אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קארלין סטאלין"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
ק (החלפת טקסט – "״" ב־""") |
||
שורה 43: | שורה 43: | ||
אין די [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע]] זענען דא שטיבלעך אין [[בארא פארק]] (מיט א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה), [[מאנסי]] און [[לייקוואוד]]. אויך איז דא א שטיבל אין [[סטאמפארד היל]], [[לאנדאן]], [[ענגלאנד]]. | אין די [[פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע]] זענען דא שטיבלעך אין [[בארא פארק]] (מיט א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה), [[מאנסי]] און [[לייקוואוד]]. אויך איז דא א שטיבל אין [[סטאמפארד היל]], [[לאנדאן]], [[ענגלאנד]]. | ||
דער ברודער פונעם קארלינער רבי, רבי [[יוחנן שוחט]] (איידעם ביים [[ישראל צבי יאיר דאנציגער|אלעקסאנדער רבי]]), פירט | דער ברודער פונעם קארלינער רבי, רבי [[יוחנן שוחט]] (איידעם ביים [[ישראל צבי יאיר דאנציגער|אלעקסאנדער רבי]]), פירט "לוצק", א קליין חסידות. | ||
די קארלינער רביס האבן זיך שטענדיג דערקעגנט צו [[ציוניזם]] און דער [[מזרחי]], און האבן אויך נישט געשטיצט פאזיטיוו דעם [[אגודת ישראל]]. היינט איז דאס חסידות נישט אריינגעמישט אין פאליטיק, לויט דער הוראה פונעם פריערדיקן רבי'ן רבי יוחנן. | די קארלינער רביס האבן זיך שטענדיג דערקעגנט צו [[ציוניזם]] און דער [[מזרחי]], און האבן אויך נישט געשטיצט פאזיטיוו דעם [[אגודת ישראל]]. היינט איז דאס חסידות נישט אריינגעמישט אין פאליטיק, לויט דער הוראה פונעם פריערדיקן רבי'ן רבי יוחנן. |
רעוויזיע פון 04:14, 23 נאוועמבער 2022
דער קארלין סטאלין חסידישער הױף איז געגרינדעט געװארען דורך דעם גרויסן רבי'ן הר"ר אהרן פון קארלין, א תלמיד פון דעם מעזריטשער מגיד. קארלינער חסידים שטאמען פון קארלין לעבן פינסק אין װייס־רוסלאנד.
דער צווייטער רבי איז געווען זיין זון הר"ר אשר פון סטאלין. נאך אים איז געווען רבי זיין זון רבי אהרן פערלאוו, מחבר פון „בית אהרן".
נאך אים איז געווארן רבי זיין זון דער יונגער רבי הר"ר אשר.
דער צווייטער רבי אשר איז אוועק יונגערהייט איבערלאזנדיג זיין זון ישראל אלס קינד. די חסידים האבן אים אויפגענומען אלס רבי, דעריבער הייסט ער דער ינוקא.
- דער יונגער רבי הר"ר אשר האט אנגעהויבן פירן א רעביסטעווע נאך זיין פאטער'ס פטירה אין תרל"ב. ער האט נישט מאריך ימים געווען און ער איז נפטר געווארן נאך א יאר, חמשה עשר באב ה'תרל"ג (1873), אין דראהביטש ביי א מגפה וואס האט געווילדעוועט אין דער שטאט. זיין ערשטע ווייב איז געווען מרת חיה, א טאכטער פון רבי מנחם נחום טווערסקי פון מאקאראוו; זי איז געשטארבן תרל"ג ביים געבורט פון איר טאכטער חנה. זיין צווייטע ווייב איז געווען מרת שרה דבורה, טאכטער פון רבי אלימלך שפירא פון גראדזשיסק און די אלמנה פון רבי יחיאל יעקב האפשטיין פון קאזשניץ.
- רבי ישראל דער סטאלינער "ינוקא": נאך דער פטירה פונעם יונגן רבי'ן הר"ר אשר, איז זיין זון ישראל געווען אלט נאר פיר און א האלב יאר. טראץ דעם האבן די חסידים געזען אין אים זייער מנהיג, אזוי ווי זיין זיידער רבי אהרן האט שוין געזאגט אויף אים. ביי זיין בר מצוה, י' כסלו ה'תרמ"ב (1881) האבן די זקני החסידים, צווישן זיי רבי דוד צבי שלמה בידערמאן פון לעלאוו, אים געגעבן א כתב נשיאות. צוליב זיינע יונגע יארן האט מען אים גערופן 'ינוקא'[1]. דער סטאלינער ינוקא האט געפירט זיין רעביסטעווע 50 יאר. ער האט געהאט צענדליקע טויזנטער חסידים. רבי ישראל איז נפטר געווארן ראש השנה ה'תרפ"ב (1921), ווען ער איז געווען אין פראנקפורט, דייטשלאנד, פאר א רפואה.
