אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חשון"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:חשון צו חשון אן לאזן א ווייטערפירונג)
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}
{{דעסקריפציע|צווייטער חודש ציילנדיג פון תשרי, אכטער ציילנדיג פון ניסן}}{{לוח חודשי עברי בחמש שנים|2}}
{{דעסקריפציע|צווייטער חודש ציילנדיג פון תשרי, אכטער ציילנדיג פון ניסן}}{{לוח חודשי עברי בחמש שנים|2}}
'''חשון''' (פולער נאמען: '''מרחשון''') איז דער [[2 (נומער)|צווייטער]] [[חודש]] אין דער [[אידישער לוח|אידישער יאר]], ציילנדיג פון [[תשרי]], און דער [[8 (נומער)|אכטער]] חודש ציילנדיג פון [[ניסן]].
'''חשון''' (פולער נאמען: '''מרחשון''') איז דער [[2 (נומער)|צווייטער]] [[חודש]] אין דער [[אידישער לוח|אידישער יאר]], ציילנדיג פון [[תשרי]], און דער [[8 (נומער)|אכטער]] חודש ציילנדיג פון [[ניסן]].
שורה 71: שורה 70:
{{חדשים}}
{{חדשים}}
[[קאַטעגאָריע:חשון|*]]
[[קאַטעגאָריע:חשון|*]]
[[:קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:חדשים]]
[[קאַטעגאָריע:חדשים]]
[[HE:חשוון]]
[[HE:חשוון]]

רעוויזיע פון 16:46, 26 אקטאבער 2023

►► חשון ◄◄
יום טוב / שבתון חג שאיננו שבתון יום זכרון או תענית

חשון (פולער נאמען: מרחשון) איז דער צווייטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער אכטער חודש ציילנדיג פון ניסן.

חודש חשון פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן אקטאבער-נאוועמבער אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, אינמיטן דער סעזאן פון הערבסט אין דעם צפון האלבקיילעך און פון פרילינג אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש אייר אין צפון האלבקיילעך).

אין טייל יארן, פאלט אויס תקופת תשרי אין דעם חודש.

אין דער לוח

אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז חשון רוב מאל א "חודש חסר" פון 29 טעג[א], און צומאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[ב][1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א חודש מלא; ראש חודש חשון באשטייט דעריבער פון צוויי טעג, ל' תשרי און א' חשון[1]. חודש חשון קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, מיטוואך, דאנערשטאג אדער שבת[2].

נאמען

הערבסט בלעטער
”ירח בול, שבו העלה נובל והארץ עשויה בולות בולות” (תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב')

אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השמיני"[3]. דער חודש ווערט אויך גערופן אין פסוק "ירח בול"[3], א נאמען וואס מען טרעפט אויך אין כנענ'ישע אויפשריפטן[4]. עס באדייט "וועלקן", ווייל די בלעטער פאלן אראפ און די גראז אין פעלד ווערן פארוועלקט, אדער "שטיקער", ווייל די ערד ווערט צעברעקלט אויף שטיקער, אדער "געמיש", ווייל מען מישט אויס גראזן פאר די בהמות צו עסן פונדערהיים נאך וואס עס ענדיגן זיך די גראזן אויפן פעלד[5]. חז"ל דרש'ענען דעם נאמען אויף דער מבול, וואס האט זיך אנגעהויבן אין דעם חודש און א זכר דערפון איז נאך געבליבן ביז ווען דער בית המקדש איז אויפגעשטעלט געווארן[6]. פון די ראשונים איז פארהאן ווער עס טייטשט אז עס קומט פון זעלבן שורש ווי דאס ווארט מבול, אנדייטנדיג אויף די רעגנס וועלכע הייבן זיך אן אין דעם חודש[7].

דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "אראח-שׂאמנא" (אדער "וַרחֶשׁמָן") אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, וואס טייטשט דער אכטער חודש; די קאנסאנאנטן ו' און מ' זענען אפט געווארן אויפגעטוישט אין שפעטער-בבל'יש, ברענגענדיג צו "מרחשון"[8]. טייל פארשער צווייפלען אין די ריכטיגקייט פון דעם הסבר, ווייל די אנדערע מאנאטן זענען נישט גערופן געווארן לויט זייער צאל. צווישן אנדערע פארגעשלאגענע עטימאלאגיעס זענען "רעגן-מאנאט", אדער אז עס נעמט זיך פון דער פערסישער נאמען פאר דעם מאנאט, "מַרְכַּשַן", מיט אן אומקלארן באדייט.

אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[5]. פארהאן ווער עס טייטשט עס "גערויש", צוליב די בלעטער וועלכע פאלן פון די ביימער און רוישן אין די ווינטן[9]. ביי חסידים האט מען מרמז געווען אז דער נאמען צייגט אויף מרחשוון שפוותא, קומענדיג נאך חודש תשרי מיט אירע פילע תפילות און קבלות[10].

