רוי:פרעזידענט פון פראנקרייך
דער פרעזידענט פון דער פראנצויזישער רעפובליק (פראנצויזיש: Président de la République française) איז דער ראש מלוכה און דער הויפט עקזעקוטיוו פון פראנקרייך. דער וואוינארט פונעם פרעזידענט איז דער עליזע פאלאץ אין פאריז.
פון די פינעף פראנצויזישע רעפובליקן זייט דער פראנצויזישער רעוואלוציע האבן פינף געשטעלט א פרעזידענט, אזוי איז די פרעזידענטור פון פראנקרייך די עלטסטע אין גאנץ אייראפע. אבער, יעדע רעפובליק האט געגעבן איר פרעזידענט אן אנדער מאנדאט, אנדער אויפגאבעס און אנדערע פליכטן. למשל, אין די טעג פון דער דריטער רעפובליק איז די אויפגאבע פונעם פרעזידענט געווען מערסטן צערעמאניש, און דער עיקר קראפט איז געליגן מיטן פרעמיער מיניסטער.
היינט, ביי דער פינפטער רעפובליק, וואס איר קאנסטיטוציע איז געווארן אוועקגעלייגט פאר שארל דע גאל אין דער צייט פון דעם אלזשיר קריזיס וואס האט אונטערגעווארפן די פערטע רעפובליק, איז דער פרעזידענט דער העכסטער פיגור אין דער רעגירונג פון פראנקרייך, מיט א ברייטן מאנדאט, ספעציעל אין די געביטן פון נאציאנאלער זיכערהייט און אויסלענדישן פאליטיק; ער איז דער הויפט קאמענדאנט פון דער פראנזויזישער מיליטער; ער באשטימט דעם פרעמיער מיניסטער, כאטש ער איז באגרעניצט אין דעם אז זיין פרעמיער מיניסטער דארף קענען באקומען א מערהייט אין פארלאמענט. דער פרעזידענט האט דעם כוח אפזאגן מיניסטארן פון דער רעגירונג (אחוץ דעם פרעמיער מיניסטער, וואס נאר פארלאמענט קען אפזאגן), באפרייען די נאציאנאלע זאמלונגג, שיקן געזעצן פאר א צווייטער באטראכטונג, און צו באשטימען 3 פון די 9 מיטגלידער אין דער קאנסטיטוציאנעלער ראט ביי זיין קאדענץ.
דער פרעזידענט פון פראנקרייך האלט אויך דעם אמט ווי איינער פון די צוויי פרינצן פון אנדארע.
דער היינטיקער פרעזידענט פון פראנקרייך איז עמנואל מאקראן, וואס דינט אין אמט זייט דעם 14טן מאי 2017.
וואלן
אין דעם רעפערענדום פון 1962 האט מען באשלאסן צו וויילן דעם פרעזידענט אין דירעקטע נאציאנאלע וואלן. פריער איז דער קאדענץ געווען זיבן יאר, אבער זייט 2000 איז דער קאדאנץ אראפ צו פינף יאר.
אויך קען איין פרעזידענט נישט דינען מער ווי צוויי קאדענצן נאכאנאנד.
פרעזידענטן פון פראנקרייך
| צאל | פארטרעט | נאמען | פארטיי | קאדענץ | פאסירונגען |
|---|---|---|---|---|---|
| טעקע:Grand sceau de la République Française image001.gif | צווייטע פראנצויישע רעפובליק | ||||
| 1. | טעקע:Napoleon-3.jpg | נאפאלעאן דער דריטער | באנאפארטיסטישע פארטיי | 1848–1852 | צוויי יאר נאך ווען מען האט אים געוויילט האט ער דורכגעפירט א רעוואלוציע און האט זיך באקריינט קייסער, און האט געגרינדעט די צווייטע פראנצויזישע אימפעריע. |
| טעקע:Coat of Arms Second French Empire (1852–1870).svg | צווייטע אימפעריע (1852–1870) | ||||
| דריטע פראנצויזישע רעפובליק | |||||
| 2. | טעקע:Adolphe Thiers Nadar 2.JPG | אדאלף טיער | אומאפהענגיג | 1871–1873 | נבחר לפני קבלת החוקה בשנת 1875, לכן מעמדו החוקתי שונה מזה של נשיאי צרפת שכיהנו אחריו. |
| 3. | טעקע:Patrice de Mac Mahon.jpg | פאטריס דע מאק-מאהאן | המפלגה הלגיטימיסטית | 1873–1879 |
|
| 4. | טעקע:Jules Grevy.jpg | זשיל גרעווי | לינקע רעפובליקאנער | 1879–1887 | |
