יענער צייט געווען נאָך איינער אַ מפרש אויף דער תורה, דאָס איז געווען ר' יעקב פון אָרלעאַנס, איינער פון די בעלי־התוספות, אָבער זיינע פּירושים זענען שוין נישט געווען על פּי דרך הפּשט.

עס פאַרשטייט זיך, אַז אַלס תלמיד פון רבינו תם, איז ר' יוסף בכור שור אויך געווען פון די גרויסע גמרא־אידן. עס האָט גאָר אַנדערש נישט געקאָנט זיין. דער, ווער עס האָט געהאַט די זכיה צו הערן תורה פון רבינו תם, איז געווען גרויס גענוג און ר' יוסף בכור שור איז טאַקע געווען באַוואוסט אַלס גרויסער מייסטער אין הלכה און ער ווערט טאַקע דערמאנט אין תוספות אויף ש"ס און אין אַנדערע הלכה־ספרים. עס איז אָבער נישט געווען בלויז דער תלמוד אַליין, וועלכן ער האָט געקענט גרינטליך. ער איז אויך אין דער תורה, אין די כתבי הקודש געווען אַ גרויסער מייסטער. דאָס האָט זיך אויך גערעכנט פאַר אַ גרויסע זאַך אין די ישיבות פון טרואַ און ראמערו, וואו רש"י, דער רשב"ם און דער רבינו תם האָבן געווירקט. דאָס איז געווען, אַזוי צו זאָגן, דער אַלגעמיינער גייסט, די טראַדיציע, וועלכע האָט געהאַט געהערשט אין יענער סביבה.

ר' יוסף בכור שור איז געווען אַ וואונדערבאַרער מפרש. עס איז אַ שאָד, וואָס נישט אַלע פון זיינע פּירושים זענען צו אונז דערגאַנגען, אָבער פון דעם, וואָס ס'איז געבליבן איז צו זען, אַז ער איז נישט געווען, אַזוי צו זאָגן, סתם אַ מפרש, נאָר אַז ער איז געווען זייער אָריגינעל, אַז ער איז געווען ניי. עס איז קענטיג, אַז דערדאָזיקער שאַרפער מוח האָט אָנגעווענדט אַלע זיינע כחות צו זאָגן עפּעס אַ ניי וואָרט, צו פאַרטייטשן גוט אַ פּסוק, צו באַלויכטן אַ גאַנצן ענין. עס איז זעלבסטפאַרשטענדליך, אַז ער האָט זיך אין זיינע פּירושים באַנוצט אויך מיט די פּירושים פון אַנדערע מפרשים, כאָטש ער דערמאנט נישט זייערע נעמען. ער האָט זיך באַנוצט מיט די אויסטייטשונגען פון רש"י, פון ר' יוסף קרא, וועלכע ער דערמאנט אַפילו יאָ, ער דערמאנט אָבער קיינמאָל נישט דעם רשב"ם. ער האָט אויך געהאַט עטליכע פּירושים, וועלכע זענען ענליך צו די אינטערפּרעטאַציעס פון ר' אברהם אבן עזרא. די פאָרשער קאָנען נישט באַשטימען, צי ר' אברהם אבן עזרא האָט גענומען פון ר' יוסף בכור שור, וועלכן ער האָט פּערזענליך נישט געקענט, בעת ער איז אַרומגעפאָרן איבער פראַנקרייך, אָבער אין וועמענס נאָמען ער האָט זיך געהאַט אָנגעהערט געוויסע אינטערפּרעטאַציעס אויף דער תורה. עס קאָן אויך זיין, אַז ר' יוסף בכור שור האָט גענומען פון ר' אברהם אבן עזרא. ער האָט זיך אויך באַנוצט מיטן תרגום און אַפילו מיט דער לאַטיינישער איבערזעצונג פון דער תורה — די ,"וואולגאַטע", וואָרום ער האָט אויך געקענט לאַטייניש. אָבער אין תוך גענומען איז ר' יוסף בכור שור געווען ביז דער העכסטער מדרגה זייער אָריגינעל. ער איז געווען, אַזוי צו זאָגן, אַ וועלט פאַר זיך אַליין, אַז ער איז אין אַ געוויסן זין געווען פולקאָם אַנדערש, ווי זיינע פאָרגענגער. ר' יוסף בכור שור פאַרנעמט דעריבער אַ גאַנץ באַזונדערן פּלאַץ צווישן די מפרשים אין צפון־פראַנקרייך.

ר' יוסף בכור שור איז געווען אַ מייסטער פון דער העברעאישער שפּראַך. ער האָט זיך אפשר נישט געהאַט אָפּגעגעבן גענוג מיט דקדוק, בעת ער האָט געשאַפן זיינע אינטערפּרעטאַציעס אויף דער תורה. ער האָט אָבער געקענט די שפּראַך, די פילאָלאָגיע פון דער שפּראַך. ער האָט גוט געקענט די כתבי הקודש און ער האָט געהאַט באַמערקט געוויסע איבערחזרונגען, געוויסע אומרעגלמעסיקייטן און סתירות, וועלכע זענען באַמערקט געוואָרן ערשט פון אונזערע מאָדערנע תורה־פאָרשער. ער איז, אַלזאָ, געווען אָריגינעל נישט בלויז אין זיינע אינטערפּרעטאַציעס, נאָר אויך אין די פאָרשונגען פון די כתבי הקודש.

