אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת יתרו"
(דרעפט שאפונג) |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(17 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|פינפטע פרשה פון ספר שמות}} | {{דעסקריפציע|פינפטע פרשה פון ספר שמות}} | ||
{{פרשת שבוע | {{פרשת שבוע | ||
שורה 9: | שורה 7: | ||
| צאל ווערטער = 1105 (46'סטע) | | צאל ווערטער = 1105 (46'סטע) | ||
| צאל אותיות = 4022 (46'טע) | | צאל אותיות = 4022 (46'טע) | ||
| אינהאלט = [[יתרו]] און [[ | | אינהאלט = [[יתרו]] און [[צפורה]] שליסן זיך אן מיט כלל ישראל, [[שלושת ימי הגבלה]], [[מעמד הר סיני]] | ||
| מספר עשה חינוך = 3 | | מספר עשה חינוך = 3 | ||
| מספר לא תעשה חינוך = 14 | | מספר לא תעשה חינוך = 14 | ||
| עשה חינוך = [[ | | עשה חינוך = [[אמונת השם]], [[קידוש|קידוש השבת בדברים]], [[כיבוד אב ואם]] | ||
| לא תעשה חינוך = [[עבודה זרה]], [[איסור עשיית פסל|מאכן א פסל]], בוקן צו עבודה זרה, [[שבועת שווא און שבועת שקר|שבועת שווא]], [[ל"ט | | לא תעשה חינוך = [[עבודה זרה]], [[איסור עשיית פסל|מאכן א פסל]], בוקן צו עבודה זרה, [[שבועת שווא און שבועת שקר|שבועת שווא]], [[ל"ט מלאכות|מלאכה אום שבת]], [[לא תרצח|רציחה]], [[לא תנאף]], [[איסור גניבת אדם|גנב'ן א מענטש]], [[עדות שקר]], [[לא תחמוד|גלוסטן]], מאכן א צורה פון א מענטש, בויען דעם [[מזבח]] מיט [[אבן גזית|אבני גזית]], ארויפגיין אויפ'ן מזבח מיט טרעפ | ||
| עדה1 = אשכנזים און איטאליענער | | עדה1 = אשכנזים און איטאליענער | ||
| עדה2 = ספרדים, חב"ד און פאזנע | | עדה2 = ספרדים, חב"ד און פאזנע | ||
שורה 21: | שורה 19: | ||
| הפטורה3 = {{תנ"ך|ישעיהו|ו|א|יג}}, און מ'לייגט צו {{תנ"ך|ישעיהו|ט|ה|ו}} | | הפטורה3 = {{תנ"ך|ישעיהו|ו|א|יג}}, און מ'לייגט צו {{תנ"ך|ישעיהו|ט|ה|ו}} | ||
}} | }} | ||
[[טעקע:The Ten Commandments (Bible Card).jpg|קליין|וַיִּתְיַצְּבוּ בְּתַחְתִּית הָהָר: די אידן | [[טעקע:The Ten Commandments (Bible Card).jpg|קליין|וַיִּתְיַצְּבוּ בְּתַחְתִּית הָהָר: די אידן פארזאמלט צופוסנס פון [[בארג סיני]].]] | ||
'''{{מנוקד|פרשת יִתְרוֹ}}''' איז די פינפטע [[סדרה]] פון [[ספר שמות]], און די זיבעצנטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון {{תנ"ך|שמות|יח|א|אן=ספר|לאנג=יא}} ביז {{תנ"ך|שמות|כ|כב|אן=ספר|לאנג=יא}}, | '''{{מנוקד|פרשת יִתְרוֹ}}''' איז די פינפטע [[סדרה]] פון [[ספר שמות]], און די זיבעצנטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון {{תנ"ך|שמות|יח|א|אן=ספר|לאנג=יא}} ביז {{תנ"ך|שמות|כ|כב|אן=ספר|לאנג=יא}}, לויט'ן אנגענומענעם צעטיילונג פון [[קאפיטלען פון תנ"ך|קאפיטלען]], פארמאגנדיג אינאיינעם 75 פסוקים{{ביאור|דאס איז די צאל פסוקים לויט אונזער נוסח מיט'ן טעם התחתון וועלכע ווערט געליינט ביחיד, וואו די עשרת הדברות פארנעמען דרייצן פסוקים. אין די חומשים איז באצייכנט די