| 5. | טעקע:Marie Francois Sadi Carnot.jpg | מארי פראנסוא סאדי קארנא | לינקע רעפובליקאנער | 1887–1894 | |
| 6. | טעקע:Jean Casimir-Perier.jpg | זשאן קאזימיר-פעריע | מעסיקע רעפובליקאנער | 1894–1895 | |
| 7. | טעקע:Felix Faure.jpg | פעליקס פאר | אפארטוניסטישע רעפובליקאנער | 1895–1899 | |
| 8. | טעקע:Emile Loubet.jpg | עמיל לובע | לינקע פארטיי | 1899–1906 | |
| 9. | טעקע:Armand Fallieres.jpg | ארמאן פאליער | דעמאקראטיש-רעפובליקאנער בונד | 1906–1913 | |
| 10. | טעקע:Raymond Poincaré 1914.jpg | רעמאן פואנקארע | רעפובליקאנער-דעמאקראטישע פארטיי | 1913–1920 | ערשטע וועלט-מלחמה |
| 11. | טעקע:Paul Deschanel 01.jpg | פאל דעשאנע | רעפובליקאנער-דעמאקראטישע פארטיי | 1920 | |
| 12. | טעקע:Alexandre Millerand 02.jpg | אלעקסאנדער מילעראן | נאציאנאלע רעפובליקאנער ליגע | 1920–1924 | |
| 13. | טעקע:Gaston Doumergue 1924.jpg | גאסטאן דומערג | ראדיקאלישע פארטיי | 1924–1931 | |
| 14. | טעקע:Paul Doumer 1931.jpg | פאל דומער | ראדיקאלישע פארטיי | 1931–1932 | |
| 15. | טעקע:Albert Lebrun 1932 (2).jpg | אלבער לעברון | דעמאקראטישער בונד | 1932–1940 |
|
| טעקע:Informal emblem of the French State (1940–1944).svg | נאצי אקופאציע (ווישי פראנקרייך, 1940–1944) | ||||
| טעקע:Philippe Pétain (en civil, autour de 1930).jpg | אנרי פיליפ פעטען | 1940–1944 | שיתף פעולה עם הנאצים ומונה לראש המדינה הצרפתית, שהייתה מדינת בובה של גרמניה הנאצית. | ||
| פראוויזארישע רעגירונג פון דער פראנצויזישער רעפובליק (1944–1947) | |||||
| טעקע:Middle coat of arms of the French Republic (1905–1953).png | פערטע פראנצויזישע רעפובליק | ||||
| 16. | טעקע:Nieuwste portret van de Staatsminister van Frankrijk, Bestanddeelnr 901-4021 (cropped).jpg | ווינסענט אריאל | הסניף הצרפתי של האינטרנציונל של העובדים | 1947–1954 | |
| 17. | טעקע:René Coty-1929.jpg | רענע קוטי | המרכז הלאומי של העצמאים והאיכרים | 1954–1959 | |
| טעקע:Armoiries république française.svg | פינפטע פראנצויזישע רעפובליק | ||||
| 18. | טעקע:De Gaulle-OWI.jpg | שארל דע גאל | איחוד למען הרפובליקה החדשה | 1959–1969 | |
| 19. | טעקע:Georges Pompidou (cropped 2).jpg | זשארזש פאמפידו | גאליסטישע פארטיי | 1969–1974 | |
| 20. | טעקע:Valéry Giscard d’Estaing 1978.jpg | וואלערי זשיסקאר ד'עסטען | רעפובליקאנער פארטיי | 1974–1981 | |
| 21. | טעקע:Reagan Mitterrand 1984 (cropped).jpg | פראנסוא מיטעראן | סאציאלישטישע פארטיי | 1981–1995 | |
| 22. | טעקע:President Chirac (cropped).jpg | זשאק שיראק | רעפובליקאנער | 1995–2007 | |
| 23. | טעקע:Flickr - europeanpeoplesparty - EPP Summit October 2010 (105).jpg | ניקאלא סארקאזי | רעפובליקאנער | 2007–2012 | |
| 24. | טעקע:Francois Hollande 2015.jpeg | פראנצווא האלאנד | סאציאלישטישע פארטיי | 2012 - 2017 | נישואים חד-מיניים בצרפת, הסכם פריז, פיגועי פריז וניס |
| 25. | טעקע:Emmanuel Macron in Tallinn Digital Summit. Welcome dinner hosted by HE Donald Tusk. Handshake (36669381364) (cropped 2).jpg | עמנואל מאקראן | פארווערטס! | 2017 - היינט | |
דרויסנדיגע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!