אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי בנימין בן שמואל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏רעפערענצן: נאוו. מוסטער)
אין תקציר עריכה
 
שורה 15: שורה 15:
זיינע פּיוטים זענען געשריבן אין דעם סטיל און שפּראך פון די אלטע פּייטנים, ווי [[רבי אלעזר הקליר|רבי אלעזר בירבי קליר]], אבער זיינע ווערק שטייען אפט ארויס מיט זייער דיכטערישער שיינקייט און געפילן פאר קדושת התורה וישראל{{הערה|{{היברובוקס|שמואל יוסף פין|כנסת ישראל|46998|page=172|מקום הוצאה=ווארשע|שנת הוצאה=תרמ"ז|עמ=174}}}}, און זענען צומאל גאר קינסטלעריש{{הערה|שם=צונץ}}.
זיינע פּיוטים זענען געשריבן אין דעם סטיל און שפּראך פון די אלטע פּייטנים, ווי [[רבי אלעזר הקליר|רבי אלעזר בירבי קליר]], אבער זיינע ווערק שטייען אפט ארויס מיט זייער דיכטערישער שיינקייט און געפילן פאר קדושת התורה וישראל{{הערה|{{היברובוקס|שמואל יוסף פין|כנסת ישראל|46998|page=172|מקום הוצאה=ווארשע|שנת הוצאה=תרמ"ז|עמ=174}}}}, און זענען צומאל גאר קינסטלעריש{{הערה|שם=צונץ}}.


איינע פון ר' בנימין'ס קאמפּאזיציעס איז א לאנגע [[קרובה]] פאר שבועות "ארוכה מארץ מדה". ער האט אויך געשריבן "[[אזהרות]]" (פיוטים וואס רעכענען אויס די 613 מצוות). טיילן פון זיינע "אזהרות" זענען פארבליבן אין כתב-יד אין דער [[קאירא גניזה|קאהירער גניזה]] און זענען שפעטער געדרוקט געווארן{{הערה|{{אקדמיה|עזרא פליישר|אזהרות לר' בנימן (בן שמואל) פייטן|38275630|קבץ על יד|יא (כא, תשמ"ה), א, עמ' 75-1}}}}. פון זיינע פיוטים איז אויך דער פיוט "וחיות בוערות" פאר קדושה פון ראש השנה, אויך ציטירט אין תוס'{{הערה|שם=תוס|תוס' {{בבלי|חגיגה|יב|א}} ד"ה מסוף}}.
איינע פון ר' בנימין'ס קאמפּאזיציעס איז א לאנגע [[קרובה]] פאר שבועות "ארוכה מארץ מדה"{{הערה|ישראל דאווידזאן, [https://hdl.handle.net/2027/mdp.39015024589577?urlappend=%3Bseq=423%3Bownerid=13510798888514179-80 אוצר השירה והפיוט], חלק א, תרפ"ה, ז' 347.}}. ער האט אויך געשריבן "[[אזהרות]]" (פיוטים וואס רעכענען אויס די 613 מצוות). טיילן פון זיינע "אזהרות" זענען פארבליבן אין כתב-יד אין דער [[קאירא גניזה|קאהירער גניזה]] און זענען שפעטער געדרוקט געווארן{{הערה|{{אקדמיה|עזרא פליישר|אזהרות לר' בנימן (בן שמואל) פייטן|38275630|קבץ על יד|יא (כא, תשמ"ה), א, עמ' 75-1}}.}}. פון זיינע פיוטים איז אויך דער פיוט "וחיות בוערות" פאר קדושה פון ראש השנה, אויך ציטירט אין תוס'{{הערה|שם=תוס|תוס' {{בבלי|חגיגה|יב|א}} ד"ה מסוף.}}.


