רוי:קאנסאנאנט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א קאָנסאָנאַנט איז א טערמין אין לינגוויסטיק וואס באשילדערט איינעם פון די צוויי עיקר סארטן פאנען וואס זענען פאראן אין אלע נאטירלעכע שפראכן, וואס זענען קאנסאנאנטן און וואקאלן. פארשונג אין קאנסאנאנטן, וואס איז א טייל פון דער פארשונג אין אלע פאנען פון א שפראך, געהערט צו די געביטן פון פאנעטיק און פאנאלאגיע וואס געהערן צו לינגוויסטיק. מען פראדוצירט א קאנסאנאנט מיט אדורכפירן א שטראם פון לופט וואס ווערט אין געוויסן מאס אפגעהאלטן אין דעם מויל אדער דעם האלדז, אנדערש ווי א וואקאל, וואס ווערט אינגאנצן נישט אפגעהאלטן.

אין א ווארט קען אמאל קומען איין קאנסאנאנט באזונדער, אדער א גרופע פון צוויי אדער מער קאנסאנאנטן. צו שאפן א טראף דארף ווערן צוגעלייגט צום קאנסאנאנט (אדער צו דער גרופע קאנסאנאנטן) א וואקאל.

א קאנסאנאנט קען זיין שטימיק (למשל "ג") אדער אומשטימיק (למשל "ק"). די 20 קאנסאנאנטן אין יידיש זענען: ב, ג, ד, ה, וו, ז, זש, ט, י, כ, ל, מ, נ, ס, פ, פ, צ, ק, ר, ש. (די אותיות ב, ח, כּ, שׂ, תּ און ת וואס קומען אין ווערטער פון לשון הקודש רעדט מען אויס גלייך ווי די קאנסאנאנטן וו, כ, ק, ס, ט און ס). דער אות "י" ווערט אויך געניצט ווי א וואקאל.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!