- רבי ישראל האט איבערגעלאזט זעקס זין, טייל פון זיי האבן געפירט באדמו"רות:
- דער בכור רבי אשר אין סטאלין (האט נישט געפירט).
- רבי אהרן אין ווארשע, פוילן, (האט נישט געפירט, אבער ער איז געווען דער מנהיג פון די קארלינער חסידים אין פוילן).
- רבי יעקב חיים האט געפירט א הויף אין וויליאמסבורג, ברוקלין אין די פאראייניגטע שטאטן; ער איז נפטר געווארן ו' אייר תש"ו אין דעטרויט וואו ער איז געגאנגען צו זיינע חסידים דארט, און ער ליגט אין דעטרויט. ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.
- רבי משה האט געפירט זיין הויף אין סטאלין.
- רבי אברהם אלימלך האט געפירט אין קארלין.
- רבי יוחנן האט געפירט אין לוצק.
ביי דער חורבן אייראפע זענען אומגעקומען פיר פון די ברידער: רבי אשר מיט רבי משה זענען אומגעקומען ביי דער רציחה פון די סטאלינער יידן ערב ראש השנה; רבי אברהם אלימלך איז דערמארדעט געווארן, אזוי איז אנגענומען ביי די חסידים, י"ד חשוון תש"ג (1942); רבי אהרן האט מען דערמארדעט אין ווארשע אין חודש אב.
רבי יעקב חיים פון דעטרויט
די קארלינער חסידים זענען באקאנט אלס עובדים וואס שרייען, שאקלען זיך, און זינגען ביים דאווענען.
דאס חסידות היינט
נאך דער צוויטער וועלט קריג האט ר' יוחנן וואס איז געווען אונטערן נאמען סטאלינער רבי פון לוצק איבער גענומען די גאנצע חסידות פון קארלין־סטאלין און גערופן געווארן אונטער דעם נאמען. היינט װערט עס געפירט דורך דער רבי ר' ברוך מאיר יעקב שוחט, אן אייניקל פון רבי יוחנן. ער וואוינט אין גבעת זאב, נישט ווייט פון ירושלים. (אנדערע האבן צוליב געוויסע סיבות פון נאך די פטירה פון רבי יוחנן אפגעלאזט דעם היינטיגן רבי'ן און זיי זענען געגאנגען צו אנדערע רביס ווי צ"ב לעלאוו אדער געמאכט שבת פאר זיך ווי צ"ב קהל חסידי ירושלים און פינסק קארלין.)
קארלין־סטאלין האט קרוב צו צוויי טויזנט משפחות אין ארץ ישראל און ארום דער וועלט. אין ארץ ישראל געפינען די חסידים בעיקר אין ירושלים, בני ברק, ביתר עלית, מודיעין עילית, טבריה און דעם יישוב גבעת זאב וואו דער רבי פירט זיין הויף.
דער הויפט בית מדרש פונעם חסידות, "היכל רבינו יוחנן", איז געווען אין דעם בוכארים געגנט אין ירושלים. אין ירושלים זענען אויך שטיבלעך אין בית ישראל, עזרת תורה, סנהדריה און רמות. דאס חסידות האלט אויס די אור החיים שול אין דער אלטשטאט. אין ביתר זענען פיר שטיבלעך (שכונת אתרוג, שכונת הגפן, שכונת הדקל, שכונת התמר). אין מודיעין עילית צוויי שטיבלעך (אין קרית ספר און אין אחוזת בראכפעלד), אין בני ברק צוויי שטיבלעך, אין צפת דער אלטער בית מדרש און אין טבריה צוויי שטיבלעך (אין טיילת און אין 200 פלוס געגנט).
דאס חסידות האט ישיבות קטנות אין ירושלים, רמות, ביתר עילית און מודיעין עילית, און א ישיבה גדולה אין רמות.
אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע זענען דא שטיבלעך אין בארא פארק (מיט א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה), מאנסי און לייקוואוד. אויך איז דא א שטיבל אין סטאמפארד היל, לאנדאן, ענגלאנד.
דער ברודער פונעם קארלינער רבי, רבי יוחנן שוחט (איידעם ביים אלעקסאנדער רבי), פירט "לוצק", א קליין חסידות.
די קארלינער רביס האבן זיך שטענדיג דערקעגנט צו ציוניזם און דער מזרחי, און האבן אויך נישט געשטיצט פאזיטיוו דעם אגודת ישראל. היינט איז דאס חסידות נישט אריינגעמישט אין פאליטיק, לויט דער הוראה פונעם פריערדיקן רבי'ן רבי יוחנן.
רעפערענצן