ווער דערדאָזיקער ר' יוסף בכור שור איז געווען, איז נישט באַקאַנט. ער ברענגט אַמאָל אין זיין פּירוש אַ געוויסע אינטערפּרעטאַציע, וואָס ער האָט געהאַט געהערט פון זיין פאָטער. ער דערמאנט אָבער נישט דעם נאָמען פון זיין פאָטער. דורך געוויסע פאַרגלייכונגען איז אָבער די פאָרשער געלונגען אַרויסצובאַקומען כאָטש איין זאַך — אַז ער האָט געהאַט געשטאַמט פון אָרלעאַנס. דאָס האָט מען אַרויסגעפונען דערפון, וואָס אין טייל ספרים ווערט געבראַכט אַ פּירוש אין נאָמען פון ר' יוסף פון אָרלעאַנס, און אין אַן אַנדער ספר ווערט ווידער דערזעלביקער פּירוש געבראַכט אין נאָמען פון ר' יוסף בכור שור. עס איז דעריבער קלאָר, אַז די ביידע ר' יוספס זענען באמת איין און דיזעלבע פּערזאָן.

אַ גרויסע חילוקי־דעות הערשט אויך בנוגע דער צייט, ווען ער האָט געהאַט געלעבט, דאָס הייסט, וועגן דער גענויער צייט. טייל ווילן האָבן, אַז ער האָט געלעבט שפּעט אין די אַכציקער און ניינציגער יאָרן פון צוועלפטן יאָרהונדערט, ווען אין פראַנקרייך האָט געהערשט דער באַוואוסטער קעניגליכער רשע פיליפּ אויגוסט, וועלכער האָט געפּייניקט און אַרויסגעטריבן די אידן פון פראַנקרייך. דאָס נעמט מען דערפון, וואָס אין זיינע געוויסע חרוזים באַקלאָגט ער זיך אויף די גרויסע צרות, וואָס עס האָבן געהאַט געטראָפן זיין פאָלק. די פאָרשער האַלטן עס אָבער פאַר אַ שוואַכע סברא, ווייל צרות האָבן די אידן אין פראַנקרייך קיינמאָל נישט געפעלט און קלאָג־חרוזים האָט ער געקענט שרייבן נישט דווקא וועגן די קעגנוואַרטיגע צרות, נאָר אויך וועגן די צרות פון פריערדיגע צייטן, פון אַלע צייטן. מען נעמט דעריבער אָן, אַז ר' יוסף בכור שור האָט געמוזט זיין אַריבער די מיטעלע יאָרן, ווי זיין רבי, דער רבינו תם איז געשטאָרבן אין יאָר 1171.

ר' יוסף בכור שור האָט געהאַט אין זיין פּירוש זייער אָריגינעלע, זייער אינטערעסאַנטע אויסטייטשונגען, וואָס זענען גאַנץ ווייט געווען פון די פריערדיגע מפרשים. אויף דעם פּסוק "מי הגיד לך כי ערום אתה", זאָגט ר' יוסף בכור שור, אַז נאַקעטקייט לאָזט זיך אייגנטליך זאָגן אויף אַ מענטשן, וואָס דאַרף טראָגן קליידער און טראָגט נישט. אויף אַ בהמה, אָדער אַ חיה קאָן מען נישט זאָגן, אַז זי איז נאַקעט, ווייל זי דאַרף קיין קליידער נישט טראָגן. אַפילו ווען גרויסע, דערוואַקסענע מענטשן טראָגן צעריסענע קליידער, קליידער, וואָס פּאַסן נישט פאַר זיי, זאָגט מען אויך, אַז זיי גייען נאַקעט, ווייל זיי האָבן נישט די קליידער, וואָס עס פּאַסט פאַר זיי. ג-ט האָט דעריבער געזאָגט צו אדמען: "ווער האָט דיר עס געזאָגט, אַז דו דאַרפסט קליידער, אַז דיר פּאַסן קליידער?"

דעם פּסוק "וייטב בעיני פּרעה ובעיני עבדיו", טייטשט ר' יוסף בכור שור אַזוי: די מצרים, זאָגט ער, איז שווער געווען צו פאַרשטיין, פאַרוואָס יוסף האָט די גאַנצע צייט, וואָס ער איז געווען אין קעניגלעכן הויף, קיינמאָל נישט דערציילט, פונוואַנען ער קומט און פון וועמען ער שטאַמט. זיי האָבן דעריבער גערעכנט, אַז מן הסתם שטאַמט יוסף פון נישט קיין אָנשטענדיגער פאַמיליע און מיידט אויס צו רעדן פון זיין אָפּשטאַמונג. די מצרים איז דאָסדאָזיגע שווייגן געווען זייער אומאָנגענעם. זיי האָבן זיך נישט גוט געפילט דערפון, וואָס אַזאַ מענטש איז ביי זיי אַ וויצע־קעניג און הערשט איבער זיי. אָבער איצטער, אַז די מצרים האָבן דערזען, אַז יוסף שטאַמט גאָר אָפּ פון הויכן אַדל, איז זיי דאָס שטאַרק געפעלן געוואָרן און האָבן זיך געפרייט.

