אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:דיסקוסיע זאַל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
(11 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 225: שורה 225:
דערפאר וואלט איך פארגעצויגן צו שרייבן די סיסטעם מעלדונגען (פראמפס) אן דעם ט', רעדאגיר, לאג, שרייב, מעק, שיק אא"וו. לויט מיין הרגשה איז עס היימליכער און באקוועמער--[[באַניצער:רושם רשימות|רושם רשימות]] ([[באַניצער שמועס:רושם רשימות|שמועס]]) 19:11, 27 מאי 2024 (UTC)
דערפאר וואלט איך פארגעצויגן צו שרייבן די סיסטעם מעלדונגען (פראמפס) אן דעם ט', רעדאגיר, לאג, שרייב, מעק, שיק אא"וו. לויט מיין הרגשה איז עס היימליכער און באקוועמער--[[באַניצער:רושם רשימות|רושם רשימות]] ([[באַניצער שמועס:רושם רשימות|שמועס]]) 19:11, 27 מאי 2024 (UTC)


אזוי קוקנדיג זע איך עטליכע פעלער וואו מען נוצט במקור, אנולירן, צולייגן. אנשטאט: אנוליר(ט), לייג(ט) צו.
:קודם, א דאנק פאר זיך לאזן הערן!
:בנוגע געביט: לענ"ד זענען די אנדערע אפציעס אומפאסיג ("רוים" איז א באקאנטע שטאט אין אייראפע; "אפטיילונג" ניצט מען שוין פאר די אפטיילונגען אינערהאלב ארטיקלען; "צימער" שמעקט פון טשעט-רומס... אא"וו). "געביט" איז אפשר טאקע נישט דאס מערסטע פארשטענדליך, אבער ס'האט זיך שוין גענוג איינגעגעסן אז אין הצר שווה בנזק דאס צו טוישן, ובפרט אז דער עיקר שוועריגקייט דערמיט פאר א נייער באניצער איז נישט דער נאמען נאר דער עצם באגריף - עפעס וואס מען לערנט זיך בהכרח צוביסלעך.
:בנוגע די מעלדונגען: מיר שמעקט גראדע יא שטארק דער דרך כבוד. (עס האט, אגב, גארנישט מיט ליטוואקעס; דאס איז די אריגינעלע, רייכערע וועג פון שרייבן און אפילו רעדן אין אידיש. ביים רעדן איז עס שוין - ליידער - אויסגעריסן געווארן, אבער אין שריפט איז עס נאך גאנץ גאנגבאר). דאס אז אין ענגליש איז עס נישט פארהאן איז ביי מיר כמעט א מעלה... אויך דער קיצור פון איין אות איז נישט גענוג סיבה צו אויפגעבן דעם פראפעסיאנעליזם און קלאסישקייט. איין טענה וואס קען זיין ריכטיג, לדעתי, איז די מעגליכע צעמישעניש מיט לשון עבר; אבער היות רוב מעלדונגען רעדן פונעם עתיד, און ווען עס האנדלט זיך פון עבר שטייט ארויס "פובליצירט '''געווארן'''" (צב"ש), איז דער חשש נישט צו גרויס.
:זו דעתי, אבער אויב רוב חברים וועלן יא זיין אין צושטימונג צום טויש וועל איך אוודאי נישט שטיין אין וועג. — [[באניצער:צמא לדעת|צמא לדעת]] • [[באַניצער שמועס:צמא לדעת|שמועס]] • כ' אייר ה'תשפ"ד 07:18, 28 מאי 2024 (UTC)
::גם אני מסכים עם דברי רבינו צמא. (אגב, בנוגע וואס איר זאגט וועגן ענגליש, כ'האב אמאל געהערט אז ס'איז גאר פארקערט. ענגליש האט בלויז איר. you are טייטשט "איר זענט" (לשון רבים) נישט "דו ביזט".) —[[באַניצער:תנא קמא|תנא קמא 📖]] [[באַניצער שמועס:תנא קמא|💬]] 17:43, 28 מאי 2024 (UTC)
:::אקוראט!
:::(ענגליש האט אמאל אויך פארמאגט [[wikipedia:Thou|Thou]], אין פאראלעל צו אונזער "דו", אבער עס איז מער-ווייניגער ארויס פון באניץ און היינט ווערט עס שוין באטראכט, איראניש, אלס מער פארמאל). — [[באניצער:צמא לדעת|צמא לדעת]] • [[באַניצער שמועס:צמא לדעת|שמועס]] • כ' אייר ה'תשפ"ד 17:48, 28 מאי 2024 (UTC)
::::א דאנק אייך, גראדע איז 'איר' א לשון רבים, אנשטאט 'עטס', אין געוויסע דיאלעקטן.
::::למעשה איז המכלול נישט די ערשטע סייט מיט אנווייזונגען אויף אידיש, און כמדומה אז רוב אויב נישט אלע סייטס, כאטש מען שרייבט אלעמאל "איר" בכבוד, וועט אבער די קנעפלעך זיין אן א ט'. למשל "גיי".
::::איך קלער אז דער הסבר איז ווייל ס'איז דא צוויי סארט מעלדונגען, איינס וואס דער סיסטעם זאגט פארן מענטש, און איינס וואס דער מענטש זאגט פאר'ן סיסטעם. און טאקע דער ערשטער סארט נוצט מען איר [''"איר זענט זיכער איר ווילט פארמעקן"?''], ווידעראום ווען מען רעדט צום דומם נוצט מען עס נישט [''"פארמעק" - "גיי צוריק"''].  [[באַניצער:רושם רשימות|רושם רשימות]] ([[באַניצער שמועס:רושם רשימות|שמועס]]) 14:45, 29 מאי 2024 (UTC)
:::::בנוגע זיך פארמישן מיט עבר, האט מען גארנישט פון דעם וואס רוב מעלדונגען זענען הווה. פשוט ווייל "פובליצירט" וועט אין ערשטן בליק אלעמאל אויסזען ווי לשון עבר. און דאס מאכט צומישט. [[באַניצער:רושם רשימות|רושם רשימות]] ([[באַניצער שמועס:רושם רשימות|שמועס]]) 14:47, 29 מאי 2024 (UTC)
:::::(איר איז טאקע א לשון רבים; דאס איז נישט קיין סתירה מיט דעם אז עס איז א דרך כבוד. דער דרך כבוד איז טאקע דאס - צו רעדן צו א מענטש בלשון רבים. מען טרעפט דאס אויך אין לה"ק, עי' {{תנ"ך|בראשית|א|א|מפרש=אבן עזרא}}. וע"ע [[wikipedia:majestic plural|majestic plural]]).
:::::איר ברענגט אויף אן אינטערעסאנטן געדאנק, אז מען זאל מאכן א חילוק צווישן אנווייזונגען פארן סיסטעם און אנווייזונגען פארן מענטש. ס'איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אזא חילוק; ביי מיר איז אלעס אלעמאל געווען מעלדונגען פארן מענטש ("אויב ווילט איר פובליצירן דעם ארטיקל, דרוקט דא", אדער אין קורצן, "פובליצירט"). — [[באניצער:צמא לדעת|צמא לדעת]] • [[באַניצער שמועס:צמא לדעת|שמועס]] • כ"א אייר ה'תשפ"ד 21:16, 29 מאי 2024 (UTC)
 
אזוי קוקנדיג זע איך עטליכע פעלער וואו מען נוצט במקור, אנולירן, צולייגן. אנשטאט: אנוליר(ט), לייג(ט) צו.[[באַניצער:רושם רשימות|רושם רשימות]] ([[באַניצער שמועס:רושם רשימות|שמועס]]) 19:21, 27 מאי 2024 (UTC)
:לכאורה איז עס א גוט פארשלאג. {{אמ}} האבן מן הסתם אויך א מיינוג<br>עס איז אבער ארבעט, מען דארף זיצן און טוישן אלע  מעלדונגען, א זאך וואס קאסט צייט - עס איז אבער מעגליך. <br>אפשר העט מען פועל'ן ביי צמא'ן דיר צו געבן די מעגליכקייטן אליין צו רעדאגירן די מעלדוגנען [[באַניצער:שווערמער|שווערמער]] ([[באַניצער שמועס:שווערמער|שמועס]]) 01:48, 28 מאי 2024 (UTC)
 
=="דרויסנדע" > "דרויסנדיגע"==
 
דאס ווארט דרויסנדע איז א גרייז. אן אויפטו פון א גרייז, אבער פארט א גרייז. די סופיקס -נד/-נדע/-נדער (וועלכע קומט פון דייטש) קען מען צולייגן צו ווערבן, ווי אידיש-רעדנדע, שפאנענדע ערציילונגען, רירנדע מאמאנטן אד"ג. דאס איז רעד+נדע, שפאנ+נדע, ריר+נדע. <br>
דרויסן איז א זאכווארט, נישט קיין ווערב. דער ערשטער צו מאכן דער גרייז האט פארגליכן די אינפיניטיוו פון א ווערב (רעדן, שפאנען, רירן) צו דער ווארט - ביידע ענדיגן זיך מיט -ן, און געמיינט אז מען קען צולייגן בלויז -דע.<br>
עכ"פ, א גרייז איז עס, און מ'באדארף עס טוישן אין אלע טויזנטע פעלער, מסתמא דורך [[באַזונדער:החלפת טקסט]]. {{אמ}}, אייער מיינונג? [[באַניצער:שווערמער|שווערמער]] ([[באַניצער שמועס:שווערמער|שמועס]]) 22:57, 23 יוני 2024 (UTC)
 
:פון {{א|גרשון}} האב איך געהאט פארשטאנען אז עס איז יא א כשר'ע ווארט. וואס זאגט איר (און די אנדערע {{עקספערטן|שפראך}})? — [[באניצער:צמא לדעת|צמא לדעת]] • [[באַניצער שמועס:צמא לדעת|שמועס]] • י"ז סיון ה'תשפ"ד 23:13, 23 יוני 2024 (UTC)
 
::{{א|שווערמער}} לדעתי איז גערעכט [[באַניצער:אחד יחיד|אחד יחיד]] ([[באַניצער שמועס:אחד יחיד|שמועס]]) 17:32, 27 יוני 2024 (UTC)
::נאכ'ן הערן אויך פון גרשון אז די רייד פון שווערמער לייגן זיך אויפ'ן שכל, און היות "דרויסנדיגע" איז לכו"ע ריכטיג, איז דער טויש אויסגעפירט געווארן בעז"ה. — [[באניצער:צמא לדעת|צמא לדעת]] • [[באַניצער שמועס:צמא לדעת|שמועס]] • ב' תמוז ה'תשפ"ד 11:48, 8 יולי 2024 (UTC)

יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:48, 8 יולי 2024

אראפ צום אונטן פון בלאט אראפ צום אונטן פון בלאט

Skip to top
Skip to bottom

טיטלען פאר רבנים - לעבעדיגע און נפטרים

אריבערגעפירט צו המכלול שמועס:ארטיקל נעמען#טיטלען פאר רבנים - לעבעדיגע און נפטרים

פיצעלע/אומוויכטיגע ארטיקלען

דריי באגריפן קענען גרינג ווערן אויסגעמישט, אבער עס איז כדאי זיי אפצוטיילן:

  • א שטומף איז אן ארטיקל וואס גאר יסודות'דיגע אינפארמאציע פעלט דערפון.
  • א פיצעלע ארטיקל איז נאך מער באגרעניצט; עפעס וואס ווי עס איז קומט עס ממש אין א ווערטערבוך, און דער וואס ווייסט שוין די דעפיניציע קען דא גארנישט פריש געוואויר ווערן.
  • אן ארטיקל איבער עפעס וואס איז אומוויכטיג, און פארמאגט נישט קיין ענציקלאפעדישע חשיבות. דער ארטיקל קען זיין לאנג און ברייט, אבער איבער א גארנישט, דאס איז אין קאנטראסט צו די ערשטע צוויי, וועלכע זענען טאקע קורץ אבער קענען זיין איבער א וויכטיגע נושא.

