רוי:פליפעלד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פליפעלד

א פליפעלד אדער לופטפעלד איז א שטח וועלכע איז דעזיינט פאר דאס הייבן און לאנדן פון קאמערציאלע און פריוואטע פליגער. לופטפעלדער געפינען זיך אין אלע גרויסע שטעט און דינט אלס א וויכטיגע טייל פון מאדערנע טראנספארטאציע אינפראסטרוקטור.

אין א פליפעלד דארף זיין א קאנטראל-טורעם מיט ראדאר, איינער אדער מער סטארטפאסן, א פלאץ פאר אויפהאלטן לופטמאשינען, און פארקירן פלאץ פאר לופטמאשינען. אין אן אינטערנאציאנאלן פליפעלד איז פאראן צאל-דינסטן און קאנטראלירונג פון פאסן.

טאנען מענטשן

יעדע לופטפעלד פארמאגט א ריזיגע צאל קאסטומערס, די גרעסטע טייל פון זיי פאסאזשירן. מיר וועלן נוצן די סטאטיסטיקס פון הארטספיעלד אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין אטלאנטא וועלכע איז די פארנומענסטע לופטפעלד אין די וועלט מיט די מערסטע צאל קאנעקשן פלייטס. הארטספיעלד באהאנדל'ט 2,400 פליגערס פער טאג וואס קומט אויס צו א פלייט יעדע 40 סעקונדעס 24 שטונדן פער טאג. אויף א דורכשניטליכע פלייט געפינען זיך ארום 50 פאסאזשירן וואס קומט אויס צו איבער 100,000 פאסאזשירן אין איין איינציגן טאג און נאנט צו 150 מיליאן פער יאר. דאס איז א ריזיגע צאל מענטשן און רוב פון די מענטשן וועלן זיך קויפ'ן א טרינק, נוצן די ארויסגאנג צימערן, אדער קויפן עפעס צו ליינען. צו קענען געבן די אויבנדערמאנטע סערוויסעס דארפן די לופטפעלדער זיין נאנט צו גרויסע אטאסטראדעס און פובליק טראנספארטאציע, האבן א ריזיגע צאל פון פארקירונג פלעצער, גענוג טיקעטינג און פעקלעך איינטשעקונג ערטער, צושטעלן רעסטאראנטן און אנדערע עסן און טרינקן סערוויס, און געבן גענוג פלאץ פאר די קאסטומס אגענטן. אויסער די סערוויסעס פאר די פאסאזשירן דארף יעדע לופטפעלד צושטעלן סערוויסעס פאר די לופטליניעס און זייערע ארבייטער. יעדע לופט געזעלשאפט דארף באקומען פלאץ וואו צו האלטן זייערע פליגער, איינגעשטעלטע צימערן פאר דער פליגע, און טערמינאלן וואו אירע פאסאזשירן זאלן ווארטן פארן אפשטייגן צום עראפלאן. די קארגא פירמעס דארפן נאך מער פלאץ ווי דעם צו קענען לאדענען און אפלאדענען זייערע משאות. די פילאטן דארפן אזעלכע סערוויסעס ווי סטארטפאסס, פליווארג, ברענשטאף, לופט פארקער אינפארמאציע, און איינשטעלונגן צו פאררעכטן זייערע פליגער. יעדע לופטפעלד מוז געבן די אלע סערוויסעס און אויב נישט איז עס אויס לופטפעלד. די סערוויסעס גייען אריין אין צוויי קאטעגאריעס, סערוויסעס אויף די ערד און סערוויסעס אין דער לופט.

