בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,358
רעדאגירונגען
(אנהייב) |
צייכן: אַנולירונג |
||
| (14 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
| שורה 6: | שורה 6: | ||
חודש אדר פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן [[פעברואר]]-[[מערץ]] אין [[גרעגאריאנישער קאלענדאר|גרעגאריאנישן קאלענדאר]] ([[מערץ]]-[[אפריל]] אין אדר ב') , ביי די ענדע פון סעזאן פון [[ווינטער]] אין דעם [[צפון האלבקיילעך]] און פון [[זומער]] אין דעם [[דרום האלבקיילעך]] (וואו עס איז גלייך צו חודש [[אלול]] אין צפון האלבקיילעך). | חודש אדר פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן [[פעברואר]]-[[מערץ]] אין [[גרעגאריאנישער קאלענדאר|גרעגאריאנישן קאלענדאר]] ([[מערץ]]-[[אפריל]] אין אדר ב') , ביי די ענדע פון סעזאן פון [[ווינטער]] אין דעם [[צפון האלבקיילעך]] און פון [[זומער]] אין דעם [[דרום האלבקיילעך]] (וואו עס איז גלייך צו חודש [[אלול]] אין צפון האלבקיילעך). | ||
== אין דער לוח == | |||
אין דער באשטימטער [[אידישער לוח]], לויפן די יארן אין א ציקל פון ניינצן יאר, אין וועלכע די עיבור יארן - ווען חודש אדר ווערט געדאפלט - זענען דריי (און צומאל צוויי) יאר אפגערוקט איין פון אנדערן{{ביאור|פינקטליכער: די יארן 3, 6, 8, 11, 14, 17, און 19 זענען באשטימט אלס עיבור יארן.}}. אדר (אריינגערעכנט אדר ב') איז אלעמאל א "חודש חסר" פון 29 טעג{{הערה|שם=קידהח|{{רמב"ם|קידוש החודש|ח|ד|ה}}}}{{ביאור|אין די צייטן ווען מען האט באשטימט די חדשים על פי הראיה, איז א מחלוקת תנאים צי אדר האט אלעמאל געדארפט זיין חסר ({{בבלי|בכורות|נז|ב}}).}}. דער [[שבט (חודש)|פאריגער חודש]] איז אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג, און [[ראש חודש]] אדר באשטייט דעריבער פון צוויי טעג, [[ל' שבט]] (אדער [[ל' אדר א']]) און [[א' אדר]]{{הערה|שם=קידהח}}. חודש אדר קען זיך אנהייבן אין א [[מאנטאג]], [[מיטוואך]], [[פרייטאג]] אדער [[שבת]]{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תכח|ב}}}}. | |||
אין די צייטן וואס מען האט [[קידוש החודש|באשטימט די חדשים]] על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש אדר, מען זאל וויסן ווען עס פאלט אויס [[פורים]]{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|יח|א}}}}. | |||
== נאמען == | |||
אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "חודש שנים עשר"{{הערה|{{תנ"ך|אסתר|ח|יב}}}}. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "אדר" אין [[בבל]] און אין [[מעסאפאטאמיע]] בכלל, פון אכד'יש addaru, וואס ווערט פארגעשלאגן צו באדייטן "פינסטער" אדער "[[וואלקן|פארוואלקנט]]" (אלס קאנטראסט צו [[אייר]] ווען עס איז שוין ליכטיג){{הערה|Muss-Arnolt, W., [https://www.jstor.org/stable/3268813 The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents], Journal of Biblical Literature Vol. 11, No. 2 (1892), pp. 160-176|כיוון=שמאל}}. לויט אנדערע נעמט זיך עס פונעם טערמין "אידר", א פלאץ וואו מען דרעשט, און באדייט דער צייט ווען מען גרייט אן דאס ארט צו דרעשן די תבואה וועלכע האלטן ביים ווערן געצייטיגט{{הערה|{{צ-בוך|מחבר=Ernest Klein|נאמען=A Comprehensive Etymological Dictionary of the Hebrew Language for Readers of English|מו"ל=Carta|שנת הוצאה=1987|עמ=8}}|כיוון=שמאל}}. אין די תקופה פון [[גלות בבל]] און [[שיבת ציון]] איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים{{הערה|{{ירושלמי|ראש השנה|א|ב}}}}, און עס ווערט דערמאנט אין תנ"ך: {{ציטוטון|לְחֹדֶשׁ שְׁנֵים עָשָׂר הוּא חֹדֶשׁ אֲדָר|{{תנ"ך|אסתר|ג|ז}}}}. | |||
