רוי:דעמאקראטיע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רעגירונג מעטאדן

אנארכיע
דיקטאטור
דעמאקראטיע
סאציאל דעמאקראטיע
מאנארכיע
מיליטערישער רעזשים
פאשיזם
קאמוניזם
קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע
רעפובליק
איסלאמישע רעפובליק

2019 Democracy index.svg

דעמאקראטיע איז אַ גריכיש ווארט וואס מיינט דעם פאָלקס מאַכט. אין די פאליטיק איז דאס א פאליטישע אידיאל באגריף און גאנג, איר געדאנק איז צו ערלויבן יעדן בירגער א טייל נעמען אין דער פירונג פון זיין רעגירונג און אז אלע געזעצן זענען פאר שיצן די אינידווידאולע פרייהייטן, וואס מען קען נישט קיינעם גארנישט באגרעניצן נאר אין צוזאמענהאנג מיט די אייגענע זיכערהייט. אין א רעפרעזענטאטיווער דעמאקראטיע האלט מען וואלן פון צייט צו צייט, און די בירגער קלויבן אויס ווער זאל זיי רעפרעזענטירן. די רעפרעזאנטאטיוון פירן דאס לאנד (אדער די ארגאניזאציע) ביז די נעקסטע וואלן.

דער טערמין שטאמט פון דער אוראלטע גריכיש δημοκρατία (דעמאקראטיע) "הערשאפט פון לייט",א ווארט אויסגעשאפן פון δῆμος (דעמאס) "לייט" און κράτος (קראַטאס) "מאַכט" אדער "הערשאפט" אינעם 5טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג צו באדייטן די פאליטישע סיסטעמען וואס האבן עקזיסטירט דעמאלסט אין גריכישע שטאטס שטאַטן, מערקווערדיק צווישן זיי אטען; דער טערמין איז אנטקעגנדיק פון ἀριστοκρατία (אַריסטאקראַטיע) "הערשאפט פון די פני"." כאטש די דעפיניציעס זענען נישט מיטשטימיק, פראקטיש איז נישט אלעמאל געווען א קלארע אונטערשייד.[1] די פאליטישע סיסטעם פון אלט אטען, צום ביישפיל, האט געגעבן דעמאקראטישע בירגערשאפט צו אן עליט־קלאס פון פרייע מענער, און האט אויסגעשפארט שקלאפן און פרויען פון באטייליקן אינעם פאליטישן פראצעס.

דעמאקראטיע איז אנדערש פון מאנארכיע און דיקטאטור, ווען נאר איין מענטש האלט די קראפט, און אליגארכיע, אין וואס א קליינע גרופע מענטשן האלטן די קראפט.

היסטאריע

אין 1215 האט דער מלך פון ענגלאנד אונטערגעשריבן די מאגנא קארטא, וואס האט אויפגעשטעלט א פארזאמלונג פון באראנען, דער פארלאמענט פון ענגלאנד. דער פארלאמענט האט פארמאגט רעכטן וואס האבן באגרעניצט די קראפט פונעם מלך, אנדערש ווי אנדערע לענדער וואו דער מלך האט געהערשט אליין.

אין די ערשטע יארן פונעם פארלאמענט, האבן נאר באראנען געהאט א דעה, אבער דורכאויס די יארן האבן געמערט די צאל מענטשן מיט א רעכט צו וויילן דעלעגאטן אינעם פארלאמענט.

ווען ענגלישע בירגער האבן אימיגרירט אין אמעריקע אין די 1600ער יארן האבן זיי אויפגעשטעלט א דעמאקראטיע וואו די בירגער האבן געהאט די רעכט צו וויילן די דעלעגאטן.