ר' בנימין'ס בעפארצוגן [[אותיות דרבי עקיבא|רבי עקיבא'ס "אלף־בית"]], וואס ער נוצט אין זיינע פּיוטים, ווייזט אויף א געוויסן נייגונג צו קבלה{{הערה|שם=JE}}.
ר' בנימין'ס בעפארצוגן [[אותיות דרבי עקיבא|רבי עקיבא'ס "אלף־בית"]], וואס ער נוצט אין זיינע פּיוטים, ווייזט אויף א געוויסן נייגונג צו קבלה{{הערה|שם=JE}}.
שורה 21: שורה 21:
==אלס פוסק==
==אלס פוסק==
ר' בנימין איז אויך באטראכט געווארן אלס א הלכה'דיגער אויטאריטעט, און זיינע פסקים זענען ציטירט געווארן דורך די גדולי הראשונים, צום ביישפיל אין ספר הפרדס, וואס באשטעטיגט דאס מפסיק זיין ביים דאווענען צו זאגן פיוטים, ערקלערנדיג אז דאס איז צוליב "עת לעשות לה' הפרו תורתיך", וויבאלד די חכמה איז געווארן ווייניגער ביי אידן האט מען איינגעפירט דאס זאגן פיוטים אנשטאט צו געבן דרשות בעניינו של יום, ווי משה רבינו'ס תקנה{{הערה|שם=פרדס}}.
ר' בנימין איז אויך באטראכט געווארן אלס א הלכה'דיגער אויטאריטעט, און זיינע פסקים זענען ציטירט געווארן דורך די גדולי הראשונים, צום ביישפיל אין ספר הפרדס, וואס באשטעטיגט דאס מפסיק זיין ביים דאווענען צו זאגן פיוטים, ערקלערנדיג אז דאס איז צוליב "עת לעשות לה' הפרו תורתיך", וויבאלד די חכמה איז געווארן ווייניגער ביי אידן האט מען איינגעפירט דאס זאגן פיוטים אנשטאט צו געבן דרשות בעניינו של יום, ווי משה רבינו'ס תקנה{{הערה|שם=פרדס}}.
ער ווערט אויך ציטירט אין תוספות{{הערה|שם=תוס}}, און אין [[ספר מצוות גדול]]{{הערה|1=סמ"ג, [[רבי משה מקוצי|רבי משה בן יעקב פון קוצי]], עשין מב, עמ' קיח}} און אינעם פירוש מרדכי אויף ש"ס{{הערה|מרדכי, [[רבי מרדכי בן הלל]], ראש השנה, אות תשע}}.
ער ווערט אויך ציטירט אין תוספות{{הערה|שם=תוס}}, און אין [[ספר מצוות גדול]]{{הערה|1=[[רבי משה מקוצי|רבי משה בן יעקב פון קוצי]], סמ"ג, עשין מב, עמ' קיח.}} און אינעם פירוש מרדכי אויף ש"ס{{הערה|[[רבי מרדכי בן הלל]], מרדכי, ראש השנה, אות תשע.}}.


==ביבליאגראפיע==
==ביבליאגראפיע==
שורה 27: שורה 27:
*{{אוצר החכמה|שמעון גרשון ברנשטיין|פיוטים ופיטנים חדשים מהתקופה הביצנטינית|143399|page=45|שנת הוצאה=תש"א|עמ=44–57}}
*{{אוצר החכמה|שמעון גרשון ברנשטיין|פיוטים ופיטנים חדשים מהתקופה הביצנטינית|143399|page=45|שנת הוצאה=תש"א|עמ=44–57}}
*{{היברובוקס|אהרן ראו|אמת ליעקב|36863|page=133|קעפל=קרובת "אגן הסהר"|מקום הוצאה=בערלין|שנת הוצאה=תרצ"ז|מו"ל=ספר היובל לכבוד הרב יעקב פריימאנן|עמ=128–148}}
*{{היברובוקס|אהרן ראו|אמת ליעקב|36863|page=133|קעפל=קרובת "אגן הסהר"|מקום הוצאה=בערלין|שנת הוצאה=תרצ"ז|מו"ל=ספר היובל לכבוד הרב יעקב פריימאנן|עמ=128–148}}
* Wout van Bekkum, [https://ddd.uab.cat/record/239942 The Latin Talmud and Liber Krúbot], ''The Talmud in Dispute During the High Middle Ages'', 2019, p. 171-218
*ישראל דאווידזאן, [https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=ufl.31262044458833&seq=395 אוצר השירה והפיוט], חלק ד, תרצ"ג, ז' 371
*ישראל דאווידזאן, [https://hdl.handle.net/2027/mdp.39015024589577?urlappend=%3Bseq=423%3Bownerid=13510798888514179-80 אוצר השירה והפיוט], חלק א, תרפ"ה, ז' 347
*יהודה ליב וינברגר, “[http://www.jstor.org/stable/23506687 שירים חדשים מהתקופה הביזאנטינית]”, Hebrew Union College Annual 43 (1972): 308–309.
*יהודה ליב וינברגר, “[http://www.jstor.org/stable/23506687 שירים חדשים מהתקופה הביזאנטינית]”, Hebrew Union College Annual 43 (1972): 308–309.
<div class="mw-content-ltr">
* Wout van Bekkum, [https://ddd.uab.cat/record/239942 The Latin Talmud and Liber Krúbot], ''The Talmud in Dispute During the High Middle Ages'', 2019, p. 171-218</div>