ערד טראנספארטאציע

א לופטפעלד איז אבער נישט נאר וואס איר נאמען באדייט. עס פארמאגט אויך א ערד טראנספארטאציע סיסטעם. א לופטפעלד קען נישט עקזעסטירן אין א פארשטופטע ארט ווייל עס איז אנגעוואנדן אויף א מאסיווע טראנפארטאציע פארנעם וועלכע זאל ברענגן און טראגן די מיליאנען מענטשן און אויך טראגן מענטשן פון איין ארט צום צווייטן אינערהאלב די לופטפעלד. אין הארטספיעלד לופטפעלד איז פאראן 4 אינטערסטעיט הייעוועיס וועלכע גרייכן די לופטפעלד און עס פארמאגט א באזונדערע באן סיסטעם וועלכע פירט אריין די פאסאזשירן צו די שטאטישע טראנזיט סיסטעם. עס זענען פאראן דארט איבער 30,000 פארקינג פלעצער, ספעציעלע ערטער וואו עס איז געמאכט ארפצולייגן און אויפנעמען פאסזשירן נאנט צו די טערמינאלן, 11 אויטא רענטעל פירמעס, 18 שאטעל ליניעס צו גרויסע האטעלן, פריוואטע טראספארטאציע און טעקסי ווארט ערטער, און 12 באס ליניעס וועלכע סערווירן די לופטפעלד. אויסער די אלע זאכן איז פאראן אן אינערליכע שאטעל ליניע אין פארעם פון א באן וועלכע פירט טויזנטער פאסאזשירן אויף איר 3.5 מייל שינעס מיט 13 סטאנציעס.


טערמינאלן און קאנקורסן

אין א פארנומענע לופטפעלד, ווי אטלאנטא'ס הארטספיעלד אינטערנאציאנאל וועלכע באהאנדל'ט 2,400 פלייטס יעדן טאג, מיינט אז ארום 300,000 מענטשן פארן אדער קומען אן אין די לופטפעלד און א גרויסע טייל פון זיי דארפן האבן סערוויסעס. די לופטפעלד שטעלט צו אלע סערוויסעס אין זייערע טערמינאלן און קאנקורסן וועלכע איז די הארץ פון א לופטפעלד. די געביידעס אין וועלכע די טערמינאלן געפינען זיך איז איינגעטיילט אויף צוויי טיילן עס זענען פאראן די קאנקורסן וועלכע זענען די לאנגע וועג זאלן אין וועלכע עס געפינען זיך די הונדערטער געשעפטן און רעסטוראנטן און פון דארט גייט מען אריין צו די טערמינאלן. אין הארטספיעלד איז פאראן 5.7 מיליאן סקווער פוס פון טערמינאלן און קאנקורסן (דאס איז בערך 130 אקער לאנד) וועלכע סערווירן די הונדערטער טויזנטער פאסאזשירן. עס זענען פאראן 75 עסן געשעפטן, 82 ריטעיל געשעפטן, און 21 סערוויס פלעצער צוגעשטעלט דורך די לופטפעלד. אמאל פלעגן די קאנקורסן זיין אפען פאר די פובליק און אלע מענטשן וועלכע זענען מיטגעקומען באגלייטן זייערע נאנטע האבן אויך געקענט נוצן די סערוויסעס. אין געוויסע צייטן ווען דאס לאנד איז געווען אויף א הויכע אלערט, ווי ביי די גאלף קריג, האט מען נישט אריינגעלאזט קיין נישט-פאסאזשירן אריבער די זיכערהייט פונקטן. זינט די סעפטעמבער 11 אטאקעס האט זיך דאס אפיציעל געענדיגט און אלע נישט-פאסאזשירן קענען ניטאמאל אריבערגיין די טיקעט קאונטערס. די איינציגסטע סערוויס וועלכע ווערט נישט צוגעגרייט אין די לופטפעלדער איז די עסן וועלכע מען סערווירט אויף פלייטס. די עסן ווערט צוגעשטעלט דורך פריוואטע פירמעס וועלכע מאכן אלעס גרייט אין זייערע אייגענע פאבריקן און ברענגן דאס גרייט ארויף אויפ'ן פליגער. אויסער די טערמינאלן פאר די פאסאזשירן זענען פאראן באזונדערע טערמינאלן פאר גרויסע קארגא פירמעס ווי פעדעקס און די-עיטש-על וואו זיי לאדענען די פליגער.

