אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי מרדכי טווערסקי"

פון המכלול
צווייטער טשערנאבילער רבי (ה'תק"ל–ה'תקצ"ז)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
(כראנאלאגיש)
שורה 40: שורה 40:
==ביאגראפיע==
==ביאגראפיע==
רבי מאטעלע איז געבוירן אין [[טשערנאביל]] צו שרה און [[רבי מנחם נחום פון טשערנאביל]], א תלמיד פון [[בעל שם טוב]] און [[רבי דוב בער פון מעזריטש]] און מחבר פון [[מאור עינים]].
רבי מאטעלע איז געבוירן אין [[טשערנאביל]] צו שרה און [[רבי מנחם נחום פון טשערנאביל]], א תלמיד פון [[בעל שם טוב]] און [[רבי דוב בער פון מעזריטש]] און מחבר פון [[מאור עינים]].
אין זומער תקל"ב, ווען ער איז געווען ארום דריי יאר, איז רבי מאטעלע א חתן געווארן מיט רעביצין חיה שרה, א טאכטער פון [[רבי אהרן הגדול פון קארלין]], וועלכער איז נפטר געווארן עטליכע חדשים פריער אין י"ט ניסן{{הערה|שם=מאורי|'''ילקוט מאורי אור''', שיכון סקווירא תשנ"ז, עמוד רנ"א}}. די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקמ"ג אדער תקמ"ד{{הערה|שם=מאורי}}. מיט איר האט ער געהאט דריי זון און איין טאכטער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו פייגא, א טאכטער פון [[רבי דוד לייקעס]], א תלמיד פון בעל שם טוב, און געהאט מיט איר נאך פינף זון און צוויי טעכטער.
אין זומער תקל"ב, ווען ער איז געווען ארום דריי יאר, איז רבי מאטעלע א חתן געווארן מיט רעביצין חיה שרה, א טאכטער פון [[רבי אהרן הגדול פון קארלין]], וועלכער איז נפטר געווארן עטליכע חדשים פריער אין י"ט ניסן{{הערה|שם=מאורי|'''ילקוט מאורי אור''', שיכון סקווירא תשנ"ז, עמוד רנ"א}}.


ווען צאר ניקאלאי דער ערשטער האט אין יאר תקס"ה פארלאנגט פון די אידן אין דער [[רוסישע אימפעריע]] אז זיי זאלן זיך אויך רופן מיט א [[פאמיליע-נאמען]], האט רבי מאטעלע אויסגעקליבן דעם נאמען "טברי'סקי" נאך דער שטאט [[טבריה]], וואו עס האבן זיך באזעצט די חסידים וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל{{הערה|{{אקדמיה|2=די משפחה נאמען טווערסקי|3=101989488|4=אורות|5=אייר תשפ"ג}}}}.
די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקמ"ג אדער תקמ"ד{{הערה|שם=מאורי}}. מיט איר האט ער געהאט דריי זון און איין טאכטער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו פייגא, א טאכטער פון [[רבי דוד לייקעס]], א תלמיד פון בעל שם טוב, און געהאט מיט איר נאך פינף זון און צוויי טעכטער.