לויט די אפגעשריבענע פראצעדור, דארף מען מיט שטומפן גארנישט טון ספעציעל (זיי זענען שוין קאטעגאריזירט, געווענליך, און סייווי פארמאגט יעדע ענציקלאפעדיע אויך שטומפן); פיצעלע ארטיקלען דארף מען באצייכענען, אויף צו באשליסן שפעטער; אבער וועגן אומוויכטיגע האט מען בכלל נישט גערעדט. דאס האט געברענגט אביסל אומקלארקייט, ווען טייל האבן באטראכט פיצעלע ארטיקלען אלס אומוויכטיגע.

לדעתי דארף מען יא לאזן פיצעלע ארטיקלען אויף דערווייל, און שפעטער וועט מען גרינטליכער דורכטון די נושא. איי, זיי געבן דאך נישט צו קיין שום אינפארמאציע? איז דער ענטפער אז דווקא דא אויף המכלול געבן זיי יא צו, ווייל מיר פארבינדן זיי צו המכלול העברי וואו די טעמעס זענען אסאך מער פארברייטערט. אז א איד וועט זוכן אויף אידיש איבער "דינגען" למשל, וועלן זיינע אויגן אויפלייכטן ווען דאס וועט אים ברענגען צו ע:שכירות. עס קומט אויס, אז מיט מעקן די "פיצעלע ארטיקלען" אנשטאט לאזן, נעמען מיר אוועק עכטע אינפארמאציע בידים. מעגליך אז מען דארף דאס פארט טון, צוליב'ן געזונט פון אונזער פראיעקט, אבער דאס האט מען צייט דורכצוטראכטן און באשטימען שפעטער.

אומוויכטיגע ארטיקלען - דהיינו עפעס וואס קומט נישט דאהי אפילו פארברייטערט, און א מענטש וועט געווענליך נישט אנטוישט ווערן פון המכלול ווען ער טרעפט עס נישט דא און יא אויף וויקיפעדיע - קען מען טאקע מעקן ווען מען באגעגנט זיי.

גאנץ א גרינגע סימן, צו באשליסן אויב עפעס איז וויכטיג, איז צו קוקן אויף אנדערע וועלכע האבן שוין געמאכט דעם וועג בעפאר אונז. אויב איז פארהאן אזא ערך אויף המכלול, אדער אויף א שיינע פאר אנדערע וויקיפעדיעס (וואס איר קענט גרינג געוואויר ווערן דורך אינסטאלירן דעם ויקינתונים טשאטשקע), דאן קומט עס נישט געמעקט צו ווערן אן קיין דין ודברים. אויב זעט איר נישט קיין חשיבות, און עס האט זיך נישט פארדינט קיין ערך אויף המכלול אדער אויף א שיינע פאר אנדערע וויקיפעדיעס, דאן מעקט געזונטערהייט. (א ביישפיל דערצו איז ײדישע פאן וואס איך האב געמעקט, ווייל די יידישיסטן האבן נעבעך פארגעסן מודיע צו זיין פאר אנדערע פעלקער אז מיר פארמאגן דעם פאן).

אקטיווע מכלולאים‏, וואס זאגט איר? — צמא לדעתשמועס • ה' כסלו ה'תשפ"ג 17:30, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)

הערט זיך זייער גוט און פארשטענדליך. עברי אנכי (שמועס) 17:39, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
איך פארשטיי זייער גוט פארוואס איר האלט אז מען זאל לאזן די פיצעלע ארטיקלען. איך וויל פרובירן ארויסברענגען די סיבות פארווס איך מיין אז מען זאל יא מעקן רוב פיצעלע ארטיקלען:
  • עס איז נישט קיין סוד אז מיר זענען א באגרעניצטע צאל רעדאגירער מיט אן אומגעהויערע לאסט פון ארבעט, דערווייל האלטן מיר נאך ביים רייניגן די גראבע שמוץ. דערנאך איז נאך דא אזויפיל ארבעט אריינגערעכנט שטומפען מיט וויכטיגע באדייטן, און די פיצעלע ארטיקלען זענען גאר נידריג אויף די ליסטע פון זאכן וואס מען דארף אויסברייטן. מען גייט זיך בפשטות נישט נעמען דערצו אינעם נאנטן צוקונפט.
  • אז עס זענען דא צופיל שטומפען/יידישע ארטיקלען און אין צוגאב אויך פיצעלע ארטיקלען, ווערן אין א געוויסע זין די רייכע ארטיקלען פארשוועמט אין א ים פון מיסט/טרעש. און דאס שלעפט אביסל אראפ די ניווא פון דאס פלאץ.
  • צו וואס געבן קרעדיט פאר וויקיפעדיע אז די ארטיקלען האבן זיך אנגעהויבן דורך זיי, ווען אין פאקט האבן זיי אונז גארנישט געגעבן (בלויז די איידיע צו מאכן אן ארטיקל אויף דעם נושא).
  • עס איז טאקע כדאי צו מאכן ליסטעס/פראיעקטן פון ווערטפולע ארטיקלען וואס איז כדאי געשריבן צו ווערן /ארטיקלען וואס האבן א פאראלעל אין העברעאיש המכלול.
--תנא קמא (שמועס) 17:44, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
דאס זענען אלעס זייער גוטע ארגומענטן פארוואס די בלעטער זאלן ענדגילטיג געמעקט ווערן. למעשה זענען אויך פארהאן ארגומענטן פארוואס זיי צו לאזן, עכ"פ טייל פון זיי, און ווייניגסטנס נאר אלס placeholder בלע"ז ביז ווען זיי ווערן דא איבערגעשריבן אדער פארברייטערט, אדער לפחות נאר ביז ווען איינער מאכט די ליסטע פון וועלכן איר רעדט - א ליסטע וואס וועט זיך קענען ארויסהעלפן מיט דעם ליסטע פון פיצעלע ארטיקלען. דערפאר, וויבאלד עס זענען פארהאן ארגומענטן לכאן ולכאן, וואלט איך פארשטאנען אז מען וועט דאס אויסשמועסן שפעטער, נאך וואס די וויכטיגע ארבעט איז שוין געטון געווארן.
(איין געדאנק, וואס איך האב געהאט געפלאנט אויפצוברענגען ווען מען האלט שוין דארט, וואלט געקענט זיין אז יעדן טאג ברענגט מען אויף נאך 50 פיצעלע ארטיקלען צום מעקן, און יעדע פון די ארטיקלען קען נאר בלייבן אויב איינער נעמט עס אויף זיך עס צו פארברייטערן אביסל אין די קומענדיגע וואך. אזוי וועלן בלייבן נאר די וויכטיגסטע אדער וועלכע ציען די מערסטע אינטערעסע).
למעשה זענט איר אויך גערעכט אז דאס ברענגט א שפאר ביסל איבריגע ארבעט, און איך קען אויך באשטיין צו האלטן שוין נאך דעם גאנצן מעקונג פראצעדור ווען עס קומט די זיסע ארבעט פון שאפן פרישע תוכן. עס גייט מיר בכלל נישט אין לעבן אז די ארטיקלען זאלן יעצט נישט געמעקט ווערן; עס איז אבער יא זייער וויכטיג אז מיר זאלן וויסן קלאר וואס מיר טוען, און זיך האלטן דערצו.
לאמיר הערן פון די וועטעראן מכלולאים: איסתרק, גאון הירדן, יואל וויס, מקוה, נייטראלער, שמש מרפא, שרגא; לדעתכם, ערכים מילוניים שיש חשיבות בנושאם (ראו דוגמאות), עדיף למחוק בכמויות או לקטלג ולדון אח"כ? למחוק, או להשאיר ולהרחיב בבוא העת? — צמא לדעתשמועס • ה' כסלו ה'תשפ"ג 19:21, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
רעקאציע צו תנא'ס נקודות
  • צוליב דיין ערשטע נקודה האב איך אביסל נאכגעלאזט טאקע פון לינקן צו העברעאישע מכלול, און איבערגעלאזט ערכים וואס דארפן ווערן קאטעגאריזירט אויף שפעטער. מען האט זיך נעכטן קוים גערוקט מיט א פראצענט אין די רייניגונג פראיעקט, און דאס איז מיט דעם וואס מ'האט געווענליך נאר געקוקט און נישט געטון די דורכדרינגעליכע ארבייט... (כאטש צמא איז גערעכט אז ענדע גייט דאס דארפן געטון ווערן און עס איז א שאד צו ארבייטן דאפעלט. דארף מען זיך טאקע נעמען...)
  • די צווייטע נקודה פון פארשוועמט ווערן איז א גערעכטע, אבער וועט ווערן ווייניגער פראבלעם מיט וואס א טאג עס גייט אריבער און מער רייכע קומען צו בעז"ה...
  • ווער עס קוקט אויף די קרעדיטס זאל טאקע אריינגיין אין די לינק און זיך איבערצייגן למי החותמת והפתולים.
-- עברי אנכי (שמועס) 18:03, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)
הערת אגב, דער פארשריט מוסטער איז אביסל אונטערשטעליג, ווייל דער סיסטעם טוישט נישט גלייך דעם נומער ווען א בלאט ווערט פארמעקט, (און ווען עס ווערט בלויז איבערגעקוקט און געטוישט קאטעגאריע, דארף מען צומאל אויך אויסמעקן דעם "מטמון" פונעם מוסטער אז עס זאל זיך צייגן). דאס טייטשט אז מיר האבן זיך נעכטן גערוקט מיט היבש מער ווי א פראצענט. אין מיינע אויגן איז עס אינגאנצן נישט ווייניג, און נעמענדיג אין באטראכט אז מיר הייבן קוים אן, און די טשאטשקעס וכדומה ארויסצוהעלפן קומען הערשט יעצט צו, איז עס אפילו אסאך.
ווען מען שרייבט איבער אן ארטיקל פון פונדאמענט ארויף (וואס וועט בהכרח אלעמאל זיין, מיט די פיצעלע ארטיקלען), דארף מען נישט געבן קיין קרעדיט אויך נישט. — צמא לדעתשמועס • ה' כסלו ה'תשפ"ג 19:30, 29 נאָוועמבער 2022 (IST)

טיטל פאר המכלול שרייבער

אויפן ראט פון תנא קמא עפן איך דעם דיסקוסיע, איבער דעם טיטל פאר די באנוצער פונעם סייט. לויט ווי איך זע האט אנגענומען דערווייל צו נוצן דעם טיטל 'מכלוליסט', וואס שטאמט פונעם העברעאישן 'מכלולאי'. למעשה שפירט זיך עס אביסל אומהיימליך צו מיר, צוליב וואס עס דערמאנט פון ציוניסטן און קאמוניסטן א.ד.ג. און בכלל קלער איך אז עס איז אומריכטיג ווייל מיר זענען נישט עוסק אין המכלוליזם, אז מיר זאלן ווערן המכלוליסטן.

איך וואלט פארגעצויגן אז מען זאל קוקן אויף די אנדערע אידישע טיטלען, וואס מען נוצט יא צאמגשטעלטע ווערטער, ווי: ישיבה-בחור, כולל-יונגערמאן, ארבעטס-לייט, צייטונג-שרייבער. די זעלבע וואלט דא געפאסט: 'המכלול-באנוצער'.

וואס זאגט דער עולם דערצו?