צאל און דער [[סימני הפרשה|סימן]] אלס 72, וועלכע איז לויט'ן טעם העליון מיט'ן נוסח אז יעדער דיבור פון די עשרת הדברות איז א באזונדערע פסוק (מיר ליינען אבער היינט בציבור דעם טעם העליון לויט'ן נוסח אז אנכי און לא יהיה זענען איין פסוק{{הערה|זעט {{שיתופתא|HaKtav_VeHaKabalah,_Postscript/2|'''הכתב והקבלה''', הערה ב׳}} (סוף ספר דברים), די פארשידענע נוסחאות אין די צעטיילונג פון פסוקים פון די עשרת הדברות.}}).}} און פערצן פרשיות - פיר [[פרשה פתוחה|פתוחות]] און צען [[פרשה סתומה|סתומות]]. | ||
אין די פרשה ווערט געשילדערט דאס קומען פון [[יתרו]] צו כלל ישראל; און דאן | אין די פרשה ווערט געשילדערט דאס קומען פון [[יתרו]] צו כלל ישראל; און דאן דער מעמד [[קבלת התורה]], אנגעהויבן מיט די הכנות דערצו. | ||
פרשת יתרו ווערט געליינט צווישן [[י"ז שבט|י"ז]] און [[כ"ד שבט]]. די פרשה פון קבלת התורה ווערט געליינט | פרשת יתרו ווערט געליינט צווישן [[י"ז שבט|י"ז]] און [[כ"ד שבט]], און איז די פינפטע פון די [[שובבי"ם]] וואכן. די פרשה פון קבלת התורה ווערט געליינט אין ערשטן טאג [[שבועות]]. | ||
== אינהאלט == | == אינהאלט == | ||
===יתרו'ס אנקום=== | |||
נאך וואס [[יתרו]] - [[משה רבינו|משה]]'ס שווער, האט געהערט איבער די ניסים וואס גאט האט געטון צו די אידן, איז ער געקומען אינאיינעם מיט משה'ס ווייב [[צפורה]], און זייערע צוויי זין, [[גרשום (בן משה)|גרשום]] און [[אליעזר (בן משה)|אליעזר]], צום רו-ארט פון די אידן אין מדבר. משה איז ארויס אים אנטפאנגען, און אים דערציילט אלעס וואס גאט האט מיט זיי געטון, אויף וועלכע יתרו רעאגירט מיט לויב ווערטער און קרבנות צו גאט, נאכגעפאלגט מיט א סעודה. | |||
{{הויפט ארטיקל|יתרו'ס עצה}} | |||
צומארגנס האט יתרו צוגעזען די שווערע ארבעט פון משה זיך אפצוגעבן מיט'ן פאלק, און פארגעשלאגן ער זאל אפירזוכן פאסיגע קאנדידאטן וועלכע זאלן זיין געשטעלט אין א היערארכיע איבער א באשטימטע צאל מענטשן, "שָׂרֵי אֲלָפִים, שָׂרֵי מֵאוֹת, שָׂרֵי חֲמִשִּׁים וְשָׂרֵי עֲשָׂרֹת," און נאר די גרעסערע זאכן זאלן אנקומען צו אים און ער וועט אנפרעגן דערוועגן דעם אויבערשטן. משה האט טאקע געטון ווי זיין שווער'ס עצה{{הערה|{{תנ"ך|שמות|יח|לאנג=יא|אן=ספר}}.}}. | |||
===מעמד הר סיני=== | |||
{{הויפט ארטיקל|מעמד הר סיני}} | |||
די אידן האבן זיך געצויגן פון [[רפידים]] קיין מדבר [[סיני]], און זיך באזעצט צופוסנס פון [[בארג סיני]], וואו משה איז ארויף צו גאט, וועלכער האט אים באפוילן צו איבערגעבן פאר די אידן, אז אויב וועט מען איינהאלטן זיינע געבאטן וועלן זיי זיין די אפגעהיטענע, אויסגעוועלטע, הייליג פאלק. משה האט דאס איבערגעגעבן פאר די זקנים, און דאס פאלק האט אינאיינעם גענטפערט דערויף: {{מנוקד|כֹּל אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' נַעֲשֶׂה}}. גאט האט באפוילן משה צו הייליגן דאס פאלק, פאר [[שלשת ימי הגבלה|דריי טעג]], און זיין גרייט אויפ'ן דריטן טאג ווען ער וועט זיך באווייזן אויפ'ן בארג סיני, און אז ער זאל אנזאגן די אידן זיך נישט צו דערנענטערן צום בארג. | |||