נאך די פטירה פון זיין פאטער אין תקנ"ח, האט רבי מאטעלע איבערגענומען זיין ארט, אלס [[מגיד מישרים]] און רבי אין טשערנאביל. רבי מרדכי האט געהאט אסאך חסידים דורכאויס גאנץ [[אוקראינע]] און [[וואהלין]], און פילע שטעט האבן אים באשטימט פאר זייער מגיד מישרים. [[רבי שלום רוקח]] פון [[בעלזא]] האט אמאל געזאגט ביים שבת טיש, אז ווען זיי וואוינען ווען אין זעלבן לאנד וואלט ער געפארן פילע פרסאות צו זיין ביי רבי מרדכי{{הערה|{{אוצר החכמה|2=ליקוטי תורה|3=172600|4=אין הסכמה פון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן|page=14}}}}.
נאך די פטירה פון זיין פאטער אין תקנ"ח, האט רבי מאטעלע איבערגענומען זיין ארט, אלס [[מגיד מישרים]] און רבי אין טשערנאביל. רבי מרדכי האט געהאט אסאך חסידים דורכאויס גאנץ [[אוקראינע]] און [[וואהלין]], און פילע שטעט האבן אים באשטימט פאר זייער מגיד מישרים. [[רבי שלום רוקח]] פון [[בעלזא]] האט אמאל געזאגט ביים שבת טיש, אז ווען זיי וואוינען ווען אין זעלבן לאנד וואלט ער געפארן פילע פרסאות צו זיין ביי רבי מרדכי{{הערה|{{אוצר החכמה|2=ליקוטי תורה|3=172600|4=אין הסכמה פון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן|page=14}}}}.
שורה 48: שורה 48:
אנדערש ווי זיין פאטער וואס האט געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, האט רבי מרדכי זיך געפירט מיט א ברייטן פארנעם. דאס האט פאראורזאכט א געוויסע רייבעניש צווישן זיינע חסידים און די חסידים פון [[רבי ישראל פון רוזשין]], וואס איז געווען זיין מחותן און פלומעניק (אייניקל פון זיין שוואגער [[רבי אברהם פון קארסטשאוו]]), וואס אויך ער האט זיך געפירט מיט ברייטקייט. רבי מאטעלע פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גרויסע סכומים פון געלט. ביי חסידים פלעגט מען זאגן אז דאס געלט האט ער גענוצט אויסצוהאלטן די [[ל"ו צדיקים]], אן אויפגאבע וואס ער האט איבערגענומען פון [[רבי לייב שרה'ס]]{{הערה|{{אוצר החכמה|יוסף ליפשיץ|החכמה מאי"ן|198614|page=83}}}}.
אנדערש ווי זיין פאטער וואס האט געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, האט רבי מרדכי זיך געפירט מיט א ברייטן פארנעם. דאס האט פאראורזאכט א געוויסע רייבעניש צווישן זיינע חסידים און די חסידים פון [[רבי ישראל פון רוזשין]], וואס איז געווען זיין מחותן און פלומעניק (אייניקל פון זיין שוואגער [[רבי אברהם פון קארסטשאוו]]), וואס אויך ער האט זיך געפירט מיט ברייטקייט. רבי מאטעלע פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גרויסע סכומים פון געלט. ביי חסידים פלעגט מען זאגן אז דאס געלט האט ער גענוצט אויסצוהאלטן די [[ל"ו צדיקים]], אן אויפגאבע וואס ער האט איבערגענומען פון [[רבי לייב שרה'ס]]{{הערה|{{אוצר החכמה|יוסף ליפשיץ|החכמה מאי"ן|198614|page=83}}}}.


די דברי תורה וואס ער האט געזאגט זענען פארעפנטליכט געווארן אינעם ספר "ליקוטי תורה", וואס די מנהיגי החסידות האבן געשריבן [[הסכמה|הסכמות]] דערויף. אין תשס"א איז עס איבערגעדרוקט געוואָרן אין אַ איבערגעארבעטע אויסגאַבע.
ווען צאר ניקאלאי דער ערשטער האט אין יאר תקס"ה פארלאנגט פון די אידן אין דער [[רוסישע אימפעריע]] אז זיי זאלן זיך אויך רופן מיט א [[פאמיליע-נאמען]], האט רבי מאטעלע אויסגעקליבן דעם נאמען "טברי'סקי" נאך דער שטאט [[טבריה]], וואו עס האבן זיך באזעצט די חסידים וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל{{הערה|{{אקדמיה|שמואל גרובער|די משפחה נאמען טווערסקי|101989488|אורות|אייר תשפ"ג}}}}.


צווישן חסידים ווערט פארציילט אז ווען רבי מרדכי האט נאך געלעבט, האט שוין רבי ישראל פון רוזשין א נאמען געגעבן פאר זיין זון [[רבי מרדכי שרגא פרידמאן]] פון [[הוסיאטין]] נאך זיין פעטער רבי מרדכי, זאגנדיג אז שוין אפאר יאר וואס דער פעטער איז נישט אויף דער וועלט, נאר גאר העכער דערפון.
צווישן חסידים ווערט פארציילט אז אין יאר תקצ"ד, ווען רבי מרדכי האט נאך געלעבט, האט שוין דער רוזשינער א נאמען געגעבן פאר זיין זון [[רבי מרדכי שרגא פרידמאן|רבי מרדכי שרגא פון הוסיאטין]] נאך זיין פעטער רבי מרדכי, זאגנדיג אז שוין אפאר יאר וואס דער פעטער איז נישט אויף דער וועלט, נאר גאר העכער דערפון.


