אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דצ"ך עד"ש באח"ב"
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 21: | שורה 21: | ||
===באזונדערע גרופעס=== | ===באזונדערע גרופעס=== | ||
עטליכע ראשונים ערקלערן אז די סימנים צייגן אן אויף דריי באזונדערע גרופעס און הגדרות פון די מכות (לויט געוויסע פשטים שטימט מכת בכורות אריין מיט די דריטע גרופע, און לויט אנדערע איז | עטליכע ראשונים ערקלערן אז די סימנים צייגן אן אויף דריי באזונדערע גרופעס און הגדרות פון די מכות (לויט געוויסע פשטים שטימט מכת בכורות אריין מיט די דריטע גרופע, און לויט אנדערע איז עס אייגנארטיג און איז בלויז צוזאמגעשטעלט מיט'ן לעצטן סימן פאר פּראקטישקייט{{הערה|זעט אויך [https://mg.alhatorah.org/SP/Lekach%20Tov/Shemot/8.15 לקח טוב שמות ח׳:ט״ו]; [https://mg.alhatorah.org/SP/R.%20Avraham%20b.%20HaRambam/Shemot/9.19 ר׳ אברהם בן הרמב״ם שמות ט׳:י״ט]; [https://mg.alhatorah.org/SP/Ramban/Shemot/8.15 רמב״ן שמות ח׳:ט״ו]; [https://mg.alhatorah.org/SP/R.%20Bachya/Shemot/10.1#e2 רבינו בחיי שמות י׳:א׳]; [https://mg.alhatorah.org/SP/Sforno/Shemot/8.12#e2 ספורנו שמות ח׳:י״ב]; [https://library.alhatorah.org/?r1=Maharal%20Gevurot%20Hashem%2034 מהר״ל גבורות ה׳ ל״ד]; [https://mg.alhatorah.org/SP/Keli%20Yekar/Shemot/7.17 כלי יקר שמות ז׳:י״ז]; [https://mg.alhatorah.org/SP/R.%20S.R.%20Hirsch/Shemot/7.15 רש״ר הירש שמות ז׳:ט״ו]; [https://mg.alhatorah.org/SP/Malbim/Shemot/7.14#e2 מלבי״ם שמות ז׳:י״ד]}}: | ||
* יעדע גרופע האט געהאט אן אייגנארטיגע ציל. די ערשטע דריי מכות - '''ד'''ם, '''צ'''פרדע, '''כ'''ינים, איז געקומען ווייזן אויף "מציאות | * יעדע גרופע האט געהאט אן אייגנארטיגע ציל. די ערשטע דריי מכות - '''ד'''ם, '''צ'''פרדע, '''כ'''ינים, איז געקומען ווייזן אויף "[[מציאות ה']]", ווי עס שטייט ביי די דריי מכות "בְּזֹאת תֵּדַע כִּי אֲנִי ד'{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ז|יז}}}}". די צווייטע גרופע - '''ע'''רוב, '''ד'''בר, '''ש'''חין, זענען געקומען ווייזן אז דער באשעפער פירט די וועלט - "[[השגחה]]", ווי עס שטייט דערביי "לְמַעַן תֵּדַע כִּי אֲנִי ד' {{אונטערשטריך|בְּקֶרֶב הָאָרֶץ}}"{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ח|יח}}}}. און די דריטע גרופע - '''ב'''רד, '''א'''רבה,'''ח'''ושך, '''ב'''כורות, איז געקומען צייגן אז די [[נביאה|נביאים]] זענען אמת{{הערה|[[ריטב"א]]{{מקור}}|דארט=הגדה}}, ווי עס שטייט דערביי "הַיָּרֵא אֶת דְּבַר ד'", "וַאֲשֶׁר לֹא שָׂם לִבּוֹ אֶל דְּבַר ד'", "הַעְתִּירוּ אֶל ד'"{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ט|כ|כא}}, {{תנ"ך|שמות|ט|כח|אן=פרק}}}}; און אז דער באשעפער איז דער בעל היכולת וואס קען אלעס טוישן ווי זיין ווילן{{הערה|[[אברבנאל]]{{מקור}}|דארט=הגדה}}, ווי עס שטייט "בַּעֲבוּר תֵּדַע כִּי אֵין כָּמֹנִי בְּכָל הָאָרֶץ"{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ט|יד}}}}. | ||