צום פרימארגן פון דריטן טאג {{מנוקד|וַיְהִי קֹלֹת וּבְרָקִים וְעָנָן כָּבֵד עַל הָהָר וְקֹל שֹׁפָר חָזָק מְאֹד וַיֶּחֱרַד כָּל הָעָם אֲשֶׁר בַּמַּחֲנֶה}}. משה האט ארויסגעטראגן דאס פאלק צו גאט, און זיי האבן זיך געשטעלט ביים בארג, {{מנוקד|וְהַר סִינַי עָשַׁן כֻּלּוֹ מִפְּנֵי אֲשֶׁר יָרַד עָלָיו ה' בָּאֵשׁ}}, און דאס פאלק איז דערציטערט געווארן. דער קול פונעם שופר איז געווארן אלץ שטערקער, ווען {{מנוקד|מֹשֶׁה יְדַבֵּר וְהָאֱלֹקִים יַעֲנֶנּוּ בְקוֹל}}{{הערה|{{תנ"ך|שמות|יט|לאנג=יא|אן=ספר}}.}}. | |||
דאן האט גאט געגעבן די [[עשרת הדברות]], און די אידן וועלכע האבן נישט געקענט אויסהאלטן דאס הערן די רייד פון גאט אליין, האבן געבעטן משה ער זאל רעדן פאר זיי. דאן ווערן אויסגערעכנט עטליכע דינים איבער בויען דעם [[מזבח]]{{הערה|{{תנ"ך|שמות|כ|לאנג=יא|אן=ספר}}.}}. | |||
== מצוות אין דער פרשה == | == מצוות אין דער פרשה == | ||
שורה 46: | שורה 56: | ||
|- | |- | ||
|נישט גלייבן אין עפעס אויסער גאט | |נישט גלייבן אין עפעס אויסער גאט | ||
|לֹא יִהְיֶה לְךָ | |לֹא יִהְיֶה לְךָ אֱלֹהִים אֲחֵרִים עַל פָּנָי ({{תנ"ך|שמות|כ|ב|אן=ספר}}) | ||
|יא | |יא | ||
|יעדער | |יעדער | ||
שורה 56: | שורה 66: | ||
|- | |- | ||
|זיך נישט ביקן צו [[עבודה זרה]] | |זיך נישט ביקן צו [[עבודה זרה]] | ||
|לֹא תִשְׁתַּחְוֶה לָהֶם | |לֹא תִשְׁתַּחְוֶה לָהֶם ({{תנ"ך|שמות|כ|ד|אן=ספר}}) | ||
|יא | |יא | ||
|יעדער | |יעדער | ||
שורה 62: | שורה 72: | ||
|נישט טון געצנדינערישע ריטואלן | |נישט טון געצנדינערישע ריטואלן | ||
|וְלֹא תָעָבְדֵם ({{תנ"ך|שמות|כ|ד|אן=ספר}}) | |וְלֹא תָעָבְדֵם ({{תנ"ך|שמות|כ|ד|אן=ספר}}) | ||
| | |יא | ||
|יעדער | |||
|- | |- | ||
|[[שבועת שווא און שבועת שקר|נישט שווערן פאלש אדער | |[[שבועת שווא און שבועת שקר|נישט שווערן פאלש אדער אומזיסט]] | ||
|לֹא תִשָּׂא אֶת שֵׁם ה' אֱלֹקֶיךָ לַשָּׁוְא ({{תנ"ך|שמות|כ|ד|ו|אן=ספר}}) | |לֹא תִשָּׂא אֶת שֵׁם ה' אֱלֹקֶיךָ לַשָּׁוְא ({{תנ"ך|שמות|כ|ד|ו|אן=ספר}}) | ||
|יא | |יא | ||
|יעדער | |יעדער | ||
|- | |- | ||
|הייליגן דעם [[שבת]] מיט רייד | |[[קידוש|הייליגן]] דעם [[שבת]] מיט רייד | ||
|זָכוֹר אֶת יוֹם הַשַּׁבָּת לְקַדְּשׁוֹ ({{תנ"ך|שמות|כ|ז|אן=ספר}}) | |זָכוֹר אֶת יוֹם הַשַּׁבָּת לְקַדְּשׁוֹ ({{תנ"ך|שמות|כ|ז|אן=ספר}}) | ||
|יא | |יא | ||
שורה 84: | שורה 95: | ||
|יעדער | |יעדער | ||
|- | |- | ||
|[[ | |פארבאט אויף [[רציחה]] | ||
|לֹא תִּֿרְצָח ({{תנ"ך|שמות|כ|יב|אן=ספר}}) | |לֹא תִּֿרְצָח ({{תנ"ך|שמות|כ|יב|אן=ספר}}) | ||
|יא | |יא | ||
שורה 135: | שורה 146: | ||
== הפטורה == | == הפטורה == | ||