רושם רשימות (שמועס) 01:46, 27 יאַנואַר 2023 (IST)

צו א אלנגע נאמען, עפע וואס מען קען טראכטן שנעלער. אולי מכלולמאן? שווערמער (שמועס) 01:52, 27 יאַנואַר 2023 (IST)
און אפשר פשוט באניצער? טאקע גענוי ווי ישיבה בחור, כולל יונגערמאן, צייטונג שרייבער. — צמא לדעתשמועס • ה' שבט ה'תשפ"ג 02:00, 27 יאַנואַר 2023 (IST)
רושם רשימות גאר א גוטע הערה. דערווייל איז טאקע מער אנגענומען צו נוצן "באניצער" (מיט א יודעלע), אדער מכלולאי. ווי שווערמער זאגט, המכלול באניצער איז לאנג און דער געדאנק פון אזא טיטל איז ס'זאל זיין קורץ און געשמאק. (אין ויקי עברי איז עס "ויקיפד" און אין ענגליש wikipedian). צמא האקט... --תנא קמא (שמועס) 02:02, 27 יאַנואַר 2023 (IST)
"מכלוליאן"? שווערמער (שמועס) 22:15, 30 יאַנואַר 2023 (IST)

אינערליכע לינקס

הועבר מהדף המכלול:הילף טישל#אינערליכע לינקס. תנא קמא (שמועס) 22:16, 30 יאַנואַר 2023 (IST)

אקטיווע מכלולאים‏, כ'ווייס נישט אויב עמיצער האט עס שוין ארויפגעברענגט דא אויף המכלול - אבער כ'האב עפעס באמערקט אז ס'פארהאן נאך א גאנצע "געביט" דא אינדערזייט, מיטן נאמען "רוי" (רוי? עפעס אזוי). בקיצור, נאך עמיצער האט עס באמערקט? איינער ווייסט וואס דאס איז?...
בכל אופן, ווען מ'שרייבט אין המכלול, זאל מען פרובירן צופאסן די אינערליכע פארבינדוגען לויט די בלאט-נעמען אין יענעם געביט, אדער זאל מען שפעקולירן מיט ריינער המכלול-ברילן וויאזוי מיר וואלטן (וועלן אי"ה!) א נאמען געגעבן דעם בלאט? א דאנק. נייטראלערשמועס • ט' שבט ה'תשפ"ג 22:07 (IDT)

אגב, ס'פארהאן אן אויסוועג: גיין מיט דער צווייטער אפציע און לויט דעם עפענען א ווייטערפיר אינעם רויען געביט... אבער כ'וויל דאך נישט אריינשטעקן מיינע פינגער אין יענעמ'ס געביטן... נייטראלערשמועס • ט' שבט ה'תשפ"ג 22:09 (IDT)
דער צווייטער אפציע, אוודאי. און פארשטייצעך אז דער אויסוועג איז א גוטער באנוס. (דער שמועס קומט לכאורה אין דיסקוסיע זאַל). תנא קמא (שמועס) 22:13, 30 יאַנואַר 2023 (IST)
איך מיין אז די רוי חברה זאל זיך פרובירן צו צושטעלן צו אונז דאס מערסטע זיי קענען, מיר דארפן נישט באזונדער ארבעטן פאר זייערס וועגן שווערמער (שמועס) 22:13, 30 יאַנואַר 2023 (IST)
איך בין איינשטימיג אז עס איז בעסער צו שרייבן ווי מיר וואלטן געשריבן און נישט זיי נאכטאנצן, אבער לאמיר אביסל ארויסברענגען די אנדערע זייט: אויב שרייבט מען ווי עס איז אין "רוי", וועט עס יעצט ווערן פארבינדן אהין, און ווען מיר וועלן ערזעצן דעם ארטיקל וועלן מיר שוין ממילא איינמאל פאר אלעמאל צופאסן די קישורים, אנשטאט צו דארפן יעצט מכריע זיין איינמאל און נאכאמאל וויאזוי דער "ריכטיגער" נאמען דארף זיין (און יעדער וועט מכריע זיין אנדערש).
אלזא, מ'איז טאקע נישט מחויב צו שרייבן ווי אין רוי, אבער אויב ווייסט מען פון דעם רוי ארטיקל זאל מען עס אדער שרייבן ווי אין רוי (דהיינו אז דאס זאל זיין דער דיפאלט, אויב האט מען נישט קיין סיבה פארקערט), אדער שוין יעצט אריבערפירן דעם רוי ארטיקל צום ריכטיגן ארט - און ווייטער שרייבן ווי אין רוי. — צמא לדעתשמועס • ח' שבט ה'תשפ"ג 22:41, 30 יאַנואַר 2023 (IST)
אה, אויף דער תגובה האב איך געווארט... קומט אויס אז רוי וועט זיין אונזער דיפאלט וועגווייזער אויף בלאט-נעמען. ד.ה. לויט דיין הכרעה, אין פאל מ'וויל נישט אריבערפירן דארט אין רוי (צב"ש מ'האט נישט קיין קלארע שטעלונג אויפן נאמען), דארף מען זיך לכאורה צושטעלן צום יעצטיגן רויען נאמען. איא?
כ'קען דערווייל פרובירן צו ארבעטן אויף דעם וועג, אבער קודם וויל איך דא מאכן א דיסקלעימער באפי תלתא אז "נעמען אין אינערליכע לינקס, באקומען נישט קיין דין מוחזק" (כ'האף צו געדענקען צוריקצוקומען יעדע דריי יאר שרייען "פלניא גזלנא")...
ווייל כ'וויל נישט הערן אין א וויילע ארום, צב"ש ווען ס'וועט זיך מאכן א העפטיגע דעבאטע [ה"י] וויאזוי מ'זאל רופן אלע חסידות'ן/הויפן/חצרות, צי "חסידות" אדער "הויף" (צופעליגער ביישפיל), אן ארגומענט אזויווי: "שוין דא צופיל אינערליכע לינקס אויף דעם וועג"... ניטאמאל אלס צירוף!
ווייל טאמער געבט מען יא גערעכט פאר דעם ארגומענט (וואס כ'קען הערן אזא צד) - דאן וועט מען ביי יעדער מוטל-בספק'דיגער אינערליכער-פארבינדונג שוין דארפן מאכן גאנצעטע דעבאטעס [ח"ו]. און כ'מיין אז דאס פעלט אונז נישט יעצט אויס... שטימט? נייטראלערשמועס • ט' שבט ה'תשפ"ג 23:19 (IDT)
גענאגלט! נאכמער, כ'וואלט אפילו נישט געזאגט ממש אז מען דארף זיך צושטעלן צום יעצטיגן רויען נאמען, דאס איז אביסל צו א שארפע אויסדרוק, נאר אז די ערשטע הנחה דארף זיין אז מיר גלייכן זיך אויס אויפ'ן וועג - זיי מיט אונז און אונז מיט זיי. אויב זע איך א רויטלינק אין אונזערס אן ארטיקל, עפעס וואס עקזיסטירט אין רוי מיט א שינוי שם, קען איך אננעמען אז דער שרייבער פונעם ארטיקל האט נישט געוואוסט פון יענץ, און איך קען פאררעכטן דעם רויטלינק (אדער אריבערפירן דעם רוי ארטיקל, לויט ווי עס זעט מיר אויס ריכטיגער). אויב שטעלט זיך ארויס אז ער האט יא געוואוסט, און פארט האט ער געשריבן אנדערש (און נישט געטוישט אין רוי), וועל איך אים פרעגן מהיכן דנתני. — צמא לדעתשמועס • ח' שבט ה'תשפ"ג 23:37, 30 יאַנואַר 2023 (IST)
פון דיינע יעצטיגע שורות שפיר איך אז גיין מיט מיין "אויסוועג" אפציע (פאר פוילע אידן, וואס ווילן נישט דארפן מכריע זיין, אדער ענטפערן מהיכן דנתך) - איז אויך נישט געפערליך... שפיר איך גוט? נייטראלערשמועס • ט' שבט ה'תשפ"ג 23:44 (IDT)
מיט ווייטערפירן בלייבט די שאלה ווייטער קאנצענטרירט אויף איין פלאץ, עס מכריע צו זיין אויף איין וועג ווען מען שרייבט איבער דעם ארטיקל מיט אלע זיינע ווייטערפירן, איז עס טאקע נישט געפערליך. הגם לענ"ד וועט פארט אויסקומען גרינגער אין לענגערן טערמין אן אנצולייגן דעם געביט מיט איבריגע ווייטערפירן, אבער דאס איז שוין מער א פערזענליכע געשמאק, כרצון איש ואיש. — צמא לדעתשמועס • ט' שבט ה'תשפ"ג 01:05, 31 יאַנואַר 2023 (IST)
אקטיווע מכלולאים‏, בעז"ה האט מען צוגעשטעלט אז די "אויטאמאטיש צוענדיגן" (השלמה אוטומטית) טשאטשקע זאל צוענדיגן אויך די נעמען פון בלעטער ווי זיי געפינען זיך אין רוי. ולא זו בלבד, נאר עס ענדיגט צו אויך ווען איר הייבט אן שרייבן א ווארט פון אינמיטן דעם נאמען פון בלאט.
צום ביישפיל: איר ווילט פארבינדן צו רבי מענדל פון רימנוב, אבער איר ווייסט נישט גענוי וויאזוי דער בלאט הייסט (רבי מנחם מענדל/מענדיל? רבי מענדעלע? פון רימאנאוו? רימאנאווער? אא"וו), דארף איר נישט אפשטעלן אייער שרייבעריי און פרובירן צו זוכן, נאר הייבט אן שרייבן [[רימ, און רבי מענדעלע רימאנאווער וועט אויטאמאטיש ארויפקומען. — צמא לדעתשמועס • ט"ז אייר ה'תשפ"ג 02:54, 7 מאי 2023 (IDT)

רוי

איך וויל ארויף ברענגן צו א דיסקוסיע אונזער פאליסי לגבי די ארטיקלען אין די רויער געביט. צמא לדעת האט לעצטענס מעורר געווען מוטל'ן אז ער זאל נישט אריבער ברענגן ארטיקלען פון די רויער געביט, נאר ליבערשט זיי שרייבן אומאפהענגיג, און האט פריער אפגעזאגט שמש מרפא'ס אנבאט אריבער צו פירן אברהם לינקולן צום הויפט געביט.
דער איינפיר, וואס איך געדענק נישט ווען מען האט אזוי מחליט געווען, איז לדעתי נישט אזוי ראטזאם. די איינציגסטע סיבה זיך נישט צו באזירן אויף רויער ארטיקלען, איז נישט צו דארפן געבן קרעדיט פאר וויקיפעדיע, און גלייכצייטיג אויפגעבן די רעכטן און לייסענסעס אויף אונזער שווערע הארעוואניע.
יעצט ממה נפשך: אויב איז עס גרייט צום הויפט געביט (ווי אין פאל פון אברהם לינקולן), האט מען דאך דא גארנישט אינוועסטירט, טא פארוואס זאל אונז שטערן די פרייע לייסענס? (און וואו גענוי כאפט דא א נפקא מינה צי עס איז אין הויפט אדער אין רוי?)
און אפילו אויב עס האט זיך פארלאנגט צואפסונגען (יידיש – וואס וועט געטון ווערן מער און וער אטאמאטיש, מקורות, אספקלריה), זענען זיי נישט אזעלכע שווערע אז מען זאל אזוי שטארק אנהאלטן די רעכטן דערויף.
ווידער אויב שרייבט מען סיי ווי איבער, דאן האבן מיר די פולע רעכטן דערויף. אויב אזוי וועם גייט אן די היסטאריע דערפון?
אויב איז בלויז האלב דערפון איבער געשריבן אינגאנצן, דאן איז דא די אפציע פון געבן רעכטן נאר פאר ספיציפישע חלקים – א אפציע וואס מען האט מיר לעצטענס אפגעזאגט אין העברי, אבער קען זיין ניצליך דא.
סך הכל הייסט מען נישט צולייגן גארנישט צו רוי ארטיקלען, נאר שרייבן פרישע, און די פרישע מוזן זיין הערסטו... אזאנס און אזעלעכס, "המכלול ארטיקלען".
לייג צו צו דעם אז א מערהייט היימישע שרייבער – צוקומפטיגע מכלולאים – האבן לכאורה נישט האבן קיין שום וויקיפעדישע ערפארונג, אדער סיי וועלכע ערפארונג אין שרייבן "ענציקלאפעדיש", דארום המכלול איז די סאמע ערשטע (ערוואקסענע) ענציקלאפעדיע אין היימישן אידיש (!!!).
אין המכלול העברי, ווי אין וויקיפעדיע, ראט מען פרישע חברה קודם צו ביישטייערן צו עקזעסטירנעדע ארטיקלען, איידער מען הייבט אן שרייבן זעלבסטשטענדיג. מיר האבן כמעט נישט דא אזא אפציע דערווייל.
אלזא, האבן מיר א רעצעפט פאר אונטערגאנג.
אנשטאט דעם, רוף איך אז מען זאל אריבערברעגן אלע גוטע, אדער האלב גוטע ארטיקלען צום הויפט געביט, אנגעהויבן ביי אברהם לינקולן, אריבער צו אלע אנדערע.
און אזוי אויף קען מען אידענטיפעצירן "נישט שלעכטע" ארטיקלען וואס דארפן בלויז מקורות אדער יידיש אויסראטן, און צופוצן – אדער גאר בלויז לייגן א מוסטער – און אנפולן דעם הונגעריגן הויפט געביט.
יעדער מכלולאי קען צעביסליך צופוצן די רוי ארטיקלען, צולייגן איין מקור אויפאמאל, צופוצן איין זאץ, מיט איין יידיש ווארט אפדעיטן דעם ראבאט, וכו'.
(לויט מיין חשבון רעדט מען נישט פון קיין סאך ארטיקלען סיי ווי, בערך 250...)
ובכן אקטיווע מכלולאים‏ לאזט ענק הערן שווערמער (שמועס) 03:56, 15 פעברואר 2023 (IST) [אחר החיתום] רוי געביט למה הוא דומה: עטץ קענסט די צעקנייטשטע פאפירעלעך מען פילט אן די משלוח מנות'ן עס צו מאכן אויסזען פולער? דאס.