* יעדע גרופע | * אין יעדע גרופע זענען געווען צוויי מכות וואס משה האט געווארנט פרעה דערוועגן פון פריער, און די דריטע איז געקומען אָן א התראה. למשל, ביי דצ"ך זענען דם און צפרדע געווען מיט א ווארענונג, און כינים נישט. ביי עד"ש זענען ערוב און דבר געווען מיט א ווארענונג, און שחין נישט. ביי באח"ב זענען ברד און ארבה געווען מיט א ווארענונג, און חושך נישט (מכת בכורות איז אויך געווען מיט א ווארענונג){{הערה|ריטב"א{{מקור}}|דארט=הגדה}}{{הערה|כל בו בשם רבי יוסף בדוס; שבלי הלקט בשם זיין ברודער רבי בנימין {{העב|רבי בנימין בן אברהם}}; [https://library.alhatorah.org/?r1=Maharal%20Gevurot%20Hashem%2057 מהר״ל גבורות ה׳ נ"ז]}}. | ||
* די ערשטע גרופע - דצ"ך, איז געווען מכות אויף דער ערד, די צווייטע - עד"ש, אויף די באשעפענישן אויף דער ערד, די דריטע - בא"ח, פון הימל{{הערה|ריטב"א{{מקור}}, [[רשב"ם]]{{מקור}}, [[מהר"ל]] - גבורות ה'|דארט=הגדה}}. | * די ערשטע גרופע - דצ"ך, איז געווען מכות אויף דער ערד, די צווייטע - עד"ש, אויף די באשעפענישן אויף דער ערד, די דריטע - בא"ח, פון הימל{{הערה|ריטב"א{{מקור}}, [[רשב"ם]]{{מקור}}, [[מהר"ל]] - גבורות ה'|דארט=הגדה}}. | ||
* די ערשטע גרופע - דצ"ך, איז געקומען דורך [[אהרן]]; די צווייטע - עד"ש, דורך משה אנעם שטעקן, די דריטע - בא"ח דורך משה מיט'ן שטעקן{{הערה|שם=ריד}}{{הערה|שם=מיימ|[[הגהות מיימוניות]], זמנים [https://rambam.alhatorah.org/Dual/Hagahot_Maimoniyot/Chametz_uMatzah/8.15 טו, ב]; בשם [[ראב"ן]]}}{{הערה|זעט {{תנחומא|וארא|יד}}}}. | * די ערשטע גרופע - דצ"ך, איז געקומען דורך [[אהרן]]; די צווייטע - עד"ש, דורך משה אנעם שטעקן, די דריטע - בא"ח דורך משה מיט'ן שטעקן{{הערה|שם=ריד}}{{הערה|שם=מיימ|[[הגהות מיימוניות]], זמנים [https://rambam.alhatorah.org/Dual/Hagahot_Maimoniyot/Chametz_uMatzah/8.15 טו, ב]; בשם [[ראב"ן]]}}{{הערה|זעט {{תנחומא|וארא|יד}}}}. | ||
רעוויזיע פון 18:17, 8 אפריל 2025
|
רַבִּי יְהוּדָה הָיָה נוֹתֵן בָּהֶם סִמָּנִים: דְּצַ"ךְ עַדַ"שׁ בְּאַחַ"ב |
| הגדה של פסח, מגיד |
די ווערטער דצ"ך עד"ש באח"ב זענען אנגעגעבן אלס סימנים פאר די צען מכות דורך רבי יהודה אין די הגדה של פסח ביי מגיד, נאכ'ן אויסרעכענען די צען מכות[1]. די סימנים אנטהאלטן די ראשי תיבות פון די מכות: דם, צפרדע, כינים; ערוב, דבר, שחין; ברד, ארבה, חושך, מכת בכורות. אין מדרש שטייט אז די סימנים איז געווען אויסגעקריצט אויף משה'ס שטעקן.
ערקלערונגען
עס זענען פארהאן מערערע ערקלערונגען איבער די אויפטו און מאטיוו פון די סימנים. די מפרשים ערקלערן וועלכע ציל די סימנים דינען, זינט עס איז גרינג צו געדענקען די נעמען פון די מכות[2].
בשם רש"י און רבי יהודה החסיד[3] ווערט ערקלערט אז דאס קומט צו ווייזן אז די סדר פון די מכות איז געווען ווי געשילדערט אין ספר שמות, און מען זאגט נישט דא "אין מוקדם ומאוחר בתורה", ספעציעל אז אין תהלים[4] ווערן די מכות געשילדערט מיט אן אנדערע סדר[5].
נאך א פשט האט רש"י געזאגט בשם דעם שוחר טוב[6], אז די ווערטער דצ"ך עד"ש באח"ב זענען געווען געשריבן אויף משה'ס שטעקן, ווי געברענגט אין מדרש[7] און בשם דעם ירושלמי[8], און משה האט געקוקט אויפ'ן ספעציפישן אות פון די מכה ביים ברענגען דערמיט די מכה[9].