די יסודות פון דעמאקראטיע ביי א רעגירונג

  • בירגער אנטיילונג - לאזן די בירגער אויסקלייבן די פירערס פון דער רעגירונג דורך וואלן, און אנטייל נעמען אין די באשלוסן פון דער רעגירונג דורך נאציאנאלע אדער לאקאלע רעפערענדומס.
  • אויטאריטעט צעטיילונג - צעטיילן די רעגירונגס-מאכט אין עטליכע צווייגן כדי איר באגרעניצן צו די דעמאקראטישע אינטערעסן און איינבייגן די רעגירונג צו די געזעצן פון דעם געריכט גלייך ווי יעדער בירגער. דער געווענליכע צעטיילונג איז אויף עקזעקוטיווע, יורידישע, און לעגיסלאטיווע צווייגן.
  • ליבעראליזם - לאזן דעם בירגער וואקסן און זיך אנטוויקלען עקאנאמיש. (ליבעראל אין לעבנסשטייגער אלס נאטורליכע רעכטונגען - ערלויבן פאר די בירגער פולע פרייהייט אומווענדן זייער פאליטישע, רעליגיעזע אדדער ראסיסטישע נייגונגען. אין דעם איז אריינגערעכנט מענטשן-רעכט, פרייהייט פון רעליגיע, ערלויבעניש צו רעדן אדער ארויסגעבן א מיינונג.)
  • סאציאל דעמאקראטיע - א סאציאליסטישע מעטאד צו העלפן די שוואכע מענטשן צו זיך אנטוויקלען.
  • גלייכרעכטיגייט - נישט דיסקרימינירן צווישן פארשידענע סארטן מענטשן.
  • פלארעליזם - געבן פרייהייט פאר יעדן בירגער צו האלטן אייגענע מיינונגען, און לאזן די בירגער זיך צונויפנעמען מיט אייגענע מיינונגען.

נאטירליכע רעכטונגען און סאציאלישע רעכטונגען

איינע פון די הויפט יסודות אין דעמאקראטיע איז געבן "נאטירליכע רעכטונגען" פאר יעדן מענטש, ווי: רעכט צו לעבן, רעכט צו פרייהייט (פרייהייט: האבן אייגענע מיינונגען, זיין רעליגיע אדער סעקולערע, ארבעטן, זיך וואנדן אומעטום אין לאנד אדער אין אויסלאנד אד"ג), רעכט צו פארמאגן פארמעגן, רעכט צו זיין גלייכרעכטיק, רעכט צו האבן רעספעקט, רעכט צו האבן פריוואטקייט, רעכט צו האבן א גוטער נאמען בקיצור, רעכט צו זיין א "מענטש".

דעמאקראטיע האט אויך א געשטעל צו געבן "סאציאלאגישע רעכטונגען" ווי געזונטהייט, א פלאץ צו וואוינען, שטיצן ארבעטלאסיקע, עלטערערע מענטשן, אלמנות אא"וו. די יסודות זענען נישט אייניק ביי אלע רעגירונגען, די ליבעראליסטישע געדאנק זאגט אז די רעגירונג דארף היטן די פרייהייט פון יעדן מענטש און ווי ווייניגער זיך מישן צו העלפן סאציאלאגיש אויפן חשבון פון פאדערן שטייער פון דער אלגעמיינער בירגער. אבער די סאציאל דעמאקראטישע געדאנק האלטן אז סאציאלאגישע רעכטונגען איז אזוי ווי נאטירליכע רעכטונגען, און די מדינה דארף שנארן פון די בירגער כדי צו העלפן די שוואכערע מענטשן.

א ליבעראלישע רעגירונג (ווי אמעריקע) וועט פאדערן ווייניגער שטייער פון די בירגער און ווייניגער העלפן די שוואכע (זיי וועלן העלפן בעיקר צו נאטירליכע רעכטונגען און נישט צו סאציאלאגישע רעכטונגען), און א סאציאל דעמאקראטישע רעגירונג (ווי מדינת ישראל) וועלן פאדערן הויכע שטייער פון די בירגער כדי צו העלפן די שוואכע.