זייער א פארשטענדליכע נקודה, און א ריזן דאנק פארן אריינקומען אזוי קלאר!
כ'קלער אז מיר זאלן אין באטראכט נעמען אזא גאנג, נאך מיר האבן שוין גענוג (וויפיל?) "המכלול" ארטיקלען צו דינען אלס דוגמאות וואו אהין מיר צילן. וואס זאגסטו דערצו? נייטראלערשמועס • כ"ד שבט ה'תשפ"ג 04:06 (IDT)
טאקע א גוטע נקודה. אין א קאנטער אפפער, אפשר מעקט מען אגרעסיוו יעדע שוואכע ארטיקל, און מ'לאזט דארט נאר די 5-10 טויזנט בעסטע? למעשה איז רוי ווי מ'שטייט איצט, כמעט א געהעריגער חלק פון המכלול. די לינקס פירן אהין, קומט ארויף ביי צופעליג און אין זוך וכו'. איז וואס איז די גאנצע נפק"מ? צו ס'שטייט רוי: פארן נאמען? נו..
בכלל, איך בין נישט זיכער אז ס'איז דא גאנצע 250 אדער אפילו 25 ארטיקלען וואס זענען ראוי, און אודאי נישט וואס פעססן טאקע דיינע, שווערמער'ס אנווייזונגען.
איז זאל מען אפשר ענדערש מעקן די גאר שוואכע, צוביסלעך מער און מער מיט אן אגרעסיע, און זאלן טאקע פרישע עורכים דארט רעדאגירן, אויב זיי ווילן. תנא קמא (שמועס) 04:07, 15 פעברואר 2023 (IST)
צוגעלייגט טעקסט צווישן די שורות - רוי שטייט ארויס מיט דעם וואס עס קוקט אויס אנדערש, לינקס אהין קוקן אויס אנדערש, אונטן פון יעדע בלאט שטייט אז עס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, מען קען עס נישט פירן צום הויפט געביט, און מען קען נישט צופיל רעדאגירן אן קיין ווארענונג. זאגסטו אז מען דארף דאס אלעס מאכן מער שרייענדיג? אפשר טאקע...
עס קען אויסקוקן אנדערש פאר א היזיגן, אבער דאטא צייגט אז רוי באקומט גאר ווייניג באזוכערס. אז בלעטער וועלן באקומען מער באזוכערס, וועלן זיי טאקע דארפן שנעלער ערזעצט ווערן (זע אונטן). בהמשך, ווען מיר פארמאגן שוין גענוג אייגענע ארטיקלען (אדער ווען רוב בעסערע/וויכטיגערע פון רוי זענען שוין ערזעצט), וועט מען אנשטעלן אז רוי זאל מער נישט ארויפקומען אין צופעליג און אין זוך.
מעקן מער אגרעסיוו איז נישט אפגעפרעגט, אבער עס דארף קומען געהעריג אוועקגעשטעלט, מיט קלארע ריכטליניעס און נישט אלס הפקר-וועלט, מעגליך אויך באלאנסירט מיט עפענען די בעסערע רוי ארטיקלען פאר רעדאגירונגען און אריבערפירונגען. אין אנדערע ווערטער, עס איז א גאנצע פרישע פראיעקט. א פראיעקט וואס האט זיך מעגליך זיין צייט, אבער די צייט איז נישט יעצט. יעצט איז די צייט צו ענדיגן וואס שנעלער מיט די רוי-פאטשקעריי און עס פרירן, זיך פארלייגן אויף זיך אליין בויען. בהמשך וועלן מיר קענען צוריקקומען צו ביידע רוי-פארשלאגן ביינאזאם, דיינס און שווערמער'ס. — צמא לדעתשמועס • כ"ד שבט ה'תשפ"ג 10:39, 15 פעברואר 2023 (IST)
כאטש איך פארשטיי דיין ווייטאג בנוגע אן עכטע גוטע ארטיקל, אבער כ'מיין אז תנא קמא איז גערעכט אז די צאל ארטיקלען פון וואס דו רעדסט זענען נענטער צו 25 ווי צו 250, און אם כן, פארוואס דארף מען טוישן די פאליסיס און ריכטליניעס? ענדערש זאל מען ווייטער גיין מיט'ן בליק אז רויע ארטיקלען זענען אין קוואראנטין, און אלץ א כלל זאל עס נישט דינען אלץ ענציקלאפעדישע מקור, און העכסטנס וועט מען מאכן אן אויסנאם פאר די 1% לויזע… --עברי אנכי (שמועס) 05:04, 15 פעברואר 2023 (IST)
אלע האבן דא ריכטיגע נקודות, אבער ווי אנדערע ווייזן שוין אן רעדט מען סייווי נישט פון צופיל ארטיקלען (קאטעגאריע:נישט שלעכט אנטהאלט יעצט 39, און כ'גלייב אז שווערמער וואלט נישט אריבערגעפירט אלע פון דארט צום הויפט געביט). נישט דא שטעקט די ישועה; צי מיר ווילן צי נישט וועלן מיר סייווי דארפן שאפן כמעט אלע ארטיקלען מן היסוד.
(אגב, די סיבה פארוואס נישט צו פאטשקען און ברענגען פון רוי האט גארנישט מיט קרעדיט, נאר נישט צו עפענען דעם פתח אראפצוברענגען דעם ניווא פון המכלול איידער מיר זענען אליין גענוג געזעצט, ווי נייטראלער איז שוין מרמז. מ'קען טאקע צוריקקומען צו די סוגיא ווען מיר האבן דערגרייכט א פינפטל פון אונזערע "אלף כסף" און "אבן הפינה" צילן, לאמיר זאגן. נאך א מהלך קען זיין, אז פאר יעדע פופציג אייגענע ארטיקלען זאל מען קענען וועלן איין רוי ארטיקל אריבערצוברענגען און צופאסן).
וואס איז יא די עצה? צושטעלן דא ביי אונז די מעגליכקייט גרינג צו ביישטייערן צו עקזיסטירנדע ארטיקלען. דהיינו, שאפן דא ביי אונז מערערע קלענערע/גרינגערע ארטיקלען. די שבט שרייבן פאזע האט זיך ב"ה פיין אויסגעארבעט, און מיר וועלן נאך בעז"ה עסן די פירות דערפון טיף אריין אין אדר, אבער בהמשך דארפן מיר בעסער אויסנוצן אונזערע כוחות. מיר קענען זיך געמיינזאם פארלייגן אויף געציילטע ארטיקלען אויפאמאל, די מערסט-פארבונדענע און מערסט-געזעענע, און זיי געשווינד ערזעצן איינע נאך די אנדערע. דאס איז א מילתא דשויא לתרווייהו, אויך פאר תנא קמא, ווייל אזוי וועלן מיר גיך אפשניידן דעם רוי געביט פון אונז ווי מיט אן עלעקטערישן זעג - קיין רוי ארטיקל וועט נישט זוכה זיין צו צופיל דרויסנדיגע אויגן איידער עס ווערט ערזעצט דורך אונז.
דאס איז אלעס בהמשך (הקרוב, בעז"ה!). אויף יעצט דארפן מיר נאך אויסקוועטשן דאס מערסטע מעגליך פונעם שבט ליסטע, ווי אויך זיך פארלייגן ארויסצוקריכן פון "קאנסטרוקציע" פאזע (50 ארטיקלען, דערפון פינף "אבן הפינה"). — צמא לדעתשמועס • כ"ד שבט ה'תשפ"ג 10:29, 15 פעברואר 2023 (IST)
איך מיין מען האט אביסל פארקראכן/ קיין שאלה נישט, אז אונז דא זאלן זיך קאנצענרירן אין שאפן נייע ארטיקלען. איך וויל נישט פארשלאגן א "פראיעקט", נאר אן "אפציע". אביסל מער פרייהייט. איך זע נישט קיין נייטיגקייט אין קיין שום פראיעקט איבער די רוי געביט, שרייבן "וויכטיגע ארטיקלען" פראיעקט קען אונז באגלייטן לאנגע געזונטע יארן. סך הכל וויל איך געבן דער עולם מער אפציע און מער געלעגנהייטן.
אויב איך האב אמאל א מינוט ווען איך נישט אין די כלים אויף צו שרייבן א נייע ארטיקל, האט עס א פשט צו אריינלייגן ארבעט אין א רויער? דאס הייסט צולייגן אפאר מקורות, אויסראטן אביסל יידיש, ערגענצן אביסל דעם תוכן, וכדומה.
כעת איז דאס נישט קיין אפציע. איך וויל אבער אז עס זאל יא זיין אן עתיד פאר די רויער ארטיקלען, און ארבעטן אויף א רוי ארטיקל זאל זיין פונקט אזוי לעגעטים ווי אנהייבן א נייע דרעפט. צופוצן פאוואליע אן עקזיסטירענדע ארטיקל איז גרינגער ווי בויען א נייע; און עס איז נישט דא קיין שום סיבה מיר זאלן דאס נישט טון, כאטש בין גברא לגברא. (צמא לדעת'ס עצה זעט מיר עפעס נישט אויס).
געדענקטס אז בקרוב ממש, אויב וועט איר וועלן טון עפעס פאר המכלול אן זיך אנשרענגען, וועט באקוקן ארטיקלען נישט זיין קיין אפציע...
על כן, זאל מען יא קענען רעדאגירן אלע רוי ארטיקלען, אנדערש ווי די ביז יעצטיגע ריכטליניעס.
שנית, אז רוי ארטיקלען זאלן עס גרינגער אריינמאכן אין הויפט. אויב איז דער ארטיקל בעצם גאנץ, זיין איינציגסטע חסרון איז אביסל מקורות אדער מילדע יידיש, זאל מען מקיל זיין און עס אריינלאזן צום הויפט געביט מיט א מוסטער. דאס קען אבער ווארטן כדי די סטאנדארטן זאלן זיין אוועקגעשטעלט. (הגם, מען קען זאגן אז די עצם עקזיסטענץ פון דער רוי געביט + דער באגלייטע מוסטערן + די פארלאנג צו האבן א בשטאטיגונג פון מנטרים = איז איבער גענוג). שווערמער (שמועס) 03:33, 16 פעברואר 2023 (IST)
אלזא, לאמיר טאקע אפטיילן די צוויי פראגעס: אריבערפירן רוי ארטיקלען צום הויפט געביט איז איין זאך, וואס די דיסקוסיע דערוועגן קען נאך זיכער ווארטן לכל הדעות, און לויזער מאכן די ריכטליניעס איבער רעדאגירן רוי ארטיקלען איז א צווייטע.
איך וואלט פארגעשלאגן, אויף דערווייל, אז רוי ארטיקלען זאלן טאקע זיין לכתחילה אפן פאר לייכטע רעדאגירונגען. ביי גרעסערע רעדאגירונגען וועט בלויז ארויפקומען אן איידעלע פארשלאג (נישט א שטרענגע ווארענונג ווי יעצט), אז אפשר וואלט ער געוואלט טון די ארבעט אין א אייגענע דרעפט.
וועט איר פרעגן, וואס איז דער אויפטו פון רעדאגירן רויע ארטיקלען אויב קען מען זיי סייווי נישט אריבערפירן? צוויי זאכן: איינס, ווען עס וועט קומען די צייט צו עפענען דעם אייגענעם דרעפט וועט מען זאפארט קענען קאפירן אלעס וואס מ'האט מוסיף געווען צום רויען ארטיקל און שוין אויפ'ן פלאץ האבן א כמעשה'דיגע דרעפט. ווי שווערמער זאגט, איז שווער אנצוהייבן אן ארטיקל פון גארנישט, אבער מיט דעם ארבעט-פלוס וועט עס קיינמאל נישט זיין פון גארנישט - רוי וועט דינען אלס crutch ביז ווען דער דרעפט קען שוין שטיין אויף די אייגענע פיס. צווייטנס, אז די רויע ארטיקלען, וועלכע זענען דערווייל פאקטיש א חלק פון המכלול ווי תנא קמא זאגט, זאלן באקומען א שטיקל פנים.
מען דארף דערביי דערמאנען אויך די חסרונות, אפילו פון אזא מילדע מהלך. קודם כל, וועט עס ברענגען אז די רוי ארטיקלען זאלן פאקטיש מער געזען ווערן, דורך אייגענע און דרויסנדיגע. (די מערסט-פאפולערע בלעטער זענען אלע אייגענע, ביז ווען מ'קומט אן צו די רויע ארטיקלען מיט וועלכע מיר האבן די מערסטע געפאטשקעט... גוגל אנאליטיקס צייגט קלאר אז רויע ארטיקלען ווערן כמעט נישט געזען פונדרויסן; דאס וועט זיך טוישן אויב וועלן מיר מער טון אין יענעם געביט). צווייטנס, ווען איינער וועט ווילן עפעס טון פאר המכלול, וועט זיך דרייען אין רוי ווייטער זיין אן אפציע... שווערמער דערמאנט עס אלס מעלה (און ער איז גערעכט), אבער עס איז אויך א חסרון. כ'האב געהאפט אז מיר זענען שוין געענדיגט מיט רוי; האבן מיר טאקע אזויפיל כוחות צו שווענדן אויף רוי און ס'זאל נישט גיין אויף אונזער אייגענע חשבון?
דער אויפטו פון דעם מהלך איז אבער אז עס איז בויגזאם און מיר לאזן נישט אויס קאנטראל (אנדערש ווי אריבערפירן, וואס ביי דעם איז שוין שווערער פארהאן א וועג צוריק). מ'קען צופאסן ארויף אדער אראפ דעם לימיט, ביי וויפיל בוכשטאבן עס קומט שוין ארויף דעם פארשלאג הנ"ל, מ'קען טוישן די ריכטליניעס אויף ווייכער אדער שטרענגער, לויט ווי עס פעלט אויס. און אויב ארבעט זיך עס גאר גוט אויס, קען עס נאך זיין א בריק צום ערלויבן אריבערפירן ארטיקלען אויך קריצהצמא לדעתשמועס • כ"ה שבט ה'תשפ"ג 10:14, 16 פעברואר 2023 (IST)
@צמא לדעת איך זע נישט אזוי דער גרויסע חילוק פון "איבערארבעטן רויע און אריבערפירן צום הויפט", ביז "איבער ארבעטן רוי, מאכן פון זיי דרעפטס און ענדיגן איבערארבעטן, און אריבערפירן צום הויפט". אויב דער איבריגע (באן-)סטאנציע פעלט אויס פאר וועלכע סיבה - שיהיה. אלנפאלס זעמיר לכאורה מסכים צו דער געדאנק אז מען קען איבערארבעטן רויע און עווענטואל אריבערפירן צום הויפט, יא? שווערמער (שמועס) 22:09, 22 פעברואר 2023 (IST)
דער חילוק איז נישט בלויז נאך א סטאנציע, נאר אז בלויז די אייגענע הוספות ווערן אריבערגעפירט צום דרעפט און פון זיי ווערט געשאפן דער פרישער ארטיקל - וואס איז געווען אין רוי איידער מ'האט אנגעהויבן פארבעסערן בלייבט ווייטער דארט.
ווי געשמועסט, דאס איז לאו דווקא א ענדגילטיגע גזירה, נאר וואס קוקט אויס ריכטיג פאר אונזער יעצטיגן שטאפל. ווען מיר וועלן האבן גענוג אייגענע, און גענוג צענטראלע אייגענע, (און גענוג באוויזן דעם פאטענציאל פון פארבעסערן און נוצן ארטיקלען פון רוי), וועט מען מעגליך באשליסן אריבערצופירן פון דארט דירעקט.
אין איין ווארט, רְאֵה דְבָרֶךָ טוֹבִים וּנְכֹחִים אבער עס איז נאכנישט געקומען די פאסיגע צייט, לדעתי. — צמא לדעתשמועס • ב' אדר ה'תשפ"ג 11:04, 23 פעברואר 2023 (IST)

אנהייב

דער חלק פון אן ארטיקל וואס הייסט אין עברית "פתיח" און אין ענגליש "lead section" אדער "lead", האבעך באטיטלט דא "אנהייב". דאס שטעלט זיך אבער ארויס צו זיין אביסל אומפראקטיש און נישט אזוי ניצליך. האט איינער פון די אקטיווע מכלולאים‏ עפעס א גוטע נאמען? ("אריינפיר" איז פסול, ווייל אן "אנהייב" איז קלאר נישט קיין "אריינפיר"). איך טראכט אפשר "פאדערטייל" און "פאדער" בקיצור. עטץ האלטס וואס? שווערמער (שמועס) 03:34, 16 פעברואר 2023 (IST)

כ'ווייס נישט פארוואס דו פסל'סט אזוי שארף אפ "אריינפיר", איך זע עס דייקא אלס דער בעסטער ווארט פאר דעם. גערעכט טאקע אז דאס איז נישט דער איינציגסטער ציל פונעם פתיח, אבער א הויפט ציל איז עס דאך. און "פתיח" יוכיח, וואס איז מלשון פתח און טייטשט ממש אריינפיר. נאך געדאנקען זענען "פתיחה", "אָווערטור", "פאָרשטעלונג", "איינלייטונג", "הקדמה". תנא קמא (שמועס) 03:50, 16 פעברואר 2023 (IST)
אן אריינפיר (אויב איך פארשטיי וואס עס מיינט...), איז ניט אמאל טיילווייל דער ציל פון דער פתיח, אפציעל. שווערמער (שמועס) 21:27, 20 פעברואר 2023 (IST)
קאן זיין כ'ווייס נישט וואס אריינפיר באדייט, קאן זיין ס'האט מער ווי איין מיינונג. אריינפיר איז א צוזאמשטעל פון אריין פירן, און דאס איז, אין גרויס טייל וואס דער ערשטער חלק ארטיקל טוט. ער גיבט א קורצן סך הכל אויפ'ן ארטיקל דערביי אריינפירנדיג דעם ליינער צו ליינען מער אויספירליך דעם גאנצן ארטיקל. –תנא קמא (שמועס) 02:08, 21 פעברואר 2023 (IST)
שיין מסביר געווען. דער פראבלעם איז אז רוב אריינפיר'ס וואס מען זעט אין ביכליעך, צייטונגען וכדומה, זענען מער אן הינטערגרונט אדער מאטיוואציע פאר דער ארטיקל, וואס איז נישט וואס דער "אנהייב" זוכט בכלל. אקטיווע מכלולאים‏, עוד הפעם, עפעס פארשאלגן? שטימען לכאן או לכאן? שווערמער (שמועס) 22:05, 22 פעברואר 2023 (IST)
וואו זעט מען אז "אנהייב" שטעלט זיך ארויס אומפראקטיש? דאס הערט זיך ביי מיר בעסער ווי אנדערע מעגליכקייטן (פאדער, עפנונג, מבוא). — צמא לדעתשמועס • ב' אדר ה'תשפ"ג 11:08, 23 פעברואר 2023 (IST)
ווייל מען מוז מאכן שטרעכלעך: "אנהייב" צו קענען פונאנדערשיידן צווישן דער "אנהייב" פון אן ארטיקל, און דער אנהייב דערפון... שווערמער (שמועס) 21:10, 23 פעברואר 2023 (IST)
אה, גוטע נקודה...
"פאדער" ליינט זיך ביי מיר ווי עפעס וואס מען טוט פאדערן. וואס זאגט איר צו "עפנונג?" — צמא לדעתשמועס • ב' אדר ה'תשפ"ג 22:02, 23 פעברואר 2023 (IST)
גוט! שווערמער (שמועס) 21:00, 2 מערץ 2023 (IST)
איך בין גוט מיט "אריינפיר", אבער נאך אן אפציע קען זיין "פראלאג" --עברי אנכי (שמועס) 06:46, 3 מערץ 2023 (IST)

פארשפארן "אומבאקוקט"

אין די פארגאנגענע וואך האבן מיר זיך געשטעלט א ציל דורכצוגיין אלע אומבאקוקטע ארטיקלען על סדר הא"ב, און שנעל רייניגן די וועלכע לאזן זיך גרינגער רייניגן, מיט די כוונה אז ווען עס בלייבן בלויז די שווערערע ארטיקלען וועלן זיי אלע ווערן פארשפארט - צוגענגליך בלויז פאר די עוסקים במלאכה.
דאס איז בעז"ה געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע סוקסעס: קרוב צו טויזנט ארטיקלען זענען באקוקט געווארן, און עלף אותיות זענען דערקלערט געווארן ריין פון גרינגע-אומבאקוקטע. דאס אלעס אין די פארגאנגענע וואך.
יעצט, אז מען האלט שוין ביי די לעצטע צען פראצענט צו באקוקן, אפשר קען מען שוין דא שליסן, אן דורכצוגיין די צווייטע העלפט פון די כ"ב אותיות? אויך די גרינגערע ארטיקלען קאסטן פארט צייט און כוחות צו באקוקן - צייט און כוחות וועלכע קענען אפשר מער פראדוקטיוו גענוצט ווערן פאר אנדערע צוועקן. רוב פון די פארבליבענע ארטיקלען זענען אדער נישט צו וויכטיג, אדער דארף מען זיי רייניגן מיט מתינות און כובד ראש; ווער זאגט אז מיר דארפן דאס אלעס יעצט טון?
לויט דעם געדאנק, וועט קאטעגאריע:אומבאקוקט ווערן פארשלאסן, אפן בלויז פאר די מיט די "עורך_אספקלריה" רעכט (וואס וועט געגעבן ווערן פאר אלע וואס טראגן זיך אן צו עוסק זיין במלאכה). פון פארשלאסענע ארטיקלען וועט מען גרינג קענען אנקומען צו א דעזיגנירטע בלאט, וואו מ'קען בעטן צו באקוקן און עפענען דעם ארטיקל. די וואס טוען דערין וועלן געבן פריאריטעט פאר די פארלאנגטע ארטיקלען, ווי אויך פאר אנדערע וויכטיגע וועלכע זענען נאך פארשפארט (אדער די וועלכע קומען ארויף אויפ'ן הויפטבלאט, וכדומה), און אפשר בין גברא לגברא אויך אנדערע פארשפארטע ארטיקלען. אזוי וועט מען בעז"ה קענען נוצן אונזערע כוחות אויף די מערסט-עפעקטיווע וועג, און נישט אז פארשטויסענע באן-סטאנציעס זאלן בהכרח קומען אויפ'ן חשבון פון פאטענציעלע "אבן הפינה" ארטיקלען.
(במאמר המוסגר, וועט דאס אונז אויך געבן מער פרייהייט צו לייכט-רעדאגירן און פארבעסערן די רוי ארטיקלען וועלכע זענען אפן, ווי דיסקוטירט אויבן, עפעס וואס שפירט זיך אביסל אומריכטיג ווען אלעס איז אויסגעמישט אין איין שיסל מיט אפענע פסול'ע תוכן).
וואס זאגט איר? — צמא לדעתשמועס • כ"ח שבט ה'תשפ"ג 14:50, 19 פעברואר 2023 (IST)

איידער איך בין מסכים דערמיט וויל איך ערשט אויך ארויסברענגען די אנדערע צד... דורכאויס דעם וועג פון באקוקן האט זיך גאר אסאך מאל געמאכט אז מ'איז מיד געווארן און געוואלט אפשטעלן די ארבעט דארט, אבער צמא האט אלץ געזאגט אז ס'איז א שאד צו ענדיגן דא, און מחזק געווען צו גיין ווייטער ביז'ן סוף... 90% איז טאקע גאר אן ערנסטע נומער, אבער אזוי לאנג ווי די ארבעט פארט אויף גוטע רעלסן, אפשר לוינט זיך צו ענדיגן די איבריגע (מן הסתם ארום 5%) וואס זענען לייכט.
די עיקר שוועריגקייט יעצט איז צו טרעפן די גרינגע צווישן די ים פון שווערערע, אבער בעצם איז נאך דא גענוג און נאך גרינגע און אפילו וויכטיגע ארטיקלען.
אבער די הויפט אישו מיט שוין יעצט אפשפארן די המכלול:רייניגונג פראיעקט איז, אז סוכ"ס גייט עס בלייבן צולאסט אין הונטערן-באוואוסטזיין און די עול דערפון גייט מעגליך נאכאלץ שטערן. דאס איז א שטיקל שאד ווען מ'האלט שוין אזוי נאנט צו זיין פארטיג.
אבער מיט דעם אלעם מיין איך אז הגיע הזמן צו מאכן א פויזע און זיך נעמען צום אינהאלט מיט א פלייס. ווען מען זעט וואס קומט ארויס ב"ה ווען מען ארבעט אויף תוכן איז שווער צו פארצייען דערויף און פאטשקען מיט רויע ערכים. און דערפאר בין איך Symbol support vote.svg מסכים מיט צמא'ס פארשלאג צו פארשפארן די פארבליבענע רוי ארטיקלען און לייגן די פראיעקט אין סעמי-היבערנאציע... --עברי אנכי (שמועס) 20:13, 19 פעברואר 2023 (IST)
איר זאגט זייער גוט, אבער לאמיר אביסל ערקלערן וואס איז יעצט אנדערש ווי פארגאנגענע מאלן...
קודם כל, בלייבן שטעקן ערגעץ אינדערמיט איז נישט קיין תכלית, נישט נאר פאר די מכלולאים וועלכע לויפן אהין און צוריק, נאר אויך פאר די באזוכער וועלכע ווערן אנטמוטיגט ווען יעדע צווייטע בלאט איז פארשפארט. גאר עפעס אנדערש איז צו לאזן א צענטל, מיט א קלארן חשבון אויף ווייטער. מיר גייען כסדר ווייטער עפענען די בלעטער וועלכע קומען ארויף און זענען וויכטיג, און עס וועט מעגליך נעמען א שטיקל צייט פאר באזוכער און נייע באניצער צו באמערקן אז טייל בלעטער זענען פארשפארט... (אלס א צושטעל, אויף המכלול העברי זענען יעצט פארשפארט 89,068 ערכים, וואס באטרעפט כמעט 28% פונעם סך הכל). ווען מיר וואלטן געבליבן שטיין ביי 50-60% וואלטן מיר נישט געוואוסט ווען און וויאזוי ווייטער ממשיך צו זיין, אבער יעצט איז דער וועג אויסגעטראטן בעז"ה.
צווייטנס, יעצט האלטן מיר שוין פאקטיש אינמיטן העפטיג שרייבן, עס איז נישט חלומות שחלמו אחרים על אחרים. עס קומען פארנומענע טעג, וויכטיגע ארטיקלען צו פארטיגן אויף פורים און פסח, און באקוקן נאך א 5% איז נישט גענוג וויכטיג צו קומען אויף זייער חשבון.
די ארבעט לויפט נישט אוועק, מיר וועלן כסדר ווייטער באקוקן נאך אביסל, לויט וואס פעלט אויס און קומט אריין. אויב וועט עס טאקע בלייבן צולאסט, קען מען אלעמאל אויסנוצן א בין-גברא-לגברא, צווישן איין שרייב-פראיעקט און די קומענדיגע, אפצוענדיגן די איבריגע. עס וועט דאן האפנטליך גיין נאך שנעלער ווי יעצט, מיט פרישע און באנייטע כוחות בעז"ה. — צמא לדעתשמועס • כ"ט שבט ה'תשפ"ג 12:35, 20 פעברואר 2023 (IST)

חסידי'שע הויפן

כ'מיין ס'איז שוין צייט צו אדרעסירן: וויאזוי זאל מען א נאמען געבן די ארטיקלען איבער חסידי'שע הויפן. פאלגענד זענען עטליכע פארשלאגן, דאס מערסטע פון זיי קרעדיטירט צו אנדערע חשוב'ע מכלולאים, לשם משל וועלן מיר זיך באניצן מיט "ראצפערט":

  1. ראצפערט (חסידות)
  2. ראצפערט (הויף)
  3. חסידות ראצפערט
  4. ראצפערט (-אזוי לאנג ווי עס איז נישט פארהאן אן ארטיקל אויפ'ן שטאט ראצפערט אליין)

ביטע קומט אריין מיט אייער פרעפערענץ, און שפירט פריי צו אפפערן נאך מעגליכע פארשלאגן --עברי אנכי (שמועס) 09:40, 6 מערץ 2023 (IST)

א דאנק פאר אויפברענגען די נושא.
מיין פרעפערענץ וואלט געווען איינע פון די ערשטע צוויי, אדער סיי וועלכע וואריאציע דערפון. דהיינו, דער נאמען פונעם חסידות/הויף זעלבסט, ווי עס ווערט גערופן אין היימיש שפראך, נאכגעפאלגט מיט קלאמערן וועלכע קלארן אויס אז מען רעדט פונעם חסידות/הויף און נישט פון "ראצפערט" סתם, וואס דארף ווייטער באדייטן דער שטאט ראצפערט. (אין פעלער פון גאר גרויסע הויפן קען מען מעגליך שרייבן קלאמערן ביי ביידע ארטיקלען, ווי "סאטמאר (חסידות)" און "סאטמאר (שטאט)", מיט "סאטמאר" זייענדיג א באדייטן-בלאט וואס זאל פירן צו די צוויי).
כ'וועל זיך מעגליך מער ערקלערן אויב וועט אויספעלן[1], אבער די נקודה איז אז פון איין זייט איז "חסידות" (אדער "הויף") נישט אין כלל פון דער נאמען, נאר אן ערקלערונג פון וועלכע Referent מען רעדט; און פון די אנדערע קען מען נישט שרייבן "ראצפערט" סתם, אפילו ווען דער ארטיקל איבער'ן שטאט עקזיסטירט נאכנישט (און אפילו, נניח, אז מיר שליסן שוין מתחילה אויס די מעגליכקייט אז דער ארטיקל וועט אמאל געשריבן ווערן), ווייל עס איז שטארק אומענציקלאפעדיש - אפילו ענציקלאפעדיש פאלש, אביסל שארף גערעדט...
פון די צוויי, "ראצפערט (חסידות)" אדער "ראצפערט (הויף)", איז חסידות לכאורה היימישער אבער הויף איז מער מדויק אין אסאך פעלער. לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט. — צמא לדעתשמועס • י"ג אדר ה'תשפ"ג 10:50, 6 מערץ 2023 (IST)
אחרי הודיעך אותי כל אלה, שטים איך צו צו ראצפערט (חסידות). כ'מיין דאס איז פיל מאל נאך מער אקוראט ווי הויף, נעם אין אכט אז "(חסידות)" מוז נישט באדייטן אז דער טערמין איז "א חסידות", נאר אז עס איז "אין די רעאלם פונעם חסידות קאטעגאריע" (ווי "(philosophy)").
תנא קמא (שמועס) 17:04, 6 מערץ 2023 (IST)
ברוך שכיוונתי לדעתו (ונימוקו) של תנא קמא. נייטראלערשמועס • י"ד אדר ה'תשפ"ג 19:58 (IDT)

אריבער געפירט פון מוסטער שמועס:ציר זמן לרבנים

מ'דארף צולייגן די מוסטער צו אלע רבנים וכד'?האט'ס אמונה (שמועס) 16:58, 30 אפריל 2023 (IDT)

אויב עפעס, איז גוט צו נוצן {{ציר זמן לרבנים עברי}}. כ'וואלט נישט געזאגט ממש אז מען דארף, אבער עס קען זיין א גוטע זאך, ובפרט פאר די וואס זייער תקופה איז ווייניגער באקאנט. — צמא לדעתשמועס • ט' אייר ה'תשפ"ג 17:43, 30 אפריל 2023 (IDT)
איך פארשטיי אז סאיז דא זאכן וואס סקען זיין גוט, איך מיין צו פרעגן, בתור איינער וואס האט ליב צו מאכן זאכן מושלמים, און צןליב דעם וויל איך אויך אז המכלול זאל זיין מושלם, כגון אז אלע ארטיקלען פון קאטעגאריע XXXXX זאלן זיין געבויט די זעלבע זאך, צוליב דעם פרעג איך, אויב איך גיי דאס מאכן, וועלן אזוי זיין נאר מיינע ארטיקלען, אדער סווערט יעצט אוועקגעשטעלט די סיסטעם פון המכלול אז אלעס גייט אזוי (נישט ווי אין העיברי וואס סאיז דא אסאך מיני צוגעהער וואס נאר איינער פון צענדליגער שרייבער נוצן, און אויך דיי מנטרים לייגן דאס נישט אריין ווען זיי זענען מאשר א זאך), און אויב סווערט טאקע אזוי אוועקגעשטעלט די סיסטעם, קען זיין פאר ריכטיג צו אוועקשטעלן א 'הדרכה' בלעטל פאר נייע שרייבערס אויף די 'מבנה' פון אלע סארטן נושאים, יעדע נושא וועלכע סארטן מוסטערן וכד' סדארף פארהאנען... האט'ס אמונה (שמועס) 19:38, 30 אפריל 2023 (IDT)
זייער גוט אראפגעלייגט די פראגע. ברענגט עס בעסער אויף אין המכלול:דיסקוסיע זאַל, און לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט. — צמא לדעתשמועס • ט' אייר ה'תשפ"ג 20:27, 30 אפריל 2023 (IDT)

מנטרים: @נייטראלער, צמא לדעת, שווערמער, און תנא קמא: און אלע אנדערע אקטיווע מכלולאים‏! קומט'ס אריין האט'ס אמונה (שמועס) 15:44, 1 מאי 2023 (IDT)

מיט א צווייטן בליק, גייט דער {{ציר זמן לרבנים עברי}} מוסטער אויך פון לינק צו רעכט. לכאורה דארף מען דאס מסדר זיין (אפשר תנא קמא?) איידער מען באשטימט צו לייגן דעם מוסטער ביי אלע ערכי רבנים. — צמא לדעתשמועס • י"א אייר ה'תשפ"ג 01:04, 2 מאי 2023 (IDT)
האט'ס אמונה, אייער איבערגעגעבנקייט און מרץ איז שטארק בולט! און ס'איז טאקע א גוטע זאך צו האבן אחידות אויף די אויסשטעל פון קאטעגאריעס בלעטער.
בנוגעאיך מיין אז זאל מען די ציר זמנים לייגן נאר ביי רבנים וואס זייער תקופה איז נישט אזוי באקאנט, ווי דער ספורנו.
אפשר מיט די צייט וועט מען שאפן א מער דעטאלירטערע ציר זמנים עקסטער פאר פארשידענע תקופות ווי תלמידי בעל שם, וכדו'. —תנא קמא 📖 💬 09:17, 4 מאי 2023 (IDT)
איך האב יעצט דאס אריינגעלייגט ביי אפאר, ווייל איך האב געזען אז נאך ואס איך האב דאס אראפגענומען ביי די דגל האט מען דאס צוריק געלייגט! האט'ס אמונה (שמועס) 09:19, 4 מאי 2023 (IDT)
האט'ס אמונה, כ'בין דורך די גאנצע היסטאריע, און נישט געזען קיין אראפנעמאכץ און קיין צוריקלייגאכץ. מעגליך עס האט זיך אייך געדאכט אז איר האט עס אראפגענומען? בכל אופן, אויב אלע האלטן אז ס'פעלט נישט אויס, זאלן מיר דאס לכאורה אראפנעמען. מסכים? —תנא קמא 📖 💬 09:28, 4 מאי 2023 (IDT)
איר זענט גערעכט, איך האב געוואלט דאס אראפנעמען, נאר היות סאיז געווען אינמיטן דיו האב איך מחליט געווען דאס לאזן לעת עתה, אבער למעשה האט אונזער הויכגעשעצטער מנטר דאס נישט אראפגענומען! בכל אופן איך וועל יעצט אלעס אראפנעמען בעז"ה, און מ'דארף זעהן צו צולייגן א קעפל ביי די מוסטער קלארצושטעלן פאר וואס און פאר ווען איז דאס פארהאן. ייש"כ! האט'ס אמונה (שמועס) 13:26, 4 מאי 2023 (IDT)

מנטרים'ס אויפגאבע

אקטיווע מכלולאים‏. די אויפגאבע פון א מנטר (אין באצוג צו אריבערפפירן דרעפטס), אין וויקיפעדיע און אין המכלול העברי, און זיכער צו מאכן אז דער ארטיקלען זענען גוט און לייטיש. אויב איז עס נישט, פארלאנגט ער פון דער שרייבער צו טון דערין. "ערגענצן" אן ארטיקל, "פארברייטערן", "מגיה זיין" און זאכן וואס מען קען בעטן ביים ברייטן א"מ, דער מנטר וועט על פי רוב זיך נישט באמוטשען דערמיט.
אויסער אויב ער איז גאר א גוטער. אזוי ווי אונזער געטרייער מנטר. ער איז מגיה אונזער גרייזן פארברייטערט עס צו דער מאקסימום, און לאזט עס נישט ארויס ביז מיר זענען שטאלץ פון "אונזער" ארבעט...
וכאן המקום ארויסצוברענגען דאנקבארקייט פארדעם. מיר האבן בקומען א "מנטר", "מגיה" און "מרחיב" פאר די פרייז פון איינס!
אבער... מנטרים איז איינס פון די זאכן וואס מיר מאנגלען שרעקליך. מיר מוזן האבן נאך. על כן, קלער איך אזוי: מהיום והלאה וועט דער מנטר נישט דארפן, און נישט מעגן פאררעכטן אדער פארריטערן דעם ארטיקל, ער וועט דאס פארלאנגן פון די שרייבער אליין (לגבי מגיה זיין), אדער לאזן אויף שפעטער (לגבי מרחיב זיין) - אויסער אויב מען זעט אז דער שרייבער איז נישט ממש ביכולת. נאכמער, אויב וויל ער יא מרחיב זיין זאל ער עס טון נאכן אריבערפירן.
וואס מיינט דאס פאר אונז?
א. אז דאס וואס מיר געבן אריין אריבערצופירן, אט דאס וועלן מיר טרעפן אין הויפט געביט.
ב. אז דער מנטר וועט אונז אנהייבן הייסן טון זאכן: "זיי מסדר קאפיטל X און פארברייטער איבער אספעקט Y". "זיי מוחל און נעם אליין ארויס אלע טייפאו'ס", "לינק א HE לינק", "טרעף קאט." וכו'.
ג. געבן א פלייצע און עצה פאר אנדערע, מגיה זיין, פארברייטערן - אדער כאטש צושטלען מראי מקומות, וכדומה.
ד. די קוואליטעט דא גייט אביסל אראפגיין.
אזוי ארום וועלן מיר קענען נעמען דעם "מגיה" און שטען אלץ מנטר, און פון דער "מרחיב" וועט ווערן צוויי... און אויב ווערט דער אויפגאבע גרינגער, וועט אפשר אויך צוקומען א 5'טע מנייטר. ווער ווייסט..
ס'האלט דערוילעם? שווערמער (שמועס) 05:33, 3 מאי 2023 (IDT)

הרב שווערמער, האסט הערליך שיין ערקלערט אלע נאכפאלגן, מעלות און חסרונות פון די געדאנק, אבער כ'מיין האסט אויסגעלאזט די געברויך פארוואס עס זאל אויספעלן נאך מנטרים וואס זאלן זיין פארנומען אויסשליסליך מיט ניטור. איז דאס כדי צו זיין גרייט אויף א פלייץ פון פרישע רעדאגירער (בעז"ה בקרוב בימינו, אמן)?
אויב איז דאס די סיבה איז מיין ארעמע מיינונג אז ס'לוינט ווייט נישט צו אויפגעבן אויף די איכות פון די ארטיקלען, עפעס וואס איך קוק אן אלס אונזער הויפט מעלה וואס שטארצט ארויס, און וואס וועט אונז האפנטליך פירן ווייט, יעצט ווען די שרייבער באזע איז אונטער א מנין.
נאך אן ענין וואס איך מיין דו האסט פארזען איז, אז ס'איז גאר יתכן אז די געלונגענע מנטרים גלייכן דוקא דאס שרייבן, פארברייטערן און בארייכערן ארטיקלען. דאס וועט מען זיי אליין דארפן פרעגן...
נאך א געדאנק צו נעמען אין באטראכט. כ'האלט קלאר אז איך האב נישט די כשרונות צו ארויסגעבן א שלימות'דיגע ארטיקל, און איך שרייב על דעת אז ס'גייט ווערן אויסגעשלייפט.
א שטארקע מעלה אבער צו דיין פארשלאג איז, אז די שרייבער וועלן זיך מיט די מהלך צוביסלעך אויסלערנען וויאזוי צו ווערן בעסער אין שרייבן, און מיט די צייט קענען ארויסגעבן מער שלימות'דיגע פירות.
אבער אויב בלייב מיר אז ס'איז דוקא יא א גוטע געדאנק, אפשר זאל מען פאר ניטור נעמען די וואס קענען נישט שרייבן אידיש, אבער פארשטייען גוט צו ניטור. עברי אנכי (שמועס) 07:44, 3 מאי 2023 (IDT)
כדברי הרב עברי אנכי, האט הרב שווערמער צוגעטרעטן גלייך צום ענין אן צו מקדים זיין פארוואס אזא טויש זאל בכלל אויספעלן. עס רעדט זיך בעיקר איבער דעם אז די אויפגאבע פונעם מנטר, לויט ווי ס'איז יעצט, איז היבש שווער און פאמעליך; מען קען נישט ערווארטן ער זאל באארבעטן מער ווי איין דרעפט א טאג, וואס טייטשט אז טעגליך וועלן ווערן אריבערגעפירט נישט מער ווי איין-צוויי (אין בעסערן פאל) דרעפטס. למעשה מערן זיך די דרעפטס שנעלער ווי זיי קענען ווערן אריבערגעפירט, (א וואך צוריק זענען געווען 44 דרעפטס אין קאטעגאריע:דרעפטס, היינט - נאך וואס יעדן טאג איז איין אריבערגעפירט געווארן - זענען פארהאן 47), וואס ברענגט צו אז א שיינע צאל דרעפטס זאלן בהכרח דארפן לאנג ווארטן אין די רייע, וואס קען אנטמוטיגן די שרייבער צווישן אנדערע נאכפאלגן. שווערמער איז בדעה אז מיר דארפן ווערן שנעלער און מער דינאמיש. עס איז אויך יתכן אז אזא טויש וועט צוגעבן גענוג צייט פאר די מנטרים צו קענען שרייבן רעגלמעסיג אייגענע ארטיקלען, אנשטאט זיך בלויז אפצוגעבן מיט אנדערע.
(איך האב דא נישט אויסגעדרוקט קיין אייגענע מיינונג, וואס איך ווארט נאך צו הערן פון די באזע שרייבער, ובפרט פון האט'ס אמונה, נאר איך, עברי אנכי, תנא קמא. פערזענליך וועל איך מסתמא ווייטער פארברייטערן טייל ארטיקלען, די צו וועלכע איך האב א געפיל, ובפרט די פאטענציעלע "אבן הפינה" ארטיקלען, אבער - אויב נעמט מען אזוי אן - וועט עס נישט זיין אין די ראמען פון ניטור און נישט אויפהאלטן דעם דרעפט אריבערפירונג). — צמא לדעתשמועס • י"ב אייר ה'תשפ"ג 09:58, 3 מאי 2023 (IDT)
איך מיש זיך נישט איינעם גאנצן נושא, האבער דאס איז קלאר אז וואס דער מנטר קען געבן פארן שרייבער איז בעסער ער זאל אים דאס געבן און פאשנעלערן די זאך. נאר איך ~ שמועס ~ י"ב אייר ה'תשפ"ג ~ 16:02, 3 מאי 2023 (IDT)
איך ווייס ממש נישט וואס צו זאגן איבער דעם. דאס איז קלאר אז כרגע פארט די זאך זייער שטייט, און איך זעה אז ווען נישט איך שרייב זאכן וואס זענען פארבינדן מיט א געוויסער דאטום, וועט דאס נישט [אזוי שנעל] אריבער געפירט. אבער צו דעם, היות איך בין אן א"י אנוואוינער פון אלס קליין קינד, און ליידער האט מען מיר אויס געלערנט צו שרייבן מעכטיג אויף העבראיש... און די אידיש קען איך נאר פון מאמע לשון כפשוטו-די ליין מאטריאלן וואס מיינע עלטערן האבן ב"ה מיך אנגעשטאפט דערמיט, אבער דאס איז פארשטענדליעך אז כ'האב נישט געקענט פון דעם קונה זיין אינגאנצן אויף אן הויכן שפראך (פארשטיין פארשטיי איך, נאר שרייבן שרייבט זיך מיר דאס נישט אזוי, ס'איז אסאך מאל ווערטער אדער א שפראך וואס איז נישט פון די פליסיגע רעדנהייט...), ממילא אן דאס ארבעט פון אונזער הויכגעשעצטער מאנטער מעג מען נישט ארויפלייגן מיינע ארטיקלען!!! איז "מה נענה אנן אזובי הקיר"?!?! ס'וועט מיר אפשטעלן אינגאנצן! אבער מצד שני וויל איך יא אז זאכן זאלן גיין שנעלער...
וואס יא, אויב מ'קען קלאר מאכן יעדער איינער פון די אקטיווע מכלולאים אין וועלכער חלק איז ער אויסגעצייכנט, און יעדער איינער זאל זיך אינטערגארטלען צו אנהייבן נאכגיין אלע ארטיקלען וואס ווערן געשריבן, און דארט צולייגן זיין חלק, ווי צום ביישפיל: "א" טויג אין שלייפן די 'אידיש'ע חלק, "ב" איז אויסגעצייכנט אין מקורות, "ג" איז געלונגען אין אוישטעלן וכו' וכד', און יעדער איינער מוז זיך אונטערגארטלען אזוי זיך צו פירן, צולייגן זיין גוטער נאטור אין אלעמענס ארטיקלען, און ועל כולם אונזער הויכגעשעצטער מנטר, און אזוי בעז"ה וועט לכאורה אלעס זיך קענען פירן על מי מנוחות שנעלערהייט!! און אין גיכן וועט די דרעפטסארטיקלען ליסטע ליידיג ווערן! איך האף אז מהאט ארויסגעהאט וואס איך מיין. די עיקר איז-האט'ס אמונה (שמועס) 16:51, 3 מאי 2023 (IDT)
"- אויסער אויב מען זעט אז דער שרייבער איז נישט ממש ביכולת." אדרעסירט דיין פראגע. ווי אויך, קענסטו בעטן וועם דו ווילסט פערזענליך, ר זאל מגיה זיין דיין ארטיקל. (איך ראט, אז נאך איינער שלייפט דיר דעם אידיש, זאלסטו איבערקוקן די שינויים און זיך לערנען דערפון, וכן אני נוהג.)
לגבי @עברי אנכי פראגע, דער ציל איז צו קענען זיך אנפולן מיט אסאך ארטיקלען שנעלער, כדי אז ווען א פלייץ פון נייע קומען זאל דער אטמאספער שוין זיין ריכטיג אהערגעשטעלט. שווערמער (שמועס) 22:12, 3 מאי 2023 (IDT)
איך טוה אויך אזוי צו באקוקן די ווערסיעס און זיך לערנען, אבער דאך מ'קען זיך נישט לערנען אזוי סאך נאר פון דעם! אבער איר האט נישט ארויס געהאט וואס איך האב געזאגט, אנשטאט איך זאל דארפן גגיןן זוכן ווער איז דער וואס קען מיך העלפן, זאל זיין פולשטענדיג אויסגעצייכנט פלוני אלמוני איז צוגעפאסט אויף דער צוועק, פלמוני איז צוגעפאסט די אנדערע צוועק, און אזוי ווען איך וועלן ששלייפן די אידישע חלק וועל איך זיך ווענדן צו א', און שלייפן מקורות וועל איך ווענדן צו ב', און ווען ס'פעלט נישט אויס בעט איך אז סאיז גרייט אן מקען דאס שוין אריבערפירן! האט'ס אמונה (שמועס) 13:30, 4 מאי 2023 (IDT)
כ'פארשטיי נישט, אויף המכלול:שרייבן פראיעקט שטייט ווי פאלגנד: דרעפטס וועלן אריבערגעפירט ווערן דורך די ערפארענע מכלולאים שמש מרפא, מקוה, יואל ווייס, איסתרק, מוטל, נייטראלער, איז וויאזוי זענען מיר אנגדעקומען צו די מצב אז נאר איינער אנשטאט זעקס, און נאך אפילו נישט פון די רשימה... האט'ס אמונה (שמועס) 11:35, 11 מאי 2023 (IDT)
ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מכלולאים פון די אויסגערעכנטע וועלכע זענען שטארק אקטיוו אויף העברי האבן דארט גענוג ארבעט, און אזוי איז דער גאנצער לאסט געפאלן אויף נייטראלער. איך בין יעצט נאר א "במקום", נאך וואס נייטראלער דארף אביסל קומען צו זיך... (און נאכן עס איבערשמועסן מיט די אויסגערעכנטע).
נאך א מעגליכע פארשלאג איז, אז מ'זאל איינפירן אז מכלולאים וואס מ'האט שוין אריבערגעפירט פון זיי דריי ארטיקלען וועלכע האבן נישט געפאדערט ערנסטע טוישונגען, זאלן פון דאן און ווייטער מער נישט דארפן ווארטן פאר א דעזיגנירטער דרעפט-אריבערפירער, נאר זייערס אן ארטיקל זאל קענען אריבערגיין 24 שעה נאך וואס זיי האבן עס געפארטיגט און גערופן אקטיווע מכלולאים עס צו באקוקן.
אין די קומענדיגע טעג/וואכן וועט מען אי"ה צוריקקומען צו די און אנדערע געדאנקען, און זאכן וועלן זיך בעז"ה נעמען רוקן שנעלער (הגם זיי רוקן זיך שוין יעצט שנעלער ווי א שטיק צייט צוריק, ברוך ה'). — צמא לדעתשמועס • כ' אייר ה'תשפ"ג 12:08, 11 מאי 2023 (IDT)
יש לציין, אז זאכן רוקן זיך דא מיט איינער וואס פירט אריבער, שנעלער ווי דארט מיט אפאר וואס פירן אריבער! שוין גאר לאנג וואס ס'זענען נישט געווען אדער כמעט נישט ארויפגעקומען נייע ארטיקלען דארט! כה לחי!!! האט'ס אמונה (שמועס) 12:18, 11 מאי 2023 (IDT)
אפשטימונג
Symbol support vote.svg דערפאר - פאר שנעלערע ניטור. שווערמער (שמועס) 02:02, 4 מאי 2023 (IDT)
אקטיווע מכלולאים‏ הֵאָספו ווידער...
אפשר ווער מיר אלע מנטרים?....
איך מיין צו זאגן, אז ידער ארטיקל וועט באקומען ערגעץ א טשעק ליסט אייגנשאפטן וואס א "המכלול" ארטיקל דארף האבן, און כל אחד מאתנו קען אפשטעקן דאס וואס ער האט שוין איבערגעקוקט און פעסט געשטעלט טויג.
א ביישפיל ליסטע:
  • מקורות,
  • פארצייכענען ביבליאגרפיע
  • אלגעמיינע אויסשטעל (ריכטיג מסדר געווען די קאפיטלען, ריכטיג געליקנט וכדו')
  • עפענונג (ד.מ. "אנהייב", פתיח.)
  • אניקלאפעדישע ניסוח,
  • אויסלייג און גראמאטיק,
  • היימישע אידיש
  • שלימות (בילדער, רייכע צול"מ און דר"ל, אינפאבאקס וכדו'),
אויב נישט אלע פון אונז קען אלעס גוט, קענען א שיין ביסל פון אונז א טייל.
געדענקט, פליינצ"א ד"י נו"ן מנטרים איז אונזער גרעסטע שטער היינטיגע צייטן. שווערמער (שמועס) 04:14, 23 מאי 2023 (IDT)
אהָ! יעצט קומסטו מיט א פיינעם געדאנק, צו די זאך און צום פינטל! Symbol support vote.svg דערפאר שטארק! לדעתי זאל מען טאקע פרובירן צו אויסקלארן די פאזעס פון ניטור, און אויסשטעלן די סטאטוס מוסטער מוסטער לויט די צעטיילטע אויפגאבעס. --עברי אנכי (שמועס) 05:06, 23 מאי 2023 (IDT)
Symbol support vote.svg דערפאר גאר שטארק! קיינער איז נישט געבוירן געווארן א מנטר, און ווי יעדע אומנות קען מען זיך עס לערנען - טאקע דורך דעם וואס מען טוט עס בפועל, און מען זעט וואס אנדערע פאררעכטן און לייגן צו נאך די אייגענע ארבעט. און עס איז אינגאנצן נישט אזוי שווער, אויב פאלט נישט אלעס אויף איין יחיד. מיט עטליכע מיטגלידער, וואס יעדער פון זיי וועט טון דערין געציילטע מינוט א טאג, וועט זיך שוין אינגאנצן טוישן דאס בילד; אין די צייט וואס די אינדיווידואלע מיטגלידער וועלן קוים שפירן די ארבעט...
מ'וועט אפשר צופאסן דעם סטאטוס מוסטער בהמשך, אבער מ'קען שוין יעצט אזוי ארבעטן: גייט צו המכלול:אריבערפירן דרעפטס, וועלט אייך אויס א דרעפט אויף וועלכע איר וועט ארבעטן, לאמיר זאגן דרעפט:הר סיני, און טוישט דעם סטאטוס פון "חדש" צו "בטיפול", אריינשטעלנדיג אייער באניצער נאמען אלס דער "מטפל". ווען איר האט געענדיגט אייער ארבעט, נעמט אראפ אייער נאמען פון "מטפל", און שרייבט וועלכע ארבעט איר האט געטון (פון מינימאלע הגהה ביז די גאנצע מעשה). אנדערע וועלן קומען נאך אייך, אריינגערעכנט איינער פון די דרעפט אריבערפירער, צולייגן און פאררעכטן אויב וועט אויספעלן, און אריבערפירן. מיט דער צייט וועט זיך דער עולם צורייבן און ערגענצן (און בעיקר, באקומען זעלבסט-זיכערהייט קריצה), און פרישע נעמען וועלן קענען ווערן צוגעלייגט צו די ליסטע פון דרעפט אריבערפירער. זהו.
מער ווי אלעם, דארף מען נעמען אין באטראכט אז די צייט לויפט, המכלול וואקסט און בליט קע"ה, און מיר דארפן אנהייבן טראכטן וועגן דעם עתיד ווען מיר וועלן אויסטון די קינדער-שיכלעך און ארויסגיין לאויר העולם. לדעתי איז נישט שייך צו גיין פובליק איידער מיר האבן לפחות דריי אקטיווע, טאג-טעגליכע, דרעפט אריבערפירער, און דער וועג וואס פירט דירעקט דערצו איז מיט דעם וואס דער עולם וועט אנהייבן טון דערין. — צמא לדעתשמועס • ג' סיון ה'תשפ"ג 10:41, 23 מאי 2023 (IDT)
אנטשולדיגט מיר אלע, איך האב נישט אינגאנצן ארויסגעהאט (אפשר צוליב מיין מאנגל אין פארשטיין ענגלידישע ווערטער...), וואס פונקטליך דארךף צו זיין אונזער פליכט, אנדערש ווי געפאדערט ביז איצטער? האט'ס אמונה (שמועס) 13:39, 23 מאי 2023 (IDT)
אזוי אויך בין איך אריין אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס זוכן וועלכע ארטיקלען קען איך אפשר צולייגן א האנט, האב איך געפונען צוויי ארטיקלען מיינע... און נאך איינס (דער איד) וואס איך קען ניטאמאל דער נושא, און נאך איינס פון פרשת שמות וואס ס'איז נישט יעצט פארוויכטיג (אזוי מיין איך).
פארדעם וועל איך מציע זיין דא אויך איינס פון די זאכן וואס איך האב לעצטנס מציע געווען אויף העברי (זעט פון דא און ווייטער) צו מאכן א תבנית פון "ארטיקלען וואס ווערן יעצט געשריבן" אד"ג, וואס וועט אויך ערשיינען אויפן הויפט בלאט (בפרט יעצט ווען המכלול איז נאכנישט אפציעל פארן ציבור נאר פאר די שרייבערס-אדער עפעס אן אנדערן געדאנק וויאזוי מ'קען זען קלאר און דייטליך ווער און וואס און וועלכע ארטיקלען זענען יעצט אין דרעפט און פאדערט צו בארבעט ווערן (איך ווייס נישט פאר וואס אויף העברי האט מען זיך עפעס אפגעשאקלט פון די גאנצע דיון אין די נושא אן קיין דייטליכע קלארע ענטפער) האט'ס אמונה (שמועס) 16:56, 23 מאי 2023 (IDT)
עס איז גאנץ ענדליך צו וואס איר האט פארגעשלאגן, מיט עטליכע שינויים. א. אויב איר זענט זיכער ביי זיך אז איר טויגט צו א געוויסע חלק, באקוק דעם ארטיקל לגבי דעם, און צייכן אפ אז דאס איז פארטיג. למשל: אויב וויסטו וויאזוי צו טרעפן און צו שרייבן מקורות (ד.מ. "יקותיאל יהודה הלברשטאם, דברי יציב סימן פג", אנשטאט "שו"ת דב"י סי' פ"ג") דאן גיי איבער דעם ארטיקל פאררעכט אלעס, און צייכן אן ביי א ליסטע אז "מקורות - מנוטר" (אדער וויאזוי מען וועט עס מאכן). וכן און קענט איר אנדערע זאכן - זיכער מאכן די שפראך איז ענציקלאפעדיש, די אידיש איז גוט וכו'. איף יענע נקודה ביזטו די פולע מנטר, ועליך סומכים. אזוי וועלן אלע האבן א טייל אין די ניטור, און אלעס וועט פארן שנעלער. פארשטייט זיך אז יעצט איז דא ווייניגער ארטיקלען איז עס ווייניגער נוגע, אבער על העתיד. מובן? שווערמער (שמועס) 22:27, 23 מאי 2023 (IDT)
איך וואלט פארגעשלאגן אז דאס קען ווארטן אויף א קומענדיגע שטאפל. אויף יעצט, אויך אויב קענסטו נישט זיין דער פולער מנטר אפילו אויף איין נקודה, פרוביר צוצולייגן א האנט אין דעם הינזיכט וויפיל דו קענסט יא און די קומענדיגע וועלן עס נעמען ווייטער. עס איז אין לשער וויפיל יעדע קלייניגקייט פארגרינגערט די ארבעט. והעיקר, דער אלגעמיינער גייסט פון צוזאמענארבעט און שיתופיות איז ווערד אסאך מער ווי דער סכום פון אלע פרטים. — צמא לדעתשמועס • ד' סיון ה'תשפ"ג 02:13, 24 מאי 2023 (IDT)

אריבערגעפירט פון שמועס:רבי מרדכי טווערסקי

רבי מאטעלע איז ...

ריכטיג אז דאס איז אין די חסידישער שפראך, און גלייב מיר אז אין רוב ארטיקלען איז גרינגער און געשמאקער אזוי צו שרייבן, אבער איך זעה אין העברי א כלל וואס מהאלט דארט אין איין דערמאנען דעם עולם, און דא איז דאס כאילו שלא בנמצא, אז המכלול דארף ווערן געשריבן מיט אן ענציקלאפעדיע'שן שפראך, און ס'קען נישט געשריבן ווערן מיט אן תורה'דיגע/חסידי'שע שפראך, און איך מיין אז "