רבי ישעיה די טראני שרייבט אז די גימטריא צאל פון די סימנים באטרעפט 501, די זעלבע צאל ווי די סך הכל פון אלע שיטות אין דער הגדה איבער וויפיל מכות די מצריים זענען געשלאגן געווארן ביים ים סוף (רבי יוסי הגלילי: 50 + רבי אליעזר: 200 + רבי עקיבא: 250), מיט'ן כולל, אדער מיט נאך איינס פאר "אצבע אלוקים" (שמות ח, טו)[3], אדער קעגן די 100 מכות פון די שיטות אינאיינעם וואס האט באטראפן די מצריים אין מצרים[מקור פארלאנגט].
דער חתם סופר ערקלערט אז די ראשי תיבות פון די סימנים איז "עבד", און די סופי תיבות - "כבש", וויבאלד זיי האבן געדינט דעם מזל טלה[מקור פארלאנגט].
באזונדערע גרופעס
עטליכע ראשונים ערקלערן אז די סימנים צייגן אן אויף דריי באזונדערע גרופעס און הגדרות פון די מכות (לויט געוויסע פשטים שטימט מכת בכורות אריין מיט די דריטע גרופע, און לויט אנדערע איז עס אייגנארטיג און איז בלויז צוזאמגעשטעלט מיט'ן לעצטן סימן פאר פּראקטישקייט[10]:
- יעדע גרופע האט געהאט אן אייגנארטיגע ציל. די ערשטע דריי מכות - דם, צפרדע, כינים, איז געקומען ווייזן אויף "מציאות ה'", ווי עס שטייט ביי די דריי מכות "בְּזֹאת תֵּדַע כִּי אֲנִי ד'[11]". די צווייטע גרופע - ערוב, דבר, שחין, זענען געקומען ווייזן אז דער באשעפער פירט די וועלט - "השגחה", ווי עס שטייט דערביי "לְמַעַן תֵּדַע כִּי אֲנִי ד' בְּקֶרֶב הָאָרֶץ"[12]. און די דריטע גרופע - ברד, ארבה,חושך, בכורות, איז געקומען צייגן אז די נביאים זענען אמת[2.1], ווי עס שטייט דערביי "הַיָּרֵא אֶת דְּבַר ד'", "וַאֲשֶׁר לֹא שָׂם לִבּוֹ אֶל דְּבַר ד'", "הַעְתִּירוּ אֶל ד'"[13]; און אז דער באשעפער איז דער בעל היכולת וואס קען אלעס טוישן ווי זיין ווילן[2.2], ווי עס שטייט "בַּעֲבוּר תֵּדַע כִּי אֵין כָּמֹנִי בְּכָל הָאָרֶץ"[14].
- אין יעדע גרופע זענען געווען צוויי מכות וואס משה האט געווארנט פרעה דערוועגן פון פריער, און די דריטע איז געקומען אָן א התראה. למשל, ביי דצ"ך זענען דם און צפרדע געווען מיט א ווארענונג, און כינים נישט. ביי עד"ש זענען ערוב און דבר געווען מיט א ווארענונג, און שחין נישט. ביי באח"ב זענען ברד און ארבה געווען מיט א ווארענונג, און חושך נישט (מכת בכורות איז אויך געווען מיט א ווארענונג)[2.3][15].
- די ערשטע גרופע - דצ"ך, איז געווען מכות אויף דער ערד, די צווייטע - עד"ש, אויף די באשעפענישן אויף דער ערד, די דריטע - בא"ח, פון הימל[2.4].
- די ערשטע גרופע - דצ"ך, איז געקומען דורך אהרן; די צווייטע - עד"ש, דורך משה אנעם שטעקן, די דריטע - בא"ח דורך משה מיט'ן שטעקן[3][16][17].
- מיט יעדע דריטע מכה איז מיטגעקומען די אנדערע צוויי דריטע. ביי כנים איז אויך געווען שחין מיט חושך, ביי שחין - כינים און חושך, און ביי חושך אויך כנים און שחין; ווען די יעצטיגע מכה איז דאמינירנד און די אנדערע קומען מיט[16.1].
על פי קבלה
דער ריטב"א זאגט אז על פי קבלה זענען פארהאן גרויסע סודות אין די סימנים פון רבי יהודה[18]. אין די בריוו פון רבי שמשון אסטראפאלער איבער די מכות ווערט ערקלערט די סימנים על פי סוד, אז די גימטריא צאל פון דצ"ך עד"ש באח"ב - תק"א, איז דער נאמען פון דער מלאך געשטעלט אויף די מכות, און באטרעפט "אש"ר", אויפ'ן פסוק וּלְמַעַן תְּסַפֵּר בְּאָזְנֵי בִנְךָ וּבֶן בִּנְךָ אֵת אַשֶר הִתְעַלַּלְתִּי בְּמִצְרַיִם[19] און די שֵמות מיט וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים - דע"ב צד"א כשח"ב זענען די זעלבע אותיות[20].