די טויערן

די טויערן (דאס ארט וואו די פליגער שטעלן זיך אפ אויפצונעמען און אראפלייגן די פאסאזשירן) פון דעם לופטפעלד ווערן ארויסגעדינגען דורך דעם לופטפעלד פאר די ערליינס וועלכע צאלן געלט דאס צו נוצן. גרויסע ערליינס דינגען געווענליך ארויס גאנצע טערמינאלן מיט אלע טויערן וואס קאסט מיליאנען דאלארן. אלע רוטינע באהאנדלונג וועלכע די פליגער דארפן נוצן, ווי אפוואשן, אראפנעמען די אייז, און איבערפילן מיט ברענשטאף, ווערן געטאן ביי די טויערן אזוי לאנג ווי דער פליגער לייגט אראפ און נעמט אויף די פרישע פאסאזשירן. ווען א פליגער דארף פארראכטן ווערן וועט מען עס געווענליך אריינפירן אין ספעציעלע האנגארן וואו עס איז צוגעשטעלט אלע געצייג און מעכאניקער. אבער אין געוויסע פעלער ווען עס האנדלט זיך פון קלענערע פראבלעמען וועט מען עס יא פאררעכטן אזוילאנג ווי דער פליגער איז ביים טויער. אין אזא פאל קומען די מעכאניקערס צו פארן מיט א ספעציעלן מאשין וואו זיי האבן די געצייג צוגעגרייט. א באזונדערע אפטיילונג אין א לופטפעלד איז די פעקלעך באהאנדלונג וועלכע איז א מייסטערהאפטיגע ארבעט וועלכע ווערט געטאן דורך די לופטפעלד איינגעשטעלטע. וויבאלד עס זענען פאראן אזויפיל פליגער און אזויפיל טויערן וועט שטענדיגע אויסקומען אז געוויסע טויערן וועלן זיך געפינען זייער ווייט פון דער הויפט אריינגאנג און די פאסאזשירן דארפן גיין אמאל בלאקס צו קענען אנקומען אינדרויסן.

סטארטפאסן

אין א פליפעלד געפינען זיך איינע אדער מער סטארטפאסן. א סטארטפאס איז געווענליך לאנג צוויי מייל, ברייט ווי א 16 ליניע שאסיי, און איז געגאסן בערך 3 פיס הויך. עס איז פארשטענדליך אז א סטארטפאס מוז זיין זייער שטארק געמאכט. שטעלט אייך פאר מיט וואספארא קראפט א 747 דזשאמבא פליגער קומט אראפ. דער פליגער זעלבסט וועגט בערך 850,000 פונט און קומט צופארן מיט א שנעלקייט פון נאנט צו 200 מ.פ.ש. און מיט'ן גאנצן קראפט שמייסט עס ארויף אויפ'ן סטארטפאס. א סטארטפאס מעג נישט כאפן קיין שפאלטן ווייל עס קען זיין קאטאסטראפיש פאר א לאנדונג און דאס מוז מען שטענדיג נאכקוקן און באלד פאררעכטן אויב עס מאכט זיך א פראבלעם. די סטארטפאסס דארפן אויך זיין צוגעשטעלט לויט די פליגער וועלכע קומען אראפ אויף איר. צום ביישפיל ווען מען האט אנגעהויבן נוצן די 747 דזשאמבא פליגער האבן רוב לופטפעלדער געמוזט איבערמאכן זייערע סטארטפאסס ברייטער ווייל די רעדער אויף דעם פליגער זענען מער צעשפרייט און האבן א שטערקערע קראפט ווי אנדערע פליגער. רוב סטארטפאסס באשטייען פון נאנט צו א מיליאן קוביק פוס פון צעמענט וועלכע איז אויסגעגאסן אויף א שטח פון 12,000 פוס. א סטארטפאס איז געווענליך געבויט העכער ווי דער אויבערפלאך ווייל עס ליגט אויסגעשפרייט ערד פון 6 פוס הויך אויף וועלכע די צעמענט ווערט אויסגעגאסן. אין די צעמענט אליין איז פאראן צוויי ערליי. די ערשטע סארט איז בערך 8 אינטשעס דיק געגאסן און דערויף איז געגאסן א צווייטע סארט צעמענט 17 אינטשעס דיק. אין רוב לופטפעלדער זענען פאראן עטליכע סטארטפאסס וועלכע ליגן אויסגעשפרייט אויף אלע זייטן (מזרח, מערב, דרום, און צפון) און אין אסאך פעלער האקן זיי אריבער איינע די אנדערע. די לופט פארקער קאנטראלירער טיילן איין וועלכע סטארטפאס זאל גענוצט ווערן פאר לאנדונגן און וועלכע זיך אויפצוהייבן געוואנדן לויט די וועטער פון יענע טאג און וויאזוי די ווינטן לויפן. כדי צו פארמינערן פראבלעמען דארפן די פלייטס לאנדן און זיך אויפהייבן די זעלבע וועג ווי די ווינט לויפט. די פליגער נוצן קליינע סטארטפאסס וועלכע פירן זיי פון די געיטס צו די הויפט סטארטפאסס. די סארט סטארטפאסס ווערן אנגערופן טעקסי סטארטפאסס. עס זענען פאראן א באזונדערע שטאב פון קאנטראלירער וועלכע זיצן אין די טורעמעס און קאנטראלירן די פליגער אויף די פילע טעקסי סטארטפאסס ביז זיי קומען אן צו די הויפט סטארטפאס וואו די לופט פארקער קאנטראלירער נעמען איבער און דאס זעלבע פארקערט. ביי די געיטס ווערן די פילאטן געפירט דורך די לופטפעלד ארבייטער וועלכע צייגן מיט די שיינענדיגע שטעקעלעך וואו צו גיין און ווען צו סטאפן. גרויסע פליגער ווערן אויך צוגעהאלפן דורך ספעציעלע טרעקלעך וועלכע באגלייטן זיי פון און צו די סטארטפאס.