מען ליינט די [[הפטורה]] אין [[ספר ישעיהו]]. די אשכנזים און איטאליענער ליינען פון {{תנ"ך|ישעיהו|ו|א|לאנג=יא|אן=ספר}} ביז {{תנ"ך|ישעיהו|ז|ו|לאנג=יא|אן=ספר}}, און לייגן צו {{תנ"ך|ישעיהו|ט|ה|ו|לאנג=יא|אן=ספר}}. די ספרדים, תימנים, קהלות חב"ד און פאזנע ליינען {{תנ"ך|ישעיהו|ו|א|יג|לאנג=יא|אן=ספר}}, און די תימנים לייגן אויך צו {{תנ"ך|ישעיהו|ט|ה|ו|אן=ספר}} ווי די אשכנזים. אין די הפטורה ווערט געשילדערט די אנטפלעקונג פונעם אויבערשטן צו [[ישעיהו]], | מען ליינט די [[הפטורה]] אין [[ספר ישעיהו]]. די אשכנזים און איטאליענער ליינען פון {{תנ"ך|ישעיהו|ו|א|לאנג=יא|אן=ספר}} ביז {{תנ"ך|ישעיהו|ז|ו|לאנג=יא|אן=ספר}}, און לייגן צו {{תנ"ך|ישעיהו|ט|ה|ו|לאנג=יא|אן=ספר}}. די ספרדים, תימנים, קהלות חב"ד און פאזנע ליינען {{תנ"ך|ישעיהו|ו|א|יג|לאנג=יא|אן=ספר}}, און די תימנים לייגן אויך צו {{תנ"ך|ישעיהו|ט|ה|ו|אן=ספר}} ווי די אשכנזים. | ||
אין די הפטורה ווערט געשילדערט די אנטפלעקונג פונעם אויבערשטן צו [[ישעיהו]], וואו ער ווערט געהייליגט אלס נביא. | |||
ביי די [[ראמאניאטן|ראָמאַניאטן]] ליינט מען אין {{תנ"ך|ישעיהו|לג|יג}} - {{תנ"ך|ישעיהו|לד|י|אן=ספר}}. | ביי די [[ראמאניאטן|ראָמאַניאטן]] ליינט מען אין {{תנ"ך|ישעיהו|לג|יג}} - {{תנ"ך|ישעיהו|לד|י|אן=ספר}}. | ||
== מנהגים == | == מנהגים == | ||
ביים ליינען די קבלת התורה איז דער מנהג ביי אשכנזים און א קליינע טייל ספרדים אז דער קהל שטייט{{הערה|{{היברובוקס|2=קצות השלחן - חלק ג|3=7722|page=94|4=סימן פ"ד סקכ"ב}}.}}, כאטש וואס אין [[תשובות הרמב"ם]]{{הערה|{{היברובוקס|2=תשובות הרמב"ם חלק ב|3=1731|page=304|שנת הוצאה=תש"כ|מו"ל=חברה מקיצי נרדמים|מהדורה=יהושע בלאו|עמ=495|לינק טעקסט=סימן רס"ג}}}} שטייט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן{{ביאור|באזירט אויפ'ן גמרא ({{בבלי|ברכות|יב|א}}) וואו עס ווערט דערמאנט א חשש פון "תרעומת המינין", אז מען וועט זאגן אז נאר דאס איז דער ריכטיגער תורה. אזוי פסק'נט להלכה [[רבי עובדיה יוסף]]{{הערה|'''שו"ת יחוה דעת''', חלק א', סימן כט.}}, וואס שרייבט אז די אחרונים וואס זענען מתיר האבן פארזען דעם תשובת הרמב"ם.{{ש}}די ספרים ברענגען פארשידענע טעמים צום מנהג, און פארוואס עס איז נישטא קיין חשש פון תרעומת המינים: [[רבי שמואל אבוהב]]{{הערה|{{היברובוקס|2=דבר שמואל|3=686|page=180|לינק טעקסט=שאלה רעו}}.}} שרייבט אז דאס איז אלס כבוד פון קבלת פני השכינה, ווי מיר אלע זענען געשטאנען ביים בארג סיני ביי קבלת התורה "ויתיצבו בתחתית ההר", און וויבאלד די סיבה איז באקאנט איז נישט דא דערביי א פראבלעם. [[רבי יהודה עייאש]]{{הערה|{{אוצר החכמה|2=מטה יהודה - חלק א|3=143700|page=34|לינק טעקסט=סימן א סק"ו}}.}} פסק'נט אז דער חשש איז נאר ביים צולייגן שטיקלעך דאווענען, אבער סיי וועלכע מנהגים ביי פרשיות, ארויסצוברענגען די ספעציעלקייט פון די קריאה וואס מ'ליינט סייווי, איז נישט קיין חשש. ענליך צו די אויבנדערמאנטע שרייבט דער [[חיד"א]], און פירט אויס אז אין פלעצער וואו מען פירט זיך צו שטיין טאר א יחיד נישט בלייבן זיצן{{הערה|{{היברובוקס|2=טוב עין|3=1920|page=30|לינק טעקסט=סימן יא}}.