בלוט בלבולים
אין 18טער יארהונדערט האבן די פראנקיסטן געניצט די סימנים צו איבערצייגן די "ווארהייט" פונעם בלוט בלבול ביי די בלבול פון שמעון פון טרענט (ענ'), אין א בריוו צום פויבסט, זאגנדיג אז די באהאלטענע באדייט דערפון איז "דם צריכים כולנו על דרך שעשו באותו האיש חכמים בירושלים". די אידישע פירער זענען גערופן געווארן אפצואווענדן די באשולדיגונג אין א ויכוח אין לעמבערג, וואו עס האבן אנטיילגענומען רבי חיים הכהן ראפאפארט, און לויט געוויסע מקורות אויך דער בעל שם טוב[21]. עס ווערט דערציילט אויף א ויכוח איבער א בלוט בלבול ווי דער גלח האט אויפגעברענגט אז די סימנים באדייטן "דם צריכים כולנו, על דבר שהרגנו בן א-ל חי בשמים"; אויף וואס דער אידישער פארטרעטער האט געענטפערט "דוברים צוררינו כזב, עלילת דם שקר, בני אברהם חלילה בזאת"[22].
דרויסנדיגע לינקס
- דצ"ך עד"ש באח"ב, אין הגדה גדולה, על התורה
- הרב יהודה שורפין, מה פשר הסימן דְּצַ"ךְ עַדַ"שׁ בְּאַחַ"ב?, chabad.org
רעפערענצן
- ↑ אויך אין ספרי פיסקא שא, מדרש תנאים דברים כ"ו.
- ↑ הגדה של פסח עם עשרה פירושים, ווילנא, תרכ"ח.
- ↑ ריטב"א[מקור פארלאנגט].
- ↑ אברבנאל[מקור פארלאנגט].
- ↑ ריטב"א[מקור פארלאנגט].
- ↑ ריטב"א[מקור פארלאנגט], רשב"ם[מקור פארלאנגט], מהר"ל - גבורות ה'
- ↑ 3.0 3.1 3.2 געברענגט אין שבלי הלקט - הגדה של פסח.
- ↑ קאַפּיטל ע"ח; קאַפּיטל ק"ה.
- ↑ ריטב"א אויף הגדה בשם רש"י; מבית מדרשו של רש"י אויף הגדה; כל בו אויף הגדה בשם "יש אומרים".
- ↑ עס ערשיינט נישט אין אונזער מדרש תהלים.
- ↑ שמות רבה, פרשה ח', פסקה ג'; ילקוט שמעוני תורה, רמז קע"ג; תנחומא, באבער, וארא, ח.
- ↑ רש"י אין ספר האורה חלק א צ*; אורחות חיים און אבודרהם אויף הגדה. עס ערשיינט נישט אין אונזער ירושלמי.
- ↑ ריטב"א אויף הגדה בשם רש"י.
- ↑ זעט אויך לקח טוב שמות ח׳:ט״ו; ר׳ אברהם בן הרמב״ם שמות ט׳:י״ט; רמב״ן שמות ח׳:ט״ו; רבינו בחיי שמות י׳:א׳; ספורנו שמות ח׳:י״ב; מהר״ל גבורות ה׳ ל״ד; כלי יקר שמות ז׳:י״ז; רש״ר הירש שמות ז׳:ט״ו; מלבי״ם שמות ז׳:י״ד.
- ↑ שמות ז, יז.
- ↑ שמות ח, יח.
- ↑ שמות ט, כ–כא, כח.
- ↑ שמות ט, יד.
- ↑ כל בו בשם רבי יוסף בדוס; שבלי הלקט בשם זיין ברודער רבי בנימין (העב'); מהר״ל גבורות ה׳ נ"ז.
- ↑ 16.0 16.1 הגהות מיימוניות, זמנים טו, ב; בשם ראב"ן.
- ↑ זעט מדרש תנחומא פרשת וארא פיסקא י"ד.
- ↑ ריטב"א אויף הגדה.
- ↑ און כָּל הַמַּחֲלָה אֲשֶׁר שַׂמְתִּי בְמִצְרַיִם לֹא אָשִׂים עָלֶיךָ[16].
- ↑ אגרת רבי שמשון מאוסטרופולי אויף וויקיטעקסט.
- ↑ בצלאל לנדוי, עלילת הדם בתולדות ישראל, אויף "דעת"
- ↑ הרב משה בוגמילסקי, דצ"ך עד"ש באח"ב, אויף chabad.org.
קאטעגאריע:הגדה של פסח קאטעגאריע:מאמרי חז"ל קאטעגאריע:מכות מצרים