==דרויסנדיגע לינקס==
*{{דף שער בספרייה הלאומית|987007595536805171|בנימין בן שמואל מקושטני}}
==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 06:35, 17 יוני 2025

רבי בנימין בן שמואל הלוי פון קוטאַנץ איז געווען פון די ערשטע חכמי אשכנז און א פראנצויזישער פּּייטן (ארום די יארן ד'תש"נ–ד'ת"ת). ער איז געווען פון די שטערקסטע און טאלאנטירטסטע פּייטנים. עס זענען פארבליבן כאטש איין־און־דרייסיג פון זיינע ליטורגישע שטיקער אין די פארשידענע מחזורים[1]. ר' בנימין ווערט גערעכנט צווישן די וויכטיגסטע פּייטנים אין דער תקופה נאך קליר. א טייל פון זיינע פּיוטים זענען אריינגענומען אין "מחזור רומניא"[2].

לעבן און אפּשטאם

עס איז אנגענומען אז ר' בנימין האט געוואוינט אין קוטאַץ (Coutances) (מאַנש דעפּאַרטמענט, נאָרמאַנדי, פראנקרייך), וועלכע איז פריער געווען באקאנט אין העברעאיש אלס קוסטני[3]. עטליכע האבן אבער פארגעלייגט אז ער קען האבן געשטאמט פון ביזאַנטין און נישט פון פראנקרייך[4]. זיי צייגן אָן אויף דער באגריף "פּויטן" וואס ר' בנימין האט גענוצט (אנשטאט דעם מער געווענליכן "פּייטן"), און אז אסאך פון זיינע ווערק זענען גענוצט געווארן אין מחזורים אין גריכנלאנד, אַנאַטאָליע און די באלקאנען.

אבער אנדערע ווייזן אויף זיין באצייכענונג אין ספר 'הפרדס' אלס "עיר וקדיש זקננו ר' בנימין בר' שמואל מקוסטני זק"ל"[5], און אז ער ווערט דערמאנט אין א תשובה פון מהרש"ל אלס א בן־דור פון רבי מאיר ש"ץ פון ווירמייזא און פון רבי יוסף טוב עלם[6], וואס שטעלט אים צווישן די אשכנזים[7]. רוב פון זיינע פּיוטים געפינען זיך אינעם נוסח צרפת, וואס שטיצט א פראנצויזישן אפּשטאם[8].

אין א יחוס בוים צום סוף פון ש"ס כתב יד מינכן 95 (העב'), שטייט אז ר' בנימין איז גאר געווען א ברודער מיט רבי יוסף טוב עלם[9], ס'זענען אבער פארהאן פארשער וואס פרובירן דאס אפּצואווענדן[10].

פיוטים

ר' בנימין האט געשריבן פּיוטים בעיקר פאר די שלש רגלים און ראש השנה, און איינצלנע פאר יום כיפור, און חתמ'עט זיך מיט אַקראָסטיכן ווי "בנימן בר שמואל סופר", "פייטן", אדער "מתרגם". אויף געוויסע ליטורגיעס וואס אנטהאלטן "בנימין" אין אקראסטיך איז א ספק צי זיי זענען צוגעשריבן צו אים אדער צו זיין יונגערן בן־דור, רבי בנימין בן זרח[8].

זיינע פּיוטים זענען געשריבן אין דעם סטיל און שפּראך פון די אלטע פּייטנים, ווי רבי אלעזר בירבי קליר, אבער זיינע ווערק שטייען אפט ארויס מיט זייער דיכטערישער שיינקייט און געפילן פאר קדושת התורה וישראל[11], און זענען צומאל גאר קינסטלעריש[1].