אויף דעם פּסוק "ויאמר אחיה ואמה תשב הנערה", פרעגט רש"י, לויטן מדרש: און וואו איז אַהינגעקומען בתואל, דער טאַטע? ער האָט דאָך עפּעס אויך געהאַט וואָס צו זאָגן? ענטפערט רש"י, אַז ער האָט געוואָלט דעם ענין אָפּהאַלטן און מחמת דעם איז געקומען אַ מלאך און אים געטויט. ר' יוסף בכור שור האַלט אָבער אַנדערש. ער זאָגט, אַז באמת איז דאָך יצחק געווען בתואלס אַ קרוב, אַן אייגענער מענטש, און זיכער האָט ער געוואָלט טאָן דעם שידוך מיט רבקהן. פון זיין זייט איז, אַלזאָ, קיין שום מניעה נישט געווען. אָבער אַז מען האָט אים געפרעגט, האָט ער געזאָגט, אויס העפלעכקייט צו דער פרוי, אַז דאָס געהערט נישט צו אים, אַז וועגן טאָן אַ שידוך מיט דער טאָכטער, דאַרף מען פרעגן דער פרוי. דעריבער האָט זי עס געדאַרפט אַנטשיידן. דער זון ווידער האָט דאָ גערעדט נישט אין זיין נאָמען, נאָר אין נאָמען פון דער מוטער. דער פאָטער איז דאָ אַזוי־אַרום שוין לחלוטין געווען איבעריג.

ער טייטשט אויך דעם פּסוק ,"מדבר שקר תרחק… ונקי וצדיק אל תהרוג". דאָס הייסט צו זאָגן, אַז דו דאַרפסט זיך דערווייטערן פון שקר, כדי ונקי וצדיק אל תהרוג, ווייל שקרים ברענגען צום טויט פון אָרנטליכע לייט, וואָרום אַז מען פאַרקריכט אין ליגנס, קאָן מען שוין קומען צו ערגערע זאַכן.

אויך אַנדערש ווי אַלע טייטשט ער אויס דעם זין פון "עץ החיים". ער זאָגט, אַז עץ החיים הייסט אַ היילונגס־בוים, אַ בוים פון רפואות. דאָס הייסט צו זאָגן, אַז אַ קראַנקער אָדער אַ שוואַכער מענטש קאָן פון זיינע פרוכטן געזונט ווערן, שטאַרק ווערן, אָבער דאָס הייסט נישט, אַז ווען מען זאָל עסן פון דעם בוים, וועט מען לעבן אייביג. אויב אַזוי, וואָלט דאָך אדם אויך געגעסן פון דעם בוים נאָך דעם, ווי ער האָט געגעסן פון עץ הדעת.

ר' יוסף בכור שור איז געווען אַ מפרש פון ריינעם פּשט, אָבער פּונקט ווי אַ סך פּשטנים, האָט ער אויך אַמאָל גענוצט אַ מדרש חז"ל. ער האָט אַפילו זיך באַנוצט מיט גימטריאות, וואָס איז בנאַטור געווען אַ גרויסער חידוש פאַר אַזאַ פּשט־מפרש. ער האָט זיך אָבער נישט אַריינגעלאָזן אין חקירות און אין רמז. דער אויבערשטער אַליין האָט געזאָגט אין דער תורה "פּה אל פּה אדבר ולא בחידות". ער האָט נאָר ליב געהאַט צו פאַרשטיין און צו דערקלערן דעם ריינעם פּשט פון פּסוק און קענענדיג גוט די פאַרשידנאַרטיגע העברעאישע שפּראַך־פאָרמען, אויף וועלכע ער ווייזט דירעקט אָן, געלינגט עס אים אַרויסצוברענגען שיינע אינטערפּרעטאַציעס. ר' יוסף בכור שור איז געווען איינער פון די מייסטערהאַפטע מפרשים פון פראַנקרייך און אַלס אַזעלכער איז ער אויך אָנערקענט געוואָרן אומעטום. מ'האָט אים אַפילו געשטעלט אויף איין מדרגה מיט רש"י. מען האָט דאַן געזאָגט דאָס באַרימטע ווערטל: "כל הפּירושים השלך לאשפּתא, חוץ מפּרשנדתא ובן פּורתא". מיט דעם פּרשנדתא האָט מען געהאַט טיטולירט רש"ין, ווייל ער איז געווען דער פּרשן פון דת, דער מפרש פון דער תורה און מיט דעם בן פּורתא האָט מען טיטולירט ר' יוסף בכור שור צוליב דעם פּסוק ,"בן פּורת יוסף".

ביבליאגראפיע