פאלקס רעכטונגען

אזעלכע גרופעס וואס האבן אן אייגענעם שניט און נאציאנאליזם, ווי רעליגיע א.ד.ג. פאדערן זייערע רעכטונגען פון דער רעגירונג צו היטן זייער מסורת, אויך לגבי דעם דיסקוטירן זיך די ליבעראלישע צוגאנג מיט די אלגעמיינע דעמאקראטישע צוגאנג. לויט די ליבעראלישע צוגאנג (ווי אין אמעריקע) דארף נישט די רעגירונג שטיצן די קליינע פעלקער/גרופעס אין זייער מדינה. און לויט די אנדערע צוגאנג (ווי אין מדינת ישראל), דארף די רעגירונג זארגן פאר די קליינע גרופעס. ווי צ.ב.ש. לאזט די מדינה א זעלבסטשטענדיגע חינוך, און צומאלן אויך א זעלבסטשטענדיגע הערשאפט פאר דער גרופע אין א געאגראפישער טעריטאריע.

אנדערע סארטן רעגירונג הערשאפט זענען

  • אויטאקראטיע - די הערשאפט ווערט געפירט דורך א יחיד אדער עטליכע יחידים, און עס איז נישט דא קיין שום פרייהייט פאר די אלגעמיינע בירגער אנטייל צו נעמען אין די באשלוסן פון דער רעגירונג. ביישפילן זענען קאמוניסטישע, פאשיסטישע, און דיקטאטרישע רעגירונגען.
  • מאנארכיע - א הערשאפט וואס ווערט געפירט דורך א קעניגליכן פאמיליע, געקליבן דורך שטאמבוים. א קאנסטיטוציענאלע מאנארכיע קען זיך אויך פירן ווי א דעמאקראטיע ווי צ.ב.ש. ענגלאנד און נאך.
  • טעאקראטיע - א רעליגיע הערשאפט וואס ווערט געפירט דורך די רעליגיעזע און גייסטליכע פירער, ווי צ.ב.ש. איראן, און די טאליבאנער אין אפגאניסטאן - א חלק פון זיי האבן אויכט דעמאקראטישע וויילן אבער דער גייסטליכער פירער געוולעטיגט העכער זיי אזוי אירן און נאך.

דעמאקראטיע אין דער תורה

אין דער תורה שטייט אז ווען משה רבינו האט פארגעלייגט די תורה־געזעצן פאר די אידן, האט ער פריער גענומען זייער הסכמה דערפון, אזוי ווי עס שטייט (שמות כ"ד ג'): וַיָּבֹא מֹשֶׁה, וַיְסַפֵּר לָעָם אֵת כָּל-דִּבְרֵי ה', וְאֵת, כָּל-הַמִּשְׁפָּטִים; וַיַּעַן כָּל-הָעָם קוֹל אֶחָד, וַיֹּאמְרוּ, כָּל-הַדְּבָרִים אֲשֶׁר-דִּבֶּר ה', נַעֲשֶׂה... וְנִשְׁמָע.

אבער אין די פרטים פון דעמאקראטיע זענען דא חלקים וואס שטימען מיט די תורה אבער עס זענען דא חלקים וואס איז נישט גלייך וויל דעמאקראטיע האלט אז יעדער מעג טוהן וואס עם באגריפט. אבער די תורה זאגט ערבים כל ישראל און בזמן בית המקדש האט מען געצווינגען יעדער איד צו טוהן רצון ד' .

אזוי אויכט די שטעל פון ווייבער איז אנדערש ביי די תורה ווי דעמאקראטיע. און ווען משיח וועט קומען וועט זיין א מלך פון מלכי בית דוד. אבער אסאך אנדערע זאכן איז יא צוגעפאסט ווען עס איז נישט אנקעגן די תורה.

זעט אויך

רעפערענצן

  1. Wilson, N. G. (2006). Encyclopedia of ancient Greece. New York: Routledge. p. 511. ISBN 0-415-97334-1.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!