ברענשטאף

יעדע פליגער מוז געווענליך איבערגעפילט ווערן מיט ברענשטאף צווישן איין פלייט און די אנדערע. א פליגער נוצט אסאך ברענשטאף, ספעציעל די דזשאמבא פליגער וועלכע פארברענען א גאלאן (4 ליטער) יעדע סעקונדע. מיט אזא גרויסן אפעטיט פאדערט זיך אריינצולייגן צענדליגער טויזנטער גאלאן ברענשטאף וואס מיינט אז די לופטפעלדער פארקויפן מיליאנען גאלאנען ברענשטאף יעדן טאג פאר די לופטליניעס. די לופטפעלדער פארמאגן ריזיגע שטחים וואו די ברענשטאף ווערן געהאלטן און אין טייל לופטפעלדער קומט די ברענשטאף אריין דורך א פייפליין וועלכע שטראמען אריין צווישן 50 און 90 טויזנט גאלאן פער שטונדע. צום ביישפיל אין דענווער אינטערנאציאנאל לופטפעלד איז פאראן דריי אינזלן וועלכע אנטהאלטן יעדע איינע 6 גרויסע טאנקן מיט 3 מיליאן גאלאן אין יעדע טאנק. די פאמפ וועלכע גיט ארויס די ברענשטאף צו די פליגער פאמפט ארויס ארום 300 גאלאן פער מינוט. אין טייל לופטפעלדער נוצט מען טאנקיר טראקס צו ברענגען די ברענשטאף פון די טענק צו די טויערן אבער אין מער פארגעשריטענע לופטפעלדער זענען פאראן אונטערערדישע רערן וועלכע צירקולירן די ברענשטאף ארום צו אלע טויערן.