דער נאמען איז אויך געווארן אויסגעטייטשט פון לשון "אדיר", ווייל דער חודש איז גרויס דערמיט וואס [[משה רבינו]] איז דערין געבוירן{{הערה|מדרש החפץ, שמות יב, ב}}, אדער פון לשון "הדר", ווייל די ביימער הייבן אן ווערן באשיינט מיט בלעטער{{הערה|ספר קושיות, אות פ"ח}}. | |||
אין [[אראביש]], הייסט דער מאנאט פון מערץ "אדהאר" אדער "אזאר". | |||
== סימבאלן און אייגנשאפטן == | |||
[[טעקע:PiscesTzippori.jpg|קליין|לינקס|דער מזל דגים פון חודש אדר, א טייל פון דעם מאזאאיק אין דער אלטער [[בית הכנסת]] אין [[ציפורי]]]] | |||
[[טעקע:Mishenichnas.jpg|קליין|לינקס|טעקסט=משנכנס|א "משנכנס אדר" טאוול פיגורירט אויף א וואנט.]] | |||
[[טעקע:MishloachManotChildren.JPG|קליין|לינקס|פארשטעלטע קינדער טראגן [[משלוח מנות]] אין פורים.]] | |||
דער [[גלגל המזלות|מזל]] פון דעם חודש איז [[מזל דגים]]{{הערה|1=[[ספר יצירה]] [https://shitufta.org.il/Otzar_Midrashim,_Sefer_Yetzirah/5?selectedunittext=18 פרק ה' משנה י"ח]|שם=יצירה}}, צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די [[זון]] אין דעם חודש{{ביאור|די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן {{קישור שפה|עברית|מישור המילקה|עקליפטיק}}, אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם|יסודי התורה|ג|ז}}}}.}}. דער מזל ווערט באצייכנט אין חז"ל, אין פארבינדונג מיט די ניסים וועלכע זענען געשען אין דעם חודש{{הערה|{{מדרש רבה|אסתר|ז|יא}}}}. אין די [[ים המלח מגילות]] פון דער כת פון קומראן איז [[מזל טלה]] דער מזל פון חודש אדר{{הערה|[https://www.deadseascrolls.org.il/explore-the-archive/image/B-513184 בילד].}}. | |||
לויט דער [[זוהר]], איז חודש אדר קעגן [[שבט אשר]]{{הערה|{{זוהר|א|קעג|א}}. אזוי שטייט אויך אין ויקח משה, נאך פרשת ויחי; צדקת הצדיק פסקא רנ"ז.}}. לויט אנדערע, איז עס קעגן [[שבט נפתלי]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|שמות|תיח}}; {{היברובוקס|רבי אברהם בן עזריאל|ערוגת הבושם|20833|חלק א' עמוד 289|page=308}}; {{היברובוקס|רבי יוסף ג’יקטיליה|שערי אורה|20243|סוף שער ה'|page=135}}; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר.}}, אדער קעגן [[שבט זבולון]]{{הערה|יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'}}, אדער קעגן [[שבט בנימין]]{{הערה|[https://maagarim.hebrew-academy.org.il/Pages/PMain.aspx?mishibbur=939001&mm15=000012000000 קידוש ירחים לחודש אדר] פון רבי פינחס ברבי יעקב הכהן; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער היסוד}}, אדער קעגן [[שבט יוסף]]{{הערה|קדושת לוי, שמות כ, ב, געברענגט אין יפה ללב סימן תרצ"ז; קונטרס דברי חלומות, אות ט"ו.}}. | |||
חודש אדר איז קעגן דעם אות [[ק]]{{הערה|שם=יצירה}}. | |||
דער צירוף פון [[שם הוי"ה]] אין דעם חודש איז ההי"ו{{הערה|[[אר"י]], פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'}}, וואס גייט ארויס פון פסוק {{ציטוטון|עִירֹ'''ה''' וְלַשֹּׂרֵקָ'''ה''' בְּנִ'''י''' אֲתֹנ'''וֹ'''}}{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מט|יא}}ִ}}. | |||
דער חודש ווערט פאררעכנט אלס א צייט מיט א גוטן מזל פאר אידן, און ווען א איד דארף גיין אין [[געריכט]] מיט א גוי איז ראטזאם ער זאל עס באשטימען אויף אדר{{הערה|שם=תענית|{{בבלי|תענית|כט|ב}}}}. לויט א מקור איז דער חודש באזונדער מסוגל אויף צו געבן ברכות{{הערה|מגלה עמוקות, אופן מ"ב}}. ביי [[חסידות|חסידים]] האט מען געזאגט, אז אין אדר האט דער בלויזער דיבור פון א איד א כח זיך צו שטארקן איבער קיטרוגים, אויך אן יחודים און כוונות{{הערה|מאור ושמש, פרשת שקלים; ארץ צבי, פורים תרפ"ז}}; און אז דער חודש איז מסוגל זוכה צו זיין צו ביידע וועלטן, תורה וגדולה במקום אחד{{הערה|עטרת ישועה, חודש אדר}}, און אויף האבן קינדער{{הערה|פוקד עקרים, עמוד ל"ו}}. | |||