ער איז אוועק אין [[אנאטיווקא]], נעבן [[קיעוו]], אום [[כ' אייר]] [[ה'תקצ"ז]]. ער האט זיך שוין פון פריער באשטימט זיין מקום קבורה ביים עק פון דעם דארף, צוליב וואס דארט איז נישט פארהאן קיין איין [[קלויסטער]] וואס זאל צעשטערן זיין רו מיט גלעקער. זיין ציון געפונט זיך אינמיטן א פוסטן פעלד, נעבן [[בארג|בערג]] און א [[טייך]].
ער איז אוועק אין [[אנאטיווקא]], נעבן [[קיעוו]], אום [[כ' אייר]] תקצ"ז. ער האט זיך שוין פון פריער באשטימט זיין מקום קבורה ביים עק פון דעם דארף, צוליב וואס דארט איז נישט פארהאן קיין איין [[קלויסטער]] וואס זאל צעשטערן זיין רו מיט גלעקער. זיין ציון געפונט זיך אינמיטן א פוסטן פעלד, נעבן בערג און א [[טייך]].
 
די דברי תורה וואס ער האט געזאגט זענען פארעפנטליכט געווארן אינעם ספר "ליקוטי תורה", וואס די מנהיגי החסידות האבן געשריבן [[הסכמה|הסכמות]] דערויף. אין תשס"א איז עס איבערגעדרוקט געווארן אין א איבערגעארבעטע אויסגאבע.


==פאמיליע==
==פאמיליע==

רעוויזיע פון 20:40, 12 פעברואר 2025

טשערנאבילער מגיד
רבי מרדכי טווערסקי
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא
געבורט 1770
ה'תק"ל
טשערנאביל
פטירה כ' אייר ה'תקצ"ז (אלט: 67 בערך)
קיעוו
כינוי רבי מאטעלע טשערנאבילער
מקום קבורה אנאטיווקא
מדינה אוקראינע
וואוין אָרט טשערנאביל
טעטיגקייט אָרט טשערנאביל און ארום
תחומי עיסוק אדמו"ר
תפקידים נוספים מגיד מישרים
רבי'ס דער מאור עינים
תלמידים רבי ישראל דב פון ווילעדניק, רבי אברהם דוב אויערבאך, רבי ישראל יוסף גינזבורג.
ספרים ליקוטי תורה
ווייב
  • זוו"ר: חיה שרה (פערלאוו)
  • זוו"ש: פייגא (לייקעס)
דינאסטיע טשערנאביל
טאטע דער מאור עינים
מאמע שרה
צאל קינדער 11
חותנים
צווייטער טשערנאבילער רבי
י"א חשון ה'תקנ"חכ' אייר ה'תקצ"ז
רבי משה (קאריסטשאוו)
רבי יעקב ישראל (טשערקאס)

רבי מרדכי טווערסקי (גערופן: רבי מאטעלע טשערנאבילער אדער טשערנאבילער מגיד; טשערנאביל, ה'תק"לקיעוו, כ' אייר ה'תקצ"ז), איז געווען דער צווייטער טשערנאבילער רבי. זיינע אלע זון זענען אויך געווען רבי'ס, טייל נאך ווען ער האט געלעבט, שטייענדיג אין שפיץ פון די גרויסע חסיד'ישע הויפן טשערנאביל, טריסק, טאלנא, סקווירא און ראחמיסטריווקא, צווישן אנדערע.

ביאגראפיע

רבי מאטעלע איז געבוירן אין טשערנאביל צו שרה און רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, א תלמיד פון בעל שם טוב און רבי דוב בער פון מעזריטש און מחבר פון מאור עינים. אין זומער תקל"ב, ווען ער איז געווען ארום דריי יאר, איז רבי מאטעלע א חתן געווארן מיט רעביצין חיה שרה, א טאכטער פון רבי אהרן הגדול פון קארלין, וועלכער איז נפטר געווארן עטליכע חדשים פריער אין י"ט ניסן[1].

די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקמ"ג אדער תקמ"ד[1]. מיט איר האט ער געהאט דריי זון און איין טאכטער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו פייגא, א טאכטער פון רבי דוד לייקעס, א תלמיד פון בעל שם טוב, און געהאט מיט איר נאך פינף זון און צוויי טעכטער.