}}. [[רבי משה פיינשטיין]] שרייבט אז וויבאלד די גאנצע זאך איז נאר א חשש, לייגן מיר נישט צו נאך זאכן וואס ווערן נישט געברענגט, ספעציעל אז מיר שטייען אויך ביי די קריאה פון [[שירת הים]], איז פארשטענדליך אז דאס שטיין האט אן אנדערע סיבה{{הערה|{{היברובוקס|2=אגרות משה - חלק ו|3=14677|page=40|לינק טעקסט=או"ח ד', סי' כב}}.}}.}}. אין טייל [[מזרח-אייראפע|מזרח-אייראפע'אישע]] קהילות האט מען זיך געפירט צו זאגן [[יוצרות]] דעם "[[פיוט|מאורה פיוט]]" פון [[רבי יהודה הלוי]] וואס הייבט זיך אן "אמרות הקל טהורות"{{הערה|{{היברובוקס|[[זעליגמאן באער]]|סדר עבודת ישראל|42897|page=715|מקום הוצאה=רעדעלהיים|שנת הוצאה=תרכ"ח|מהדורה=מנהג פולין|עמ=645}}; [[S:סידור/נוסח אשכנז/שבת/ברכות קריאת שמע לשבת יתרו (מזרחי)|ברכות קריאת שמע לשבת יתרו]] אויף [[וויקיטעקסט]].}}. | |||
==צו ליינען מער== | |||
* {{אוצר החכמה|הרב שלמה טולידאנו|דברי שלום ואמת|199778|page=167|קעפל=המנהג לעמוד בקריאת עשרת הדברות|באנד=א|מאמר ה'|סופיקס=יא}} | |||
* [https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=33853 עמידה בעשרת הדיברות], אויף אוצר החכמה פארום | |||
== | == דרויסנדיגע לינקס == | ||
{{פרשה לינקס|בית חב"ד=473006|בינינו=7287|אתר פרשת השבוע=2011/01/yitro}} | {{פרשה לינקס|בית חב"ד=473006|בינינו=7287|אתר פרשת השבוע=2011/01/yitro}} | ||
שורה 153: | שורה 170: | ||
{{פרשיות השבוע}} | {{פרשיות השבוע}} | ||
{{ספר שמות}} | {{ספר שמות}} | ||
[[ | [[קאטעגאריע:פרשת יתרו|*]] | ||
[[ | [[קאטעגאריע:פרשיות ספר שמות|יתרו]] | ||
[[:קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:שבט]] | ||
[[קאטעגאריע:מתן תורה]] | |||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | |||
[[he:פרשת יתרו]] | [[he:פרשת יתרו]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:16, 8 יולי 2024
| |||||
פסוקים | שמות יח, א - כ, כב | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 75 (47'סטע) | ||||
צאל ווערטער | 1105 (46'סטע) | ||||
צאל אותיות | 4022 (46'טע) | ||||
אינהאלט | יתרו און צפורה שליסן זיך אן מיט כלל ישראל, שלושת ימי הגבלה, מעמד הר סיני | ||||
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
| |||||
הפטורה | |||||
אשכנזים און איטאליענער | ישעיהו ו, א - ז, ו, און מ'לייגט צו ישעיהו ט, ה–ו | ||||
ספרדים, חב"ד און פאזנע | ישעיהו ו, א–יג | ||||
תימנים | ישעיהו ו, א–יג, און מ'לייגט צו ישעיהו ט, ה–ו |
פרשת יִתְרוֹ איז די פינפטע סדרה פון ספר שמות, און די זיבעצנטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י"ח, פסוק א' ביז קאַפּיטל כ', פסוק כ"ב, לויט'ן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 75 פסוקים[א] און פערצן פרשיות - פיר פתוחות און צען סתומות.
