רוי:אייראסטאר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אייראסטאר סימבאל
אייראסטאר באנען אין וואטערלו אינטערנאציאנאלע סטאנציע
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:
אן אייראסטאר אויפן CTRL פארנדיג אדורך די מעדוויי שטעט

אייראסטאר איז א באן ליניע צווישן לאנדאן און קענט אין בריטאניע מיט פראנקרייך (בעיקר פאריז און ליל) און בריסל אין בעלגיע. די באנען פארן אריבער דעם ענגלישן קאנאל דורך דעם קאנאל טונעל. אין דרום ענגלאנד האט מען אויסגעבויט א נייע באן ליניע צום זעלבן גיך-באן סטאנדארדן ווי אין פראנקרייך. די צווייטע פאזע פון דער נייע ליניע פון דער נייער סט פאנקראס באן סטאנציע האט געעפנט 09:00 אום 14טן נאוועמבער 2007; זי הייסט היי ספיד 1 (ענגליש: High Speed 1).

זייט די ערשטע הכנסה-פארדינענדיגע אייראסטאר באנען זענען געפארן אין נאוועמבער 1994, האט אייראסטאר גענומען א הערשנדיגן חלק פון דעם מארק אויף זיינע רוטען. אום נאוועמבער 2004 האט אייראסטאר געמאלדן אז זיין חלק פון דעם קאמבינירטן באן/לופט מארק געוואקסן ביז 68% פון לאנדאן-פאריז און 63% פון לאנדאן-בריסל. די געזעלשאפט מערקט אן אז דאס רעפרעזענטירט אן איינשפארונג פון 393,000 קורץ-מהלך פליען.

ארבעט וואס מען האלט ביים ענדיגן לעבן בריסל זיד וועט באזארגן א פארבעסערונג פון נאך פיר מינוט פאר אלע באנען קיין בריסל. מיט דער נייער בריטישער באן פארבינדונג איז געווארן מעגלעך א דינסט ביז 8 באנען אין יעדער ריכטונג פון לאנדאן קיין קאנטינענטאל אייראפע.

טייל אייראסטאר דינסטן שטעלן זיך אפ ביי סטאנציעס אונטערוועג קיין בריסל און פאריז. די אונטערוועג סטאנציעס זענען אשפארד אינטערנאציאנאל, און קאלע-פרעטהון און ליל-אייראפע אין צפון פראנקרייך. אייראסטאר האט אויך א טעגליכע דינסט קיין דיזנילאנד פאריז און (זייט 1טן מאי 2015) קיין ליאן און מארסיי. אין זומער איז פאראן א דינסט קיין אוויניאן און אין ווינטער קיין בורג סט-מאריס, לא פלאניע און מוטיער אין די פראנצויזישע אלפן.

די טיילן פונעם באן נעצווערק אין פראנקרייך און בעלגיע ווערן געטיילט מיט דער Thalys פאריז-בריסל דינסט.

הויפט סטאנציעס

אייראסטאר רוטעס

אייראסטאר רוטע מאפע
BSicon KBHFa.svg 0:00 סט פאנקראס אינטערנאציאנאל אונטערגרונט רונדל
BSicon TUNNEL1.svg
BSicon eHST.svg סטראטפארד אינטערנאציאנאל DLR רונדל
BSicon TUNNEL1.svg
BSicon TUNNEL1W.svg טעמז טייך
BSicon HST.svg 0:14 עבספליט אינטערנאציאנאל
BSicon leer.svgBSicon eABZg+r.svgBSicon exLSTRq.svg פאקהאם קניפ
BSicon HST.svg 0:29 אשפארד אינטערנאציאנאל
טעקע:BSicon tSTRa.svg
BSicon tZOLL.svg בריטאניע-פראנקרייך גרעניץ (קאנאל טונעל 0:21 אדורכפארן)
BSicon tSTRe.svg
BSicon HST.svg 0:55 קאלע-פרעטהון
BSicon BHF.svg 1:22 ליל-אייראפע
BSicon STR+r.svgBSicon ABZgl.svgBSicon leer.svg
BSicon GRENZE.svgBSicon STR.svgBSicon leer.svg פראנקרייך-בעלגיע גרעניץ
BSicon KBHFe.svgBSicon ABZgr.svgBSicon STR+l.svg 2:01 בריסל זיד
BSicon STR+r.svgBSicon ABZgl.svgBSicon KBHFe.svg 2:16 פאריז גאר דו נארד
BSicon KHSTe.svgBSicon STR.svgBSicon leer.svg 2:33 Marne-la-Vallée – Chessy (Disneyland)
BSicon leer.svgBSicon ABZgr.svgBSicon STR+l.svg
BSicon leer.svgBSicon STR.svgBSicon INT.svg 4:41 Lyon-Part-Dieu
BSicon leer.svgBSicon STR.svgBSicon HST.svg 5:49 אוויניאן צענטער
BSicon leer.svgBSicon STR.svgBSicon KINTe.svg 6:27 מארסיי-סט-שארל
BSicon HST.svg 7:12 מוטיער (סקי)
BSicon eHST.svg 7:30 Aime la Plagne (סקי: נאר אפשטייגן)
BSicon KHSTe.svg 7:51 Bourg Saint Maurice (סקי)

די צייטן וואס ערשיינען דא זענען די גיכסטע לויטן פאָרפלאן.

זייט 9 דעצעמבער 2007 האט אייראסטאר 17 באנען יעדן טאג (19 פרייטאג) לאנדאן-פאריז, פון זיי 7 אן אפשטעל, און 10 לאנדאן-בריסל כולל 3 אן אפשטעל.[1] בדרך כלל שטעלן אפ די באנען ביי ליל-אייראפע, קאלע-פרעטהון און עבספליט אינטערנאציאנאל. דריי באנען א טאג קיין פאריז שטעלן זיך אפ אין אשפארד אינטערנאציאנאל.

רעפערענצן

  1. "Eurostar Service from 9 December 2007 to 5 July 2008" (PDF). Retrieved 2007-12-16.

דרויסנדיקע פארבינדונגען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!