חודש אדר איז דער עיקר צייט פון "קור" וואס ווערט דערמאנט אין פסוק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ח|כב}}}} {{ציטוטון|זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ}}{{הערה|{{בבלי|בבא מציעא|קו|ב}}}}. דער חודש ווערט כאראקטעריזירט מיט שארפע טוישונגען אין [[וועטער]], ווען אינדערפרי קען זיין קאלט און מיטאג הייס{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|יח|ב}}}}. | |||
די חדשים פון אדר און [[אלול]] פלעגן זיין די "[[ירחי כלה]]" אין די [[ישיבות בבל|ישיבות אין בבל]] דורכאויס די תקופות פון די [[אמוראים]] און [[גאונים]], ווען אלע בני הישיבה און דרויסנדיגע מענטשן פלעגן זיך צוזאמזאמלען צו לערנען און מכריע זיין די ספיקות אין [[הלכה]]{{הערה|{{תנחומא|נח|ג}}}}. | |||
== דינים און מנהגים == | |||
פון אנהייב אדר פארמערט מען מיט [[פרייד]] - "[[משנכנס אדר מרבין בשמחה]]"{{הערה|שם=תענית}}. אין די מוסדות החינוך, בפרט, איז איינגעפירט צו באצייכענען ראש חודש אדר מיט געזאנג און טענץ און אריינברענגען דעם פורימ'דיגן אטמאספער, ווי מיט קרוינען א [[פורים רב]]. טייל פירן זיך צו הענגען טאוולען מיט די ווערטער אויף פראמינענטע ערטער אין שטיבער אדער בתי מדרשים{{הערה|[[רבי דוד שפערבער]], '''שו"ת אפרקסתא דעניא''', אורח חיים חלק ב' סימן ל"ו; '''ילקוט אברהם''', סימן תרפ"ו; [[רבי יהושע מנחם עהרנבערג]], '''קונטרס שמחת יהושע'''.}}. | |||
ביי חסידים האט מען געזאגט, אז די שמחה פון אדר ברענגט פרייד אויף די גאנצע יאר{{הערה|אוהב ישראל, פורים}}. [[רבי צבי הירש אייכנשטיין|דער עטרת צבי]] האט זיך געפירט נישט צו זאגן [[תחנון]] דעם גאנצן חודש{{הערה|יפרח בימיו צדיק, פרק ה'}}. | |||
טייל פירן זיך צו פראווען [[חתונה|חתונות]] אויך אין סוף פון דעם חודש, אנדערש פון אנדערע חדשים{{הערה|{{ערוך השולחן|אבן העזר|סד|יג}}}}. | |||
טייל פירן זיך צו בודק זיין די [[מזוזה|מזוזות]] דורכאויס די חדשי אדר פון עיבור יארן{{הערה|יוסף אומץ, אות תע"ט}}. | |||
לויט איין מקור, איז דער עיקר ענין פון געבן [[צדקה]] פאר ארעמעלייט פון [[ארץ ישראל]] אין חודש אדר{{הערה|[[רבי נחמן מברסלב]], געברענגט אין ליקוטי הלכות אויף ד' פרשיות}}. | |||
==מועדים וזמנים== | |||
* '''[[שבת שקלים]]''' – דער ערשטער פון די [[ארבע פרשיות]]. געפאלט אויס אין טייל יארן אין שבת ראש חודש אדר{{ביאור|אין יארן פון [[קביעות פון יאר|קביעות]] [[השא יאר|השא]], [[זחא יאר|זחא]], און [[החא יאר|החא]]. אין רוב יארן, ווען ראש חודש געפאלט נישט אום שבת, ליינט מען פרשת שקלים אין לעצטן שבת פון פאריגן חודש (שבט אדער אדר א').}}. | |||
* '''[[ז' אדר]]''' – דער טאג פון [[משה רבינו]]'ס געבורט און פטירה, וואס ווערט באצייכנט אין פיל קהילות מיט פארשידענע מנהגים. | |||
* '''[[שבת זכור]]''' – דער צווייטער פון די ארבע פרשיות. ווערט געליינט א שבת בעפאר פורים. | |||
* '''[[תענית אסתר]]''' – א תענית וואס איז איינגעפירט אין [[י"ג אדר]], א טאג בעפאר פורים. | |||
* '''[[פורים]]''' – דער יום טוב געפייערט אין [[י"ד אדר]]. | |||
* '''[[שושן פורים]]''' – דער פורים פון די מוקפין, אין [[ט"ו אדר]]. | |||
* '''[[שבת פרה]]''' – דער דריטער פון די ארבע פרשיות. | |||
* '''[[שבת החודש]]''' – געפאלט אויס אין רוב יארן אין לעצטן שבת פון אדר{{ביאור|אין [[הכז יאר|הכז]], [[בשז יאר|בשז]], און [[גכז יאר]]ן געפאלט [[א' ניסן]] אום שבת, און מען ליינט דאן פרשת החודש.}}. | |||
==זעט אויך== | |||
* [[אדר א']] | |||
* [[אדר ב']] | |||
* [[חודש]] | |||
==דרויסנדיגע לינקס== | |||
* {{דבר|יום טוב לוינסקי|לוח של מועדי־עם בחודש אדר|19380316|22}} | |||
==נאטיצן== | |||
{{ביאורים}} | |||
==רעפערענצן== | |||
{{רעפערענצן}} | |||
{{חדשים}} | |||
[[קאַטעגאָריע:אדר|*]] | |||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | |||
[[קאַטעגאָריע:חדשים]] | |||
[[HE:אדר]] | |||
רעדאגירונגען