זיכערהייט

יעדע לופטפעלד פארמאגט אייגענע זיכערהייט שטאבן און עמוירדזשענסי מעדיקל סערוויסעס אין פאל עפעס פאסירט. עס זענען פאראן ספעציעלע לעשאויטאס וואס זענען גרייט יעדע מינוט. די פעדעראלע אוואציע דעפארטמענט (עף-עי-עי) פארלאנגט אז אין אלע לופטפעלדער זאלן די עמוירדזשענסי ארבייטער זיין גרייט צו דעגרייכן יעדע פונקט אינעם לופטפעלד צווישן 3 און 5 מינוט. רוב פון די עמוירדזשענסי ארבייטער זענען שטאטישע ארבייטער וועלכע זענען סטאנציאנירט אין די לופטפעלדער. לופטפעלדער פארמאגן אויך זייער אייגענע פאליציי שטאב. אין טייל לופטפעלדער זענען די פאליציי צוגעשטעלט דורך די שטאט און אין טייל זענען זיי פריוואט צוגעשטעלט דורך די לופטפעלד פארוואלטונג. די פאליציי באוואכן די סטראטעגישע פונקטן אינעם לופטפעלד און שטערן די נישט-פאסאזשירן אריינצוגיין ווייטער וואו די זיכערהייט פונקטן. (מער וועגן זיכערהייט אין די לופטפעלדער וועלן מיר אויך בארירן אין די קומענדיגע ארטיקלען). יעדע לופטפעלד פארמאגט א ריזיגע רייניגונג'ס גרופע וועלכע געבן זיך אפ מיט'ן האלטן די טערמינאלן און קאנקורסן ריין און דארפן מאכן זיכער אז די סטארטפאסס זענען שטענדיג ריין. די שטאב פארמאגט טראקטארס און ספעציעלע כעמיקאלן וויאוי צו באהאנדלן שניי און גליטש און זענען פאראנטווארטליכט אויף די סטארטפאס זיכערהייט. ווען עס קומט א שניי שטורעם קוקן די לופטפעלדער אויס ווי א מיליטערישע זאנע. עס לאזן זיך ארויס הונדערטער טראקטארס און זאלץ טראקס וועלכע רייניגן זייער שנעל די סטארטפאסס און מאכן א גערודער וואס הערט זיך ווייט אוועק. קיין איין גאס אין א שטאט באקומט נישט אזעלכע שנעלע סערוויס ווען עס שנייט. ווען נישט די שנעלע ארבעט וואס זיי טוען וואלטן די לופטפעלדער זיך אפגעשפארט יעדעס מאל ווען עס שנייט.

די פארוואלטונג

נאכ'ן ליינען וועגן די אלע אפטיילונגן און פאראנטווארטליכקייטן פון א לופטפעלד פארשטייט מען אז דאס איז ווי א ריזיגע ביזנעס. עס איז אן אינוועסמענט פון ביליאנען דאלארן אהערצושטעלן און קאסט אפ הונדערטער מיליאנען דאלארן פער יאר דאס צו אפערירן. אין א לופטפעלד זענען פאראן טויזנטער ארבייטער צעטיילט אין צענדליגער אפטיילונגן. רוב ארבייטער אינעם לופטפעלד ארבעטן פאר פריוואטע פירמעס ווי לופטליניעס, מעכאניקער, קאנטראקטאר, רייניגונג, און געשעפטן. די פאליציי און עמוירדזשענסי ארבייטער באלאנגן צו די שטאט און אויך די לופט טראפיק קאנטראלירער באלאנגן פאר די פעדעראלע רעגירונג. די איבריגע 10 פראצענט ארבעטן אין די אדמיניסטראציע, פינאנץ, און פובליק רילעישאנס וועלכע אפערירט ווי א שטאטישע רעגירונג. כמעט אלע לופטפעלדער זענען פובליק ביזענעסער וועלכע זענען פינאנצירט דורך מוניציפאלע באנדס. אלע איינשטעלונגן באלאנגן צו די לופטפעלד און זיי מאכן געלט פון פארדינגען די טויערן און רעכטן צו די לופטליניעס און פון די סערוויסעס וועלכע זיי שטעלן צו פאר די מיליאנען פאסאזשירן. זיי פארקויפן מיליאנען גאלאנען ברענשטאף פער טאג און פארדינגען טויזנטער פארקינג פלעצער פאר גוט געלט. היינט בעטן שוין רוב לופטפעלדער אויך א ספעציעלע שטייער וועלכע איז אריינגערעכנט אינעם טיקעט פרייז.

גרויסע לופטפעלדער מאכן אסאך געלט אבער עס זענען פאראן אסאך פון זיי וואס ווערן געהאלפן דורך שטאטישע פאנדן אלס א סערוויס וועלכע די שטאט מוז פארמאגן. אין די לעצטע יארן ווען אלע לופטליניעס האבן געליטן פון די אפגעשוואכטע טרעוול האבן די לופטפעלדער אויך שטארק געליטן און אסאך זענען געווען געצווינגן אפצושפארן טייל פון זייערע סערוויסעס אויף צייטווייליג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!