נאך די פטירה פון זיין פאטער אין תקנ"ח, האט רבי מאטעלע איבערגענומען זיין ארט, אלס מגיד מישרים און רבי אין טשערנאביל. רבי מרדכי האט געהאט אסאך חסידים דורכאויס גאנץ אוקראינע און וואהלין, און פילע שטעט האבן אים באשטימט פאר זייער מגיד מישרים. רבי שלום רוקח פון בעלזא האט אמאל געזאגט ביים שבת טיש, אז ווען זיי וואוינען ווען אין זעלבן לאנד וואלט ער געפארן פילע פרסאות צו זיין ביי רבי מרדכי[2].

אנדערש ווי זיין פאטער וואס האט געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, האט רבי מרדכי זיך געפירט מיט א ברייטן פארנעם. דאס האט פאראורזאכט א געוויסע רייבעניש צווישן זיינע חסידים און די חסידים פון רבי ישראל פון רוזשין, וואס איז געווען זיין מחותן און פלומעניק (אייניקל פון זיין שוואגער רבי אברהם פון קארסטשאוו), וואס אויך ער האט זיך געפירט מיט ברייטקייט. רבי מאטעלע פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גרויסע סכומים פון געלט. ביי חסידים פלעגט מען זאגן אז דאס געלט האט ער גענוצט אויסצוהאלטן די ל"ו צדיקים, אן אויפגאבע וואס ער האט איבערגענומען פון רבי לייב שרה'ס[3].

ווען צאר ניקאלאי דער ערשטער האט אין יאר תקס"ה פארלאנגט פון די אידן אין דער רוסישע אימפעריע אז זיי זאלן זיך אויך רופן מיט א פאמיליע-נאמען, האט רבי מאטעלע אויסגעקליבן דעם נאמען "טברי'סקי" נאך דער שטאט טבריה, וואו עס האבן זיך באזעצט די חסידים וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל[4].

צווישן חסידים ווערט פארציילט אז אין יאר תקצ"ד, ווען רבי מרדכי האט נאך געלעבט, האט שוין דער רוזשינער א נאמען געגעבן פאר זיין זון רבי מרדכי שרגא פון הוסיאטין נאך זיין פעטער רבי מרדכי, זאגנדיג אז שוין אפאר יאר וואס דער פעטער איז נישט אויף דער וועלט, נאר גאר העכער דערפון.

ער איז אוועק אין אנאטיווקא, נעבן קיעוו, אום כ' אייר תקצ"ז. ער האט זיך שוין פון פריער באשטימט זיין מקום קבורה ביים עק פון דעם דארף, צוליב וואס דארט איז נישט פארהאן קיין איין קלויסטער וואס זאל צעשטערן זיין רו מיט גלעקער. זיין ציון געפונט זיך אינמיטן א פוסטן פעלד, נעבן בערג און א טייך.

די דברי תורה וואס ער האט געזאגט זענען פארעפנטליכט געווארן אינעם ספר "ליקוטי תורה", וואס די מנהיגי החסידות האבן געשריבן הסכמות דערויף. אין תשס"א איז עס איבערגעדרוקט געווארן אין א איבערגעארבעטע אויסגאבע.

פאמיליע

פון זיין ערשטע פרוי חיה שרה האט ער געהאט:

פון זיין צווייטע פרוי פייגא האט ער געהאט:

זייערע קינדער און אייניקלעך פון די "טווערסקי" פאמיליע זענען געווען רבי'ס אין רוסלאנד און פוילן, און צווישן זיי זענען אויך געווען סוחרים און געלערנטע.

תלמידים

צווישן זיינע תלמידים האבן זיך געציילט רבי ישראל דב פון ווילעדניק; רבי אברהם דוב אויערבאך, דער "בת עין"; און רבי ישראל יוסף גינזבורג פון דאוויד-האראדאק (העב').

ליינט מער

דרויסנדיגע לינקס

ספר ליקוטי תורה:

תולדות און עובדות:

רעפערענצן

  1. ארויפשפרינגען קיין: 1.0 1.1 ילקוט מאורי אור, שיכון סקווירא תשנ"ז, עמוד רנ"א
  2. ליקוטי תורה, אין הסכמה פון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן
  3. יוסף ליפשיץ, החכמה מאי"ן (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  4. שמואל גרובער, ‏די משפחה נאמען טווערסקי, אורות, אייר תשפ"ג, אויף Academia.edu