אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:טאלעס"
ק (החלפת טקסט – "דאטעס" ב־"דאטומען") |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:תאלס) |
||
שורה 15: | שורה 15: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:תאלס]] |
רעוויזיע פון 14:25, 20 אפריל 2023
טאַלעס פון מילעטוס, בערך 624 פד"צ - 546 פד"צ,[1] איז געווען א פאר-סאקראטישער גריכישער פילאזאף . ער איז געווען פון מילעטוס אין קליינאזיע . פיל, דער הויפּט אַריסטאָ, באַטראַכטן אים ווי דער ערשטער פילאָסאָף אין דער גריכישער מסורה.[2]
לויט בערטראַנד ראסל, "מערב פילאָסאָפיע הייבט אָן מיט טאַלעס".[3] טאלעס האט געפרואווט צו דערקלערן נאַטירליכע פענאָמענען אָן דערמאָנען מיטאלאגיע און איז געווען שטארק באאיינפלוסבאר אין דעם ענין. כּמעט אַלע אנדערע פאַר-סאָקראַטישע פילאזאפן פאָלגן אים נאך פּרואוונדיג צו צושטעלן אַ דערקלערונג פון מאַטעריע, ענדערונג און די עקזיסטענץ פון דער וועלט—אָן דערמאָנען מיטאלאגיע. יענע פילאָסאָפן זענען אויך באאיינפלוסבאר, און ענדלעך איז טאלעס'נס פסל'ן פון מיטאלאגישע דערקלערונגען געווארן אַן עיקערדיקער געדאַנק פאַר וויסנשאַפט. ער איז אויך געווען דער ערשטער צו דעפינירן אלגעמיינע פּרינציפן און שטעלן היפּאָטעזן. דערפאר ווערט ער גערופן דער "פאטער פון וויסנשאַפט", כאָטש אפשר קומט דעמאָקריטוס דער טיטל.[4] [5]
אין מאַטעמאַטיק, האט טהאַלעס געניצט געאמעטריע צו לייזן פּראָבלעמען ווי רעכענען די הייך פון פּיראַמידן און די ווייטקייט פון שיפן פון דעם ברעג. ער איז דער ערשטער באַקאַנטער יחיד צו וועמען מען טוט צושרייבן אַ מאַטאַמאַטישע אויפדעקונג. טאלעס איז געווען דער ערשטער מענטש וואָס ס'איז באַוואוסט אז ער האט שטודירט עלעקטרע.
רעפערענצן
- ↑ גענויע דאטומען אומבאוואוסט
- ↑ אריסטא מעטאפיזיק. Alpha, 983b18.
- ↑ Russell, Bertrand (1945). The history of western philosophy. New York: Simon and Schuster.
- ↑ Singer, C. (2008). A short history of science to the 19th century. Streeter Press.
- ↑ Needham, C. W. (1978). Cerebral logic: solving the problem of mind and brain. Loose Leaf. ISBN 039803754X.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!