איינע פון ר' בנימין'ס קאמפּאזיציעס איז א לאנגע קרובה פאר שבועות "ארוכה מארץ מדה"[12]. ער האט אויך געשריבן "אזהרות" (פיוטים וואס רעכענען אויס די 613 מצוות). טיילן פון זיינע "אזהרות" זענען פארבליבן אין כתב-יד אין דער קאהירער גניזה און זענען שפעטער געדרוקט געווארן[13]. פון זיינע פיוטים איז אויך דער פיוט "וחיות בוערות" פאר קדושה פון ראש השנה, אויך ציטירט אין תוס'[14].

ר' בנימין'ס בעפארצוגן רבי עקיבא'ס "אלף־בית", וואס ער נוצט אין זיינע פּיוטים, ווייזט אויף א געוויסן נייגונג צו קבלה[8].

אלס פוסק

ר' בנימין איז אויך באטראכט געווארן אלס א הלכה'דיגער אויטאריטעט, און זיינע פסקים זענען ציטירט געווארן דורך די גדולי הראשונים, צום ביישפיל אין ספר הפרדס, וואס באשטעטיגט דאס מפסיק זיין ביים דאווענען צו זאגן פיוטים, ערקלערנדיג אז דאס איז צוליב "עת לעשות לה' הפרו תורתיך", וויבאלד די חכמה איז געווארן ווייניגער ביי אידן האט מען איינגעפירט דאס זאגן פיוטים אנשטאט צו געבן דרשות בעניינו של יום, ווי משה רבינו'ס תקנה[5]. ער ווערט אויך ציטירט אין תוספות[14], און אין ספר מצוות גדול[15] און אינעם פירוש מרדכי אויף ש"ס[16].

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 לעאָפּאָלד צונץ, Literaturgeschichte der synagogalen Poesie, pp. 115-120 (דייטש).
  2. "Benjamin ben Samuel Ha-Levi", Encyclopaedia Judaica, 2007.
  3. היינריך גראס, Gallia Judaica, ז' 553 (פֿראַנצויזיש).
  4. Weinberger, Leon J. “On the Provenance of Benjamin B. Samuel Quštani.” The Jewish Quarterly Review 68, no. 1 (1977): 46–60.
  5. 5.0 5.1 ספר הפרדס, בודאפעסט: הרב עהרנרייך, תרפ"ד, עמ' רכט–רל, (הלכות ר"ה); זעט פנחס רוט, ספר הפרדס: לדרכי היווצרותו של ילקוט הלכתי בימי הביניים, תשס"ח, עמ' 117–121.
  6. שו"ת מהרש"ל, סי' כט.
  7. א.מ. הברמן, תולדות הפיוט והשירה, חלק ב', עמ' 226–227; זעט פנחס רוט, ספר הפרדס: לדרכי היווצרותו של ילקוט הלכתי בימי הביניים, תשס"ח, עמ' 118–119.
  8. 8.0 8.1 8.2 לוי גינצבורג, ‏"Benjamin b. Samuel of Coutances", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).
  9. געברענגט אין רפאל נתן נטע רבינוביץ, דקדוקי סופרים, ברכות, מינכן תרכ"ח, עמ' ,30–31 הערה ט.
  10. זעט פנחס רוט, ספר הפרדס: לדרכי היווצרותו של ילקוט הלכתי בימי הביניים, תשס"ח, עמ' 119.
  11. שמואל יוסף פין, כנסת ישראל, ווארשע, תרמ"ז, עמ' 174.
  12. ישראל דאווידזאן, אוצר השירה והפיוט, חלק א, תרפ"ה, ז' 347.
  13. עזרא פליישר, ‏"אזהרות לר' בנימן (בן שמואל) פייטן", קבץ על יד, יא (כא, תשמ"ה), א, עמ' 75-1.
  14. 14.0 14.1 תוס' חגיגה יב, א ד"ה מסוף.
  15. רבי משה בן יעקב פון קוצי, סמ"ג, עשין מב, עמ' קיח.
  16. רבי מרדכי בן הלל, מרדכי, ראש השנה, אות תשע.