דער נאמען ווערט ארויסגעזאגט דורך די תימנים מְרַח־שְׁוָן, וואס שטימט מיטן בבל'ישן מקור, אין און עטליכע אשכנז'ישע כתבי יד פון תקופת הראשונים טרעפט מען "שוון" אלס קיצור דערפון[11]. אין רוב פלעצער זאגט מען עס אבער ארויס מַר־חֶשְוָן, וואס האט ווארשיינליך צוגעברענגט אז "מר" זאל ווערן באטראכט ווי א פרעפיקס און אוועקפאלן[12]. דעם קיצור "חשון" טרעפט מען אין כתבי יד פון בעפאר תקופת האחרונים[13]. דער פרעפיקס "מר" איז געווארן געטייטשט "טראפ", ווי "הֵן גּוֹיִם כְּמַר מִדְּלִי"[14], צוליב די רעגנס וועלכע הייבן אן טראפן[15], אדער טייטשט עס "ביטער", ווייל עס איז א חודש אן קיין יום טוב[16], אדער פון לשון חשיבות, ווייל דער קביעות פון יאר איז געוואנדן אין די לענג פון דעם חודש[17]. אנדערע האבן אבער אפגעווארפן, אז דער נאמען איז ארויפגעקומען פון בבל און ווערט נישט געטייטשט אין לשון קודש[18].

דער חודש דארף ווערן געשריבן "מרחשון" אין א גט[19], ווי אויך אין א כתובה און אנדערע שטרות[20]. אויב האט מען עס געשריבן "מרחשוון", מיט צוויי ו', איז עס אויך כשר[21]. אויב האט מען געשריבן "מר חשון", אפגעטיילט אין צוויי ווערטער, איז עס ספק אויב עס איז כשר[22]. אויב האט מען עס געשריבן "חשון" איז עס כשר, ווייל אזוי רופט מען עס ביי מענטשן[23].

די פאלאשן רופן דעם חודש 'תשואן'.

סימבאלן און אייגנשאפטן

דער מזל עקרב פון חודש מרחשון, א טייל פון דעם מאזאאיק אין דער אלטער בית הכנסת אין ציפורי

דער מזל פון דעם חודש איז מזל עקרב[24], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[ג]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל קשת דער מזל פון חודש חשון.

לויט דער זוהר, איז חודש חשון קעגן שבט בנימין[26]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט מנשה[27], אדער קעגן שבט נפתלי[28], אדער קעגן שבט אשר[29], אדער קעגן שבט שמעון[30].

חודש חשון איז קעגן דעם אות נ[24].

דער צירוף פון שם הוי"ה אין דעם חודש איז והה"י[31], וואס גייט ארויס פון פסוק וּדְבָשׁ הַיּוֹם הַזֶּה י'[32].

חודש חשון איז דער עיקר צייט פון "זרע" וואס ווערט דערמאנט אין פסוק[33] ”זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ”[34].

רבי מנחם מענדל פון רימאנאוו האט געזאגט אז רוב שלעכטע גזירות פון שונאי ישראל, ווי אויך איינמאנען די שטייערן, הייבן זיך אן פון חודש חשון, וויבאלד אין דעם חודש האט מען ווידערגעשפעניגט אין מלכות בית דוד און געקרוינט ירבעם בן נבט[35]. פון די אנדערע זייט זאגט מען נאך אין זיין נאמען, אז חודש חשון איז מסוגל אויף עשירות[36].

דער טריסקער מגיד האט געזאגט אז אין חשון האבן די צדיקים א שטארקן מזל צו פועל'ן ישועות, וויבאלד זיי האבן געטון אזויפיל געהויבענע מצוות אין חודש תשרי[37]. אין טריסק האט מען גערופן דעם חודש "רם חשון"[38].

לויט א געוויסן מקור, וועט דער דריטער בית המקדש ווערן אויפגעבויט אין חשון[35].

דינים און מנהגים

אין ארץ ישראל הייבט מען אן בעטן אויף רעגן אין דעם חודש. עטליכע שיטות ווערן אנגעגעבן איבער דעם גענויעם טאג אין חודש[39]; להלכה איז אנגענומען ז' חשון[40].

אויב רעגנט נישט ביז שפעטער אין חודש, הייבן אן די "יחידים" צו פאסטן תענית גשמים[39].

לויט טייל פוסקים דארף מען זיך פארקוקן איידער מען דאוונט מוסף פון ראש חודש חשון, וויבאלד עס איז שוין אריבער מער ווי דרייסיג טעג פון די פאריגע תפילהבית חדש, אורח חיים, סימן ק'.

אין דעם חודש הייבן אן די ישיבות א פרישן זמן, נאך די טעג פון בין הזמנים. לויט א מקור אין ספרי חסידות, איז עס אזוי איינגעפירט געווארן ווייל חשון און אייר זענען מסוגל צו באגרייפן דעת תורה, מער ווי אנדערע חדשים[41]. אין פראנקפורט האט מען זיך געפירט צו בענטשן דעם חודש מיט א גמרא ניגון[42].