אין די פרשה ווערט געשילדערט דאס קומען פון יתרו צו כלל ישראל; און דאן דער מעמד קבלת התורה, אנגעהויבן מיט די הכנות דערצו.
פרשת יתרו ווערט געליינט צווישן י"ז און כ"ד שבט, און איז די פינפטע פון די שובבי"ם וואכן. די פרשה פון קבלת התורה ווערט געליינט אין ערשטן טאג שבועות.
אינהאלט
יתרו'ס אנקום
נאך וואס יתרו - משה'ס שווער, האט געהערט איבער די ניסים וואס גאט האט געטון צו די אידן, איז ער געקומען אינאיינעם מיט משה'ס ווייב צפורה, און זייערע צוויי זין, גרשום און אליעזר, צום רו-ארט פון די אידן אין מדבר. משה איז ארויס אים אנטפאנגען, און אים דערציילט אלעס וואס גאט האט מיט זיי געטון, אויף וועלכע יתרו רעאגירט מיט לויב ווערטער און קרבנות צו גאט, נאכגעפאלגט מיט א סעודה. צומארגנס האט יתרו צוגעזען די שווערע ארבעט פון משה זיך אפצוגעבן מיט'ן פאלק, און פארגעשלאגן ער זאל אפירזוכן פאסיגע קאנדידאטן וועלכע זאלן זיין געשטעלט אין א היערארכיע איבער א באשטימטע צאל מענטשן, "שָׂרֵי אֲלָפִים, שָׂרֵי מֵאוֹת, שָׂרֵי חֲמִשִּׁים וְשָׂרֵי עֲשָׂרֹת," און נאר די גרעסערע זאכן זאלן אנקומען צו אים און ער וועט אנפרעגן דערוועגן דעם אויבערשטן. משה האט טאקע געטון ווי זיין שווער'ס עצה[2].
מעמד הר סיני
די אידן האבן זיך געצויגן פון רפידים קיין מדבר סיני, און זיך באזעצט צופוסנס פון בארג סיני, וואו משה איז ארויף צו גאט, וועלכער האט אים באפוילן צו איבערגעבן פאר די אידן, אז אויב וועט מען איינהאלטן זיינע געבאטן וועלן זיי זיין די אפגעהיטענע, אויסגעוועלטע, הייליג פאלק. משה האט דאס איבערגעגעבן פאר די זקנים, און דאס פאלק האט אינאיינעם גענטפערט דערויף: כֹּל אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' נַעֲשֶׂה. גאט האט באפוילן משה צו הייליגן דאס פאלק, פאר דריי טעג, און זיין גרייט אויפ'ן דריטן טאג ווען ער וועט זיך באווייזן אויפ'ן בארג סיני, און אז ער זאל אנזאגן די אידן זיך נישט צו דערנענטערן צום בארג.
צום פרימארגן פון דריטן טאג וַיְהִי קֹלֹת וּבְרָקִים וְעָנָן כָּבֵד עַל הָהָר וְקֹל שֹׁפָר חָזָק מְאֹד וַיֶּחֱרַד כָּל הָעָם אֲשֶׁר בַּמַּחֲנֶה. משה האט ארויסגעטראגן דאס פאלק צו גאט, און זיי האבן זיך געשטעלט ביים בארג, וְהַר סִינַי עָשַׁן כֻּלּוֹ מִפְּנֵי אֲשֶׁר יָרַד עָלָיו ה' בָּאֵשׁ, און דאס פאלק איז דערציטערט געווארן. דער קול פונעם שופר איז געווארן אלץ שטערקער, ווען מֹשֶׁה יְדַבֵּר וְהָאֱלֹקִים יַעֲנֶנּוּ בְקוֹל[3].
דאן האט גאט געגעבן די עשרת הדברות, און די אידן וועלכע האבן נישט געקענט אויסהאלטן דאס הערן די רייד פון גאט אליין, האבן געבעטן משה ער זאל רעדן פאר זיי. דאן ווערן אויסגערעכנט עטליכע דינים איבער בויען דעם מזבח[4].
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[5] איז פארהאן זיבעצן מצוות אין דער פרשה:
מצוה | מקור | אקטועל היינטיגע צייטן | באפוילענע |
---|---|---|---|
אמונת השם | אָנֹכִי ה' אֱלֹקֶיךָ אֲשֶׁר הוֹצֵאתִיךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם וגו' (כ, ב) | יא | יעדער |
נישט גלייבן אין עפעס אויסער גאט | לֹא יִהְיֶה לְךָ אֱלֹהִים אֲחֵרִים עַל פָּנָי (כ, ב) | יא | יעדער |
נישט מאכן אן אפגאט | לֹא תַעֲשֶׂה לְךָ פֶסֶל וְכָל תְּמוּנָה (כ, ג) | יא | יעדער |
זיך נישט ביקן צו עבודה זרה | לֹא תִשְׁתַּחְוֶה לָהֶם (כ, ד) | יא | יעדער |
נישט טון געצנדינערישע ריטואלן | וְלֹא תָעָבְדֵם (כ, ד) | יא | יעדער |
נישט שווערן פאלש אדער אומזיסט | לֹא תִשָּׂא אֶת שֵׁם ה' אֱלֹקֶיךָ לַשָּׁוְא (כ, ד–ו) | יא | יעדער |
הייליגן דעם שבת מיט רייד | זָכוֹר אֶת יוֹם הַשַּׁבָּת לְקַדְּשׁוֹ (כ, ז) | יא | יעדער |
נישט טון קיין מלאכות אום שבת | לֹא תַעֲשֶׂה כָל מְלָאכָה (כ, ט) | יא | יעדער |
כיבוד אב ואם | כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ (כ, יא) | יא | יעדער |
פארבאט אויף רציחה | לֹא תִּֿרְצָח (כ, יב) | יא | יעדער |
לא תנאף | לֹא תִּֿנְאָף (כ, יב) | יא | יעדער |
לא תגנוב | לֹא תִּֿגְנֹב (כ, יב) | יא | יעדער |
לא תענה ברעך עד שקר | לֹא תַעֲנֶה בְרֵעֲךָ עֵד שָׁקֶר (כ, יב) | יא | יעדער |
לא תחמוד | לֹא תַחְמֹד בֵּית רֵעֶךָ וגו' (כ, יג) | יא | יעדער |
נישט מאכן א צורה פון א מענטש | לֹא תַעֲשׂוּן אִתִּי וגו' (כ, יט) | יא | יעדער |
נישט בויען דעם מזבח מיט אבני גזית | לֹא תִבְנֶה אֶתְהֶן גָּזִית (כ, כא) | ניין | די בויערס פון משכן און בית המקדש |
נישט ארויפגיין דעם מזבח מיט טרעפ | וְלֹא תַעֲלֶה בְמַעֲלֹת עַל מִזְבְּחִי אֲשֶׁר לֹא תִגָּלֶה עֶרְוָתְךָ עָלָיו (כ, כב) | ניין | די בויערס פון משכן און בית המקדש |
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זעקס אנדערע דאטומען:
- השא יאר און השג יאר - י"ז שבט
- הכז יאר - י"ח שבט
- החא יאר - י"ט שבט
- גכה יאר און בשה יאר, גכז יאר און בשז יאר - כ' שבט
- בחג יאר און זשג יאר, בחה יאר זשה יאר - כ"ב שבט
- זחא יאר און זחג יאר - כ"ד שבט
הפטורה
מען ליינט די הפטורה אין ספר ישעיהו. די אשכנזים און איטאליענער ליינען פון קאַפּיטל ו', פסוק א' ביז קאַפּיטל ז', פסוק ו', און לייגן צו קאַפּיטל ט', פסוקים ה'–ו'. די ספרדים, תימנים, קהלות חב"ד און פאזנע ליינען קאַפּיטל ו', פסוקים א'–י"ג, און די תימנים לייגן אויך צו ט, ה–ו ווי די אשכנזים.
אין די הפטורה ווערט געשילדערט די אנטפלעקונג פונעם אויבערשטן צו ישעיהו, וואו ער ווערט געהייליגט אלס נביא.
ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען אין ישעיהו לג, יג - לד, י.
מנהגים
ביים ליינען די קבלת התורה איז דער מנהג ביי אשכנזים און א קליינע טייל ספרדים אז דער קהל שטייט[6], כאטש וואס אין תשובות הרמב"ם[7] שטייט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן[ב]. אין טייל מזרח-אייראפע'אישע קהילות האט מען זיך געפירט צו זאגן יוצרות דעם "מאורה פיוט" פון רבי יהודה הלוי וואס הייבט זיך אן "אמרות הקל טהורות"[13].
צו ליינען מער
- הרב שלמה טולידאנו, "המנהג לעמוד בקריאת עשרת הדברות", דברי שלום ואמת א, מאמר ה', אויף אוצר החכמה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
- עמידה בעשרת הדיברות, אויף אוצר החכמה פארום
דרויסנדיגע לינקס
טעקסט:
- פרשת יתרו, אויף שיתופתא
- פרשת יתרו, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת יתרו - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת יתרו, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת יתרו", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת יתרו אויף קול הלשון
- פרשת יתרו, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת יתרו, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת יתרו, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת יתרו, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת יתרו", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת יתרו אויפ'ן "על התורה" זייטל
נאטיצן
- ↑ דאס איז די צאל פסוקים לויט אונזער נוסח מיט'ן טעם התחתון וועלכע ווערט געליינט ביחיד, וואו די עשרת הדברות פארנעמען דרייצן פסוקים. אין די חומשים איז באצייכנט די צאל און דער סימן אלס 72, וועלכע איז לויט'ן טעם העליון מיט'ן נוסח אז יעדער דיבור פון די עשרת הדברות איז א באזונדערע פסוק (מיר ליינען אבער היינט בציבור דעם טעם העליון לויט'ן נוסח אז אנכי און לא יהיה זענען איין פסוק[1]).
- ↑ באזירט אויפ'ן גמרא (ברכות יב, א) וואו עס ווערט דערמאנט א חשש פון "תרעומת המינין", אז מען וועט זאגן אז נאר דאס איז דער ריכטיגער תורה. אזוי פסק'נט להלכה רבי עובדיה יוסף[8], וואס שרייבט אז די אחרונים וואס זענען מתיר האבן פארזען דעם תשובת הרמב"ם.
די ספרים ברענגען פארשידענע טעמים צום מנהג, און פארוואס עס איז נישטא קיין חשש פון תרעומת המינים: רבי שמואל אבוהב[9] שרייבט אז דאס איז אלס כבוד פון קבלת פני השכינה, ווי מיר אלע זענען געשטאנען ביים בארג סיני ביי קבלת התורה "ויתיצבו בתחתית ההר", און וויבאלד די סיבה איז באקאנט איז נישט דא דערביי א פראבלעם. רבי יהודה עייאש[10] פסק'נט אז דער חשש איז נאר ביים צולייגן שטיקלעך דאווענען, אבער סיי וועלכע מנהגים ביי פרשיות, ארויסצוברענגען די ספעציעלקייט פון די קריאה וואס מ'ליינט סייווי, איז נישט קיין חשש. ענליך צו די אויבנדערמאנטע שרייבט דער חיד"א, און פירט אויס אז אין פלעצער וואו מען פירט זיך צו שטיין טאר א יחיד נישט בלייבן זיצן[11]. רבי משה פיינשטיין שרייבט אז וויבאלד די גאנצע זאך איז נאר א חשש, לייגן מיר נישט צו נאך זאכן וואס ווערן נישט געברענגט, ספעציעל אז מיר שטייען אויך ביי די קריאה פון שירת הים, איז פארשטענדליך אז דאס שטיין האט אן אנדערע סיבה[12].
רעפערענצן
- ↑ זעט הכתב והקבלה, הערה ב׳ (סוף ספר דברים), די פארשידענע נוסחאות אין די צעטיילונג פון פסוקים פון די עשרת הדברות.
- ↑ קאַפּיטל י"ח.
- ↑ קאַפּיטל י"ט.
- ↑ קאַפּיטל כ'.
- ↑ ספר החינוך, מצוות כה–מא.
- ↑ קצות השלחן - חלק ג, סימן פ"ד סקכ"ב.
- ↑ תשובות הרמב"ם חלק ב, סימן רס"ג, יהושע בלאו, חברה מקיצי נרדמים, תש"כ, עמ' 495
- ↑ שו"ת יחוה דעת, חלק א', סימן כט.
- ↑ דבר שמואל, שאלה רעו.
- ↑ מטה יהודה - חלק א, סימן א סק"ו.
- ↑ טוב עין, סימן יא.
- ↑ אגרות משה - חלק ו, או"ח ד', סי' כב.
- ↑ זעליגמאן באער, סדר עבודת ישראל, מנהג פולין, רעדעלהיים, תרכ"ח, עמ' 645; ברכות קריאת שמע לשבת יתרו אויף וויקיטעקסט.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |