אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פראנקרייך"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
|||
(15 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = country in Western Europe|העב=מדינה במערב אירופה|דייטש=Staat in Westeuropa mit Überseegebieten|}} | |||
{{מדינה | {{מדינה | ||
| נאמען = | | נאמען = | ||
שורה 29: | שורה 30: | ||
}} | }} | ||
'''פראַנקרייך''' ({{שפראך-fr|France}} ''פראַנס''), אפיציעל די '''פראנצויזישע רעפובליק''' ({{שפראך-fr|République Française}} ''רעפובליק פראַנסעז''), איז אַ לאַנד אין מערב [[אייראפע|אייראָפּע]]. זיין הויפּטשטאָט איז [[פאריז|פאַריז]]. עס ציט זיך אויס פונעם [[מיטלענדישער ים|מיטלענדישן ים]] אין דרום ביזן [[ענגלישער קאנאל|ענגלישן קאנאל]] און דעם [[צפון ים]] אין צפון, און פונעם [[ריין (טייך)|ריין]] אין מזרח ביזן [[אטלאנטישער אקעאן|אטלאנטישן אקעאן]] אין מערב. | '''פראַנקרייך''' ({{שפראך-fr|France}} ''פראַנס''), אפיציעל די '''פראנצויזישע רעפובליק''' ({{שפראך-fr|République Française}} ''רעפובליק פראַנסעז''), איז אַ לאַנד אין מערב [[אייראפע|אייראָפּע]]. זיין הויפּטשטאָט איז [[פאריז|פאַריז]]. עס ציט זיך אויס פונעם [[מיטלענדישער ים|מיטלענדישן ים]] אין דרום ביזן [[ענגלישער קאנאל|ענגלישן קאנאל]] און דעם [[צפון ים]] אין צפון, און פונעם [[ריין (טייך)|ריין]] אין מזרח ביזן [[אטלאנטישער אקעאן|אטלאנטישן אקעאן]] אין מערב. | ||
פראנקרייך | פראנקרייך גרעניצט (זייגערווייז פון צפון) [[בעלגיע]], [[לוקסעמבורג]], [[דייטשלאנד]], די [[שווייץ]], [[איטאליע]], [[מאנאקא]], [[אנדארא]] און [[שפאניע]]. פראנקרייך איז אויך באהאפטן צו [[ענגלאנד]] דורכן [[קאנאל טונעל]]. | ||
פראנקרייך איז דאס גרעסטע לאנד אינעם [[ | פראנקרייך איז דאס גרעסטע לאנד אינעם [[אייראפעאישן פארבאנד]] אין שטח, און דאס דריטע גרעסטע אין אייראפע, נאך [[רוסלאנד]] און [[אוקראינע]]. | ||
זעקס הונדערט טויזנט (600,000) אידן | זעקס הונדערט טויזנט (600,000) אידן וואוינען היינט צוטאָגס אין פראַנקרייך, און 7 מיליאָן [[אַראַבער]] וואוינען דאָרט אויך. | ||
עס האט די דריטע גרעסטע [[ | עס האט די דריטע גרעסטע [[איד]]ישע באפעלקערונג נאָך [[ניו יאָרק]] און [[ארץ ישראל]]. | ||
פראנקרייך איז דאס לאנד מיט די מערסטע טוריסטן אין דער וועלט; אין 2007 האבן באזוכט אין פראנקרייך מער ווי 80 מיליאן אויסלענדישע טוריסטן. | פראנקרייך איז דאס לאנד מיט די מערסטע טוריסטן אין דער וועלט; אין 2007 האבן באזוכט אין פראנקרייך מער ווי 80 מיליאן אויסלענדישע טוריסטן. | ||
פראנקרייך איז א [[דעמאקראטיע|דעמאקראטישע]] [[רעפובליק]] און האלט שטארק פון מענטשנרעכטן. עס איז אן אנטוויקלט לאנד, מיט דער [[ליסטע פון לענדער לויט פראדוקט ווערדע|ניינטער גרעסטער]] עקאנאמיע אין דער וועלט. | פראנקרייך איז א [[דעמאקראטיע|דעמאקראטישע]] [[רעפובליק]] און האלט שטארק פון מענטשנרעכטן. עס איז אן אנטוויקלט לאנד, מיט דער [[ליסטע פון לענדער לויט פראדוקט ווערדע|ניינטער גרעסטער]] עקאנאמיע אין דער וועלט. | ||
פראנקרייך איז א גרינדער מיטגליד פונעם [[ | פראנקרייך איז א גרינדער מיטגליד פונעם [[אייראפעאישער פארבאנד|אייראפעאישן פארבאנד]] און א גרינדער מיטגליד פון די [[פאראייניגטע פעלקער]]. אויך איז עס א מיטגליד אין דער [[גרופע 8]] און א סטאבילער מיטגליד אין דעם [[זיכערהייט ראט]] פון די פ"פ. | ||
== געאגראפיע == | == געאגראפיע == | ||
שורה 48: | שורה 49: | ||
מעטראפאליטאנע פראנקרייך האט די פארעם פון א [[העקסאגאן]] און זיין שטח איז 547,030 ק"מ<sup>2</sup>. עס האט פארשינדענע לאנדשאפטן, פון די פלוינען אין דעם געגנט פון די בארטן ביז די בארגקייטן פון די [[אלפן]] אין דרום־מזרח און די [[פירענעען]] אין דרום־מערב. | מעטראפאליטאנע פראנקרייך האט די פארעם פון א [[העקסאגאן]] און זיין שטח איז 547,030 ק"מ<sup>2</sup>. עס האט פארשינדענע לאנדשאפטן, פון די פלוינען אין דעם געגנט פון די בארטן ביז די בארגקייטן פון די [[אלפן]] אין דרום־מזרח און די [[פירענעען]] אין דרום־מערב. | ||
דער העכסטער פונקט אינעם | דער העכסטער פונקט אינעם אייראפעאישן פארבאנד, [[מאן בלאנק]], געפינט זיך אויפן גרעניץ צווישן פראנקרייך און איטאליע. | ||
=== סביבה === | === סביבה === | ||
שורה 57: | שורה 58: | ||
=== שטעט אין פראַנקרייך === | === שטעט אין פראַנקרייך === | ||
* {{הערב|פאריז|טעקסט= [[ | * {{הערב|פאריז|טעקסט= [[פאַריז]]}} | ||
* {{הערב|טולוז}} | * {{הערב|טולוז}} | ||
* {{הערב|ליאן|טעקסט= [[ליאָן]]}} | * {{הערב|ליאן|טעקסט= [[ליאָן]]}} | ||
שורה 73: | שורה 74: | ||
== היסטאריע == | == היסטאריע == | ||
{{הויפט ארטיקל|היסטאריע פון פראנקרייך}} | {{הויפט ארטיקל|היסטאריע פון פראנקרייך}} | ||
אין די צייטן פון די רוימען איז געווען א לאנד [[גאליע]] מיט מער אדער ווייניגער די זעלבע | אין די צייטן פון די רוימען איז געווען א לאנד [[גאליע]] מיט מער אדער ווייניגער די זעלבע גרעניצן ווי היינטיקע פראנקרייך. די איינוואוינער פון אוראלטן גאליע זענען געווען [[קעלטן]]. אין דעם ערשטן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג האט [[יוליוס קייסער]] איינגענומען גאליע, וואס איז געווארן א טייל פון דער [[רוימישע אימפעריע|רוימישער אימפעריע]]. | ||
די גאלן האבן אנגעהויבן רעדן [[לאטיין]] אזוי ווי די רוימער, פון וואס איז אנטוויקלט געווארן [[פראנצויזיש]]. | די גאלן האבן אנגעהויבן רעדן [[לאטיין]] אזוי ווי די רוימער, פון וואס איז אנטוויקלט געווארן [[פראנצויזיש]]. | ||
שורה 132: | שורה 133: | ||
== עקאנאמיע == | == עקאנאמיע == | ||
די עקאנאמיע פון פראנקרייך איז איינע פון די שטערקסטע עקאנאמיעס אין דער וועלט. פראנקרייך איז א מיטגליד אין דער [[גרופע פון 8]] (G8) וואס ברענגט צוזאמען די אכט שטערקסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט. אין 2010 האט פראנקרייך געהאט די פינפטע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט, נאך די [[פאראייניגטע שטאטן]], [[יאפאן]], [[דייטשלאנד]] און דעם [[פאראייניגטן קעניגרייך]]. | די עקאנאמיע פון פראנקרייך איז איינע פון די שטערקסטע עקאנאמיעס אין דער וועלט. פראנקרייך איז א מיטגליד אין דער [[גרופע פון 8]] (G8) וואס ברענגט צוזאמען די אכט שטערקסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט. אין 2010 האט פראנקרייך געהאט די פינפטע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט, נאך די [[פאראייניגטע שטאטן]], [[יאפאן]], [[דייטשלאנד]] און דעם [[פאראייניגטן קעניגרייך]]. | ||
פראנקרייך האט זיך איינגעשלאסן אין דער [[אייראזאנע]] צוזאמען מיט נאך 10 לענדער אינעם | פראנקרייך האט זיך איינגעשלאסן אין דער [[אייראזאנע]] צוזאמען מיט נאך 10 לענדער אינעם אייראפעאישן פארבאנד און האט געביטן זיין טראדיציאנעלע וואלוטע, דער [[פראנצויזישער פראנק]], מיטן [[איירא]] דעם [[1טן יאנואר]] [[1999]]. | ||
פראנקרייך האט א [[געמישטע עקאנאמיע]] וואס נעמט איין פארשפרייטע פריוואטע אונטערנעמונגען (כמעט 2.5 מיליאן קאפאניס רעגיסטרירט) מיט שטאַט אונטערנעמונגען און רעגירונג אינטערווענץ. די רעגירונג האט א שטארקע השפעה איבער אינפראסטרוקטור סעקטארן, מיט א מערהייט פארמאגערשאפט פון די באנען, עלעקטריע, פליווארג, נוקלעארע קראפט און טעלעקאמוניקאציע. | פראנקרייך האט א [[געמישטע עקאנאמיע]] וואס נעמט איין פארשפרייטע פריוואטע אונטערנעמונגען (כמעט 2.5 מיליאן קאפאניס רעגיסטרירט) מיט שטאַט אונטערנעמונגען און רעגירונג אינטערווענץ. די רעגירונג האט א שטארקע השפעה איבער אינפראסטרוקטור סעקטארן, מיט א מערהייט פארמאגערשאפט פון די באנען, עלעקטריע, פליווארג, נוקלעארע קראפט און טעלעקאמוניקאציע. | ||
כאטש אנדערע מערבדיקע לענדער שאפן זייער [[ענערגיע]] פון [[קויל]]ן, [[ | כאטש אנדערע מערבדיקע לענדער שאפן זייער [[ענערגיע]] פון [[קויל]]ן, [[נאטירליכער גאז]], פראנקרייך ניצט ווייניג פון די רעסורסן, נאר האט אינוועסטירט אין [[קערנדיקע קראפט|קערנדיקער קראפט]]. אומגעפער 78 פראצענט (ריכטיק אין 2006) פון דער עלעקטריע וואס ווערט געשאפן אין פראנקרייך שטאמט פון קערנדיקער קראפט. צוליב דעם טוט פראנקרייך פראדוצירן ווייניקער [[קארבאן דיאקסייד]] ווי די אנדערע אכט מערסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט. | ||
לויט דער [[וועלט האנדל ארגאניזאציע]] איז פראנקרייך געווען אין 2009 דער וועלטס זעקסטער גרעסטער עקספארטירער און דער פערטער גרעסטער אימפארטירער פון פאבריצירטע גוטער. אין 2008 האבן פראנצויזישע פירמעס אינוועסטירט $220 ביליאן אין פרעמדע לענדער, אזוי איז פראנקרייך דער צווייטער גרעסטער אויסערן־אינוועסטירער אין דער [[ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג]], נאך די פאראייניגטע שטאטן (מיט $311.8 ביליאן). פראנקרייך האט 39 פון 500 גרעסטע פירמעס אין דער וועלט. | לויט דער [[וועלט האנדל ארגאניזאציע]] איז פראנקרייך געווען אין 2009 דער וועלטס זעקסטער גרעסטער עקספארטירער און דער פערטער גרעסטער אימפארטירער פון פאבריצירטע גוטער. אין 2008 האבן פראנצויזישע פירמעס אינוועסטירט $220 ביליאן אין פרעמדע לענדער, אזוי איז פראנקרייך דער צווייטער גרעסטער אויסערן־אינוועסטירער אין דער [[ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג]], נאך די פאראייניגטע שטאטן (מיט $311.8 ביליאן). פראנקרייך האט 39 פון 500 גרעסטע פירמעס אין דער וועלט. | ||
=== לאנדווירטשאפט === | === לאנדווירטשאפט === | ||
היסטאריש, איז פראנקרייך א | היסטאריש, איז פראנקרייך א וויכטיגער פראדוצירער פון לאנדווירטשאפט פראדוקטן. פראנקרייך איז דער גרעסטער לאנדווירטשאפט פראדוצירער און עקספארטירער אין אייראפע. | ||
=== ארבעט מארק === | === ארבעט מארק === | ||
פראנקרייך האט איינע פון די | פראנקרייך האט איינע פון די נידריגסטע 15-64 יארן באשעפטיגונג ראטעס פון די [[ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג|OECD]] לענדער: אין 2004, זענען נאר 69% פון דער באפעלקערונג פון פראנקרייך צווישן 15-64 יארן געווען באשעפטיגט, אין פארגלייך מיט 80% אין [[יאפאן]], 79% אינעם [[פאראייניגטע קעניגרייך|פאראייניגטן קעניגרייך]], 77% אין די [[פאראייניגטע שטאטן]], און 71% אין [[דייטשלאנד]]. אין פראנקרייך זענען זייער ווייניג פון דער באפעלקערונג פון 15-24 יארן ביי ארבעט, צוליב דעם וואס דאס מינימום לוין איז גאנץ הויך, וואס מאכט שווער פאר יונגע מענטשן אריינצוקומען אין דעם ארבעט מארק. | ||
=== טוריזם === | === טוריזם === | ||
שורה 152: | שורה 153: | ||
די באן נעצווערק אין פראנקרייך איז לאנג 29,473 ק"מ (אין 2008), און איז די צווייטע לענגסטע אין מערב־אייראפע (נאך דייטשלאנד). די פראנקרייך באן פירמע אפערירט גיכבאן דינסטן ווי [[אייראסטאר]], טהאליס און TGV. | די באן נעצווערק אין פראנקרייך איז לאנג 29,473 ק"מ (אין 2008), און איז די צווייטע לענגסטע אין מערב־אייראפע (נאך דייטשלאנד). די פראנקרייך באן פירמע אפערירט גיכבאן דינסטן ווי [[אייראסטאר]], טהאליס און TGV. | ||
פראנקרייך האט 475 [[פליפעלד]]ער. נישט ווייט פון פאריז געפינט זיך דאס גרעסטע און מערסט | פראנקרייך האט 475 [[פליפעלד]]ער. נישט ווייט פון פאריז געפינט זיך דאס גרעסטע און מערסט באשעפטיגסטע פליפעלד אין גאנץ פראנקרייך, [[שארל דע גאל פליפעלד]], וואס פארבינדט פאריז מיט כמעט אלע וויכטיגע שטעט אין דער וועלט. | ||
== קולטור == | == קולטור == | ||
שורה 176: | שורה 177: | ||
{{EU מיטגלידער}} | {{EU מיטגלידער}} | ||
{{G8 שטאטן}} | {{G8 שטאטן}} | ||
{{אייראפע | {{שטומף|געאגראפיע פון אייראפע}} | ||
[[קאַטעגאָריע:פראנקרייך| ]] | [[קאַטעגאָריע:פראנקרייך| ]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:צרפת]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 21:44, 26 אקטאבער 2023
פראנקרייך République Française | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | פראנצויזיש | ||||
הויפּטשטאָט | פאריז | ||||
רעגירונג | |||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
עמנואל מאקראן | ||||
גרינדונג דאַטום |
1958 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
643,427 קוואַדראַט ק"מ 42 0.26% | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $2.635 טריליאן (5ט) | ||||
וואַלוטע | איירא | ||||
צייט זאָנע | |||||
אינטערנעט דאָמען | fr. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 33+ |
פראַנקרייך (פראַנצויזיש: France פראַנס), אפיציעל די פראנצויזישע רעפובליק (פראַנצויזיש: République Française רעפובליק פראַנסעז), איז אַ לאַנד אין מערב אייראָפּע. זיין הויפּטשטאָט איז פאַריז. עס ציט זיך אויס פונעם מיטלענדישן ים אין דרום ביזן ענגלישן קאנאל און דעם צפון ים אין צפון, און פונעם ריין אין מזרח ביזן אטלאנטישן אקעאן אין מערב. פראנקרייך גרעניצט (זייגערווייז פון צפון) בעלגיע, לוקסעמבורג, דייטשלאנד, די שווייץ, איטאליע, מאנאקא, אנדארא און שפאניע. פראנקרייך איז אויך באהאפטן צו ענגלאנד דורכן קאנאל טונעל.
פראנקרייך איז דאס גרעסטע לאנד אינעם אייראפעאישן פארבאנד אין שטח, און דאס דריטע גרעסטע אין אייראפע, נאך רוסלאנד און אוקראינע.
זעקס הונדערט טויזנט (600,000) אידן וואוינען היינט צוטאָגס אין פראַנקרייך, און 7 מיליאָן אַראַבער וואוינען דאָרט אויך.
עס האט די דריטע גרעסטע אידישע באפעלקערונג נאָך ניו יאָרק און ארץ ישראל.
פראנקרייך איז דאס לאנד מיט די מערסטע טוריסטן אין דער וועלט; אין 2007 האבן באזוכט אין פראנקרייך מער ווי 80 מיליאן אויסלענדישע טוריסטן.
פראנקרייך איז א דעמאקראטישע רעפובליק און האלט שטארק פון מענטשנרעכטן. עס איז אן אנטוויקלט לאנד, מיט דער ניינטער גרעסטער עקאנאמיע אין דער וועלט. פראנקרייך איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעאישן פארבאנד און א גרינדער מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער. אויך איז עס א מיטגליד אין דער גרופע 8 און א סטאבילער מיטגליד אין דעם זיכערהייט ראט פון די פ"פ.
געאגראפיע
פראנקרייך געפינט זיך אין מערב אייראפע אויף די ברעגן פונעם אטלאנטישן אקעאן און דעם מיטלענדישן ים. אויך האט עס קאלאניעס אין צפון אמעריקע, די קאראיבישע אינזלען, דרום אמעריקע, דעם אינדישן אקעאן, אנטארקטיקע און פראנצויזישע פאלינעזיע אינעם פאציפישן אקעאן.
מעטראפאליטאנע פראנקרייך האט די פארעם פון א העקסאגאן און זיין שטח איז 547,030 ק"מ2. עס האט פארשינדענע לאנדשאפטן, פון די פלוינען אין דעם געגנט פון די בארטן ביז די בארגקייטן פון די אלפן אין דרום־מזרח און די פירענעען אין דרום־מערב. דער העכסטער פונקט אינעם אייראפעאישן פארבאנד, מאן בלאנק, געפינט זיך אויפן גרעניץ צווישן פראנקרייך און איטאליע.
סביבה
פראנקרייך איז געווען דאס ערשטע לאנד וואס האט אויפגעשטעלט א מיניסטעריום פאר דער סביבה, אין 1971. אין 1974 האט די רעגירונג פון פראנקרייך באשלאסן צו אינוועסטירן אין קערנדיקער קראפט צוליב די הויכע אויל פרייזן, און היינט דאס דעקט 78% פונעם לאנדס פראדוקציע פון עלעקטריע. אלס רעזולטאט איז דער סביבה ווייניגער פארפעסטיקט ווי אנדערע לענדער.
28% פון דעם לאנד איז באדעקט מיט וועלדער. די וועלדער האבן מער ווי 140 פארשידענע מינים פון ביימער. פראנקרייך האט 9 נאציאנאלע פארקן און 46 נאטירלעכע פארקן.
שטעט אין פראַנקרייך
היסטאריע
אין די צייטן פון די רוימען איז געווען א לאנד גאליע מיט מער אדער ווייניגער די זעלבע גרעניצן ווי היינטיקע פראנקרייך. די איינוואוינער פון אוראלטן גאליע זענען געווען קעלטן. אין דעם ערשטן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג האט יוליוס קייסער איינגענומען גאליע, וואס איז געווארן א טייל פון דער רוימישער אימפעריע. די גאלן האבן אנגעהויבן רעדן לאטיין אזוי ווי די רוימער, פון וואס איז אנטוויקלט געווארן פראנצויזיש.
אין דעם 4טן יארהונדערט האבן די פראנקען, א גערמאנישער שבט, אינוואדירט גאליע און האבן זיך באזעצט דארטן. פון די פראנקען קומט דער נאמען "פראנקרייך".
די אימפעריע פון קארל דער גרויסער איז געווארן צעטיילט אין 843 ביים אפמאך פון ווערדון אויף דריי חלקים. דער גרעסטער טייל איז געווען מערב פראנקיע, וואס איז מער אדער ווייניקער היינטיקע פראנקרייך. פון 843 ביז דער פראנצויזישער רעוואלוציע אין 1789 איז פראנקרייך געווען א מאנארכיע.
אפטיילונגען
די פראנצויזישע רעפובליק ווערט צעטיילט אין 18 ראיאנען, פינף מעבר־לים קאלעקטיוון, איין באזונדערער קאלעקטיוו (נייע קאלעדאניע) און איין אומבאוואוינטער אינזל (קליפערטאן) גלייך אונטער דעם מיניסטער פאר מעבר־לים פראנקרייך.
- ראיאנען
זייט 2016 איז פראנקרייך צעטיילט אין 18 אדמיניסטראטיווע ראיאנען: 13 ראיאנען אין מעטראפאליטאנעם פראנקרייך (כולל קארסיקע),[1] און פינף מעבר־לים.[2] די ראיאנען ווערן ווייטער צעטיילט אין 101 נומערירטע דעפארטמענטן.[3] מען ניצט דעם נומער אין פאסטקאדן. צווישן די 101 דעפארטמענטן פון פראנקרייך, פינף (פראנצויזישע גיאנע, גוואדעלופ, מארטיניק, מאיאט, און רעאוניאן) זענען אין מעבר־לים ראיאנען וואס זענען אויך אין דער זעלבער צייט מעבר־לים דעפארטמענטן; זיי האבן גענוי דעם סטאטוס פון מעטראפאליטאנע דעפארטמענטן און זענען אן אינטעגראלן טייל פונעם אייראפעאישן פארבאנד.
ביז 2016 איז פראנקרייך געווען געטיילט אין 27 אדמיניסטראטיווע ראיאנען, פון זיי 22 אין מעטראפאליטאנעם פראנקרייך, און פינף ארום דער וועלט. די 22 מעטראפאליטנע ראיאנען זענען:
1. אווערן |
12. נארד-פא-דע-קאלע |
פאליטיק
אום 28סטן סעפטעמבער 1958 האט מען באשטעטיקט די קאנסטיטוציע פון דער פינפטער רעפובליק. לויט דעם וויילט מען יעדע 5 יאר א פרעזידענט וואס פירט דאס לאנד. די געזעצן ווערן געמאכט אין א פארלאמענט פון צוויי הייזער. דער פרעזידענט טוט באשטימען דעם פרעמיער מיניסטער. אין די וואלן פון אפריל און מאי 2017 האט מען דערוויילט דעם פרעזידענט עמנואל מאקראן.
פראנקרייך איז א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער און א פערמאנענטער מיטגליד פונעם זיכערהייט ראט מיט א וועטארעכט. עס איז אויך א מיטגליד פון דער גרופע פון אכט און דער וועלט האנדל ארגאניזאציע. אין פראנקרייך זענען הויפטקווארטירט דריי אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס: די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג, אונעסקא און אינטערפאל.
פראנקרייך האט די צווייטע גרעסטע נעץ פון דיפלאמאטישע מיסיעס אין דער וועלט, נאך די פאראייניגטע שטאטן.
מיליטער
די פראנצויזישע מיליטער האט א היסטאריע וואס גייט צוריק א לאנגע צייט און האט שטארק באאיינפלוסט די היסטאריע פון פראנקרייך. דער פרעזידענט פון דער פראנצויזישער רעפובליק איז דער הויפטקאמאנדאנט פון דער מיליטער. די צוועקן פון דער מיליטער זענען:
- שיצן די טעריטאריע פון פראנקרייך אויף דער יבשה, ים און אין דער לופט
- היטן גלאבאלע סטאבליטעט.
די פראנצויזישע מיליטער איז די גרעסטע אין אייראפע מיט (2006) 779,450 זעלנער, און איז די דריטע גרעסטע נוקלעארע מאכט אין דער וועלט (נאך די פאראייניגטע שטאטן און רוסלאנד.
עקאנאמיע
די עקאנאמיע פון פראנקרייך איז איינע פון די שטערקסטע עקאנאמיעס אין דער וועלט. פראנקרייך איז א מיטגליד אין דער גרופע פון 8 (G8) וואס ברענגט צוזאמען די אכט שטערקסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט. אין 2010 האט פראנקרייך געהאט די פינפטע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט, נאך די פאראייניגטע שטאטן, יאפאן, דייטשלאנד און דעם פאראייניגטן קעניגרייך. פראנקרייך האט זיך איינגעשלאסן אין דער אייראזאנע צוזאמען מיט נאך 10 לענדער אינעם אייראפעאישן פארבאנד און האט געביטן זיין טראדיציאנעלע וואלוטע, דער פראנצויזישער פראנק, מיטן איירא דעם 1טן יאנואר 1999.
פראנקרייך האט א געמישטע עקאנאמיע וואס נעמט איין פארשפרייטע פריוואטע אונטערנעמונגען (כמעט 2.5 מיליאן קאפאניס רעגיסטרירט) מיט שטאַט אונטערנעמונגען און רעגירונג אינטערווענץ. די רעגירונג האט א שטארקע השפעה איבער אינפראסטרוקטור סעקטארן, מיט א מערהייט פארמאגערשאפט פון די באנען, עלעקטריע, פליווארג, נוקלעארע קראפט און טעלעקאמוניקאציע.
כאטש אנדערע מערבדיקע לענדער שאפן זייער ענערגיע פון קוילן, נאטירליכער גאז, פראנקרייך ניצט ווייניג פון די רעסורסן, נאר האט אינוועסטירט אין קערנדיקער קראפט. אומגעפער 78 פראצענט (ריכטיק אין 2006) פון דער עלעקטריע וואס ווערט געשאפן אין פראנקרייך שטאמט פון קערנדיקער קראפט. צוליב דעם טוט פראנקרייך פראדוצירן ווייניקער קארבאן דיאקסייד ווי די אנדערע אכט מערסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט.
לויט דער וועלט האנדל ארגאניזאציע איז פראנקרייך געווען אין 2009 דער וועלטס זעקסטער גרעסטער עקספארטירער און דער פערטער גרעסטער אימפארטירער פון פאבריצירטע גוטער. אין 2008 האבן פראנצויזישע פירמעס אינוועסטירט $220 ביליאן אין פרעמדע לענדער, אזוי איז פראנקרייך דער צווייטער גרעסטער אויסערן־אינוועסטירער אין דער ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג, נאך די פאראייניגטע שטאטן (מיט $311.8 ביליאן). פראנקרייך האט 39 פון 500 גרעסטע פירמעס אין דער וועלט.
לאנדווירטשאפט
היסטאריש, איז פראנקרייך א וויכטיגער פראדוצירער פון לאנדווירטשאפט פראדוקטן. פראנקרייך איז דער גרעסטער לאנדווירטשאפט פראדוצירער און עקספארטירער אין אייראפע.
ארבעט מארק
פראנקרייך האט איינע פון די נידריגסטע 15-64 יארן באשעפטיגונג ראטעס פון די OECD לענדער: אין 2004, זענען נאר 69% פון דער באפעלקערונג פון פראנקרייך צווישן 15-64 יארן געווען באשעפטיגט, אין פארגלייך מיט 80% אין יאפאן, 79% אינעם פאראייניגטן קעניגרייך, 77% אין די פאראייניגטע שטאטן, און 71% אין דייטשלאנד. אין פראנקרייך זענען זייער ווייניג פון דער באפעלקערונג פון 15-24 יארן ביי ארבעט, צוליב דעם וואס דאס מינימום לוין איז גאנץ הויך, וואס מאכט שווער פאר יונגע מענטשן אריינצוקומען אין דעם ארבעט מארק.
טוריזם
מיט 79.5 מיליאן טוריסטן אין 2011, ווערט פראנקרייך געראנגט דער ערשטער טוריסטן ציל אין דער וועלט, מער ווי די פאראייניגטע שטאטן (62.3 מיליאן אין 2011) און כינע (57.6 מיליאן אין 2011).
טראנספארט
די באן נעצווערק אין פראנקרייך איז לאנג 29,473 ק"מ (אין 2008), און איז די צווייטע לענגסטע אין מערב־אייראפע (נאך דייטשלאנד). די פראנקרייך באן פירמע אפערירט גיכבאן דינסטן ווי אייראסטאר, טהאליס און TGV.
פראנקרייך האט 475 פליפעלדער. נישט ווייט פון פאריז געפינט זיך דאס גרעסטע און מערסט באשעפטיגסטע פליפעלד אין גאנץ פראנקרייך, שארל דע גאל פליפעלד, וואס פארבינדט פאריז מיט כמעט אלע וויכטיגע שטעט אין דער וועלט.
קולטור
שפראך
די אפיציעלע שפראך פון פראנקרייך איז פראנצויזיש. עס איז א ראמאנישע שפראך, אזוי ווי שפאניש און איטאליעניש. אין מזרח פראנקרייך, אין עלזאס און א טייל פון לאטארינגיע, רעדט מען עלזאסיש, א דיאלעקט פון דייטשיש.
רעליגיע
פראנקרייך איז א סעקולער לאנד וואס זיין קאנסטיטוציע גאראנטירט פרייהייט פון רעליגיע. די באפעלקערונג איז 51% קאטאליקן, 34% אטעיסטן, 4% מוסולמענער, 3% פראטעסטאנטן און 1% אידן.
ליטעראטור
פראנצויזישע ליטעראטור גייט צוריק צום מיטל אלטער.
די הויפט שרייבער אינעם 17טן יארהונדערט זענען געווען רענע דעקארט, מאָליער און בלעז פּאסקאל. די גרויסע שרייבער אינעם 18טן יארהונדער זענען געווען וואָלטער און זשאן-זשאק רוסאָ. אין דעם 19טן יארהונדערט זענען געווען די ראמאניסטן סטעדנאל, אָנאָרע דע באלזאק, וויקטאר הוגאָ, אלעקסאנדר דיומא, גי דע מאָפּאסאן, עמיל זאָליא, מארסעל פּרוסט און זשול ווערן.
ספארט
איינע פון די מערסטע באוואוסטע ספארט געשעענישן איז דער טור דע פראנס ציקלען פארמעסט. דאס געיעג דויערט דריי וואכן איבער א לענג פון 3,500 ק"מ וואס גייט ארום גאנץ פראנקרייך און ענדיקט אין פאריז. אויך איז פוטבאל שטארק פאפולער אין פראנקרייך. די זומער אלימפיאדע איז פארגעקומען אין פראנקרייך צוויי מאל, אין פאריז, אין די יארן 1900 און 1924.
לענדער ארום דעם מיטלענדישן ים | ||
---|---|---|
|
ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג (OECD) | |
---|---|
|
מיטגלידער שטאטן פונעם אייראפעאישן פארבאנד | |
---|---|
|
גרופע 8 | ||
---|---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!
- ↑ "La réforme territoriale" (in פֿראַנצויזיש). Government of France. 18טן דעצעמבער 2015. Archived from the original on 30סטן דעצעמבער 2015. Retrieved 1טן יאנואר 2016.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
,|date=
, and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןFrance
- ↑ "Departments of France" (in פֿראַנצויזיש). Myfrenchproperty.com. Archived from the original on 14 July 2011. Retrieved 21 July 2011.
{{cite web}}
: Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help)