טייל פירן זיך נישט צו פראווען קיין חתונה אין גאנץ חודש חשון, וויבאלד עס איז א חודש אן קיין יום טוב[43]. רוב זענען אבער נישט מקפיד דערויף[44].

מועדים וזמנים

לויט געוויסע מקורות, וועט לעתיד לבוא זיין דער יום טוב סוכות אין חודש חשון[45].

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. אין א "שנה חסרה" און אין א "שנה כסדרה", וועלכע באטרעפן צוזאמען ארום 55.1% פון אלע יארן.
  2. אין א "שנה שלמה", ארום 44.9% פון אלע יארן.
  3. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[25].

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה ו'
  2. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
  3. 3.0 3.1 מלכים א' ו, לח
  4. יצחק אבישור, כתובות פיניקיות והמקרא, א. רובינשטיין, 1979, עמ' 142
  5. 5.0 5.1 תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
  6. מדרש תנחומא פרשת נח פיסקא י"א; ילקוט שמעוני, מלכים א, רמז קפ"ד
  7. רד"ק, מלכים א' ו, לח
  8. Muss-Arnolt, W., The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents, Journal of Biblical Literature Vol. 11, No. 2 (1892), pp. 160-176
  9. שם משמעון, יורה דעה סי' ו'
  10. ישמח ישראל, ראש חודש מרחשון, בשם דער קאזשניצער מגיד; אהבת ישראל, פרשת וירא אות פ"ד, בשם רבי ישראל פון רוזשין; אמרי אמת, בראשית תרצ"ב, בשם רבי בונם פון פרשיסחא.
  11. צום ביישפיל סידור מנהג אשכנז המערבי פון די פריע ה' אלפים יארן
  12. ארי זיבוטפסקי, חשוון, מר-חשוון או מרח-שוון?, דף שבועי אוניברסיטת בר-אילן 1288, בראשית תשע"ט
  13. קאלאפאן פון יאר ה'ר"ט; קאלאפאן פון יאר ה'רי"א
  14. ישעיה מ, טו
  15. פרי חדש, אבן העזר סימן קכ"ו ס"ק כ"ב
  16. מועד לכל חי פרק כ"ו אות ד'; קמח סלת, עמ' קנ"ד; שדי חמד, אסיפת דינים מערכת חתן וכלה אות כ"ג.
  17. געברענגט אין שאלות ותשובות נחלת שבעה, סי' ד', וועלכער ווארפט עס אפ אז מר איז א חלק פונעם נאמען.
  18. בצל החכמה, חלק ב' סי' ס'
  19. רמ"א, אבן העזר, סימן קכ"ו, סעיף ז'
  20. נחלת שבעה, שטרות סי' ד'
  21. ראש פינה, אבן העזר סי' קכ"ו; רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אבן העזר, סימן קכ"ו, סעיף י"ז.
  22. זעט: רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אבן העזר, סימן קכ"ו, סעיף י"ז, אז במקום עיגון קען מען מיקל זיין
  23. גט פשוט, אבן העזר סי' קכו, ס"ק ז
  24. 24.0 24.1 ספר יצירה פרק ה' משנה י"ד
  25. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  26. ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'. אזוי שטייט אויך אין מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'; רסיסי לילה אות ל"ט; ויקח משה, נאך פרשת ויחי
  27. ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יוסף ג’יקטיליה, שערי אורה, סוף שער ה'; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר.
  28. קידוש ירחים לחודש מרחשון פון רבי פינחס ברבי יעקב הכהן; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער המים.

  29. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבושם, חלק א' עמוד 289
  30. יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
  31. אר"י, פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'
  32. דברים כו, טו–טזִ
  33. בראשית ח, כב
  34. בבא מציעא קו, ב
  35. 35.0 35.1 בני יששכר, חודש חשון מאמר א' אות ב'
  36. אמרי אש (מאדזשיץ), חלק ב' עמ' תצ"ו
  37. מצמיח ישועות, הקדמה
  38. שה לבית, עמ' קנ"ז
  39. 39.0 39.1 תענית י, א
  40. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקע"ה, סעיף א'
  41. מאור ושמש, סוף פרשת שמיני
  42. מנהגי פרנקפורט - מועדים, עמוד ק'
  43. נהר מצרים הלכות ניחוש וכישוף, אות א'; לב חיים, חלק ב' סי' כ"ו; שדי חמד, אסיפת דינים מערכת חתן וכלה אות כ"ג, אז אזוי איז מנהג ירושלים
  44. שדי חמד, אסיפת דינים מערכת חתן וכלה אות כ"ג; שלחן העזר, סי' ד ס"ק ח; כלילת חתנים, פרק ב' אות ז'; בצל החכמה, חלק ב' סי' ס'.
  45. יערות דבש, חלק ב' דרוש י"ב. זעט אויך ילקוט שמעוני, מלכים א, רמז קפ"ד, אז דער חודש וועט פארמאגן א יום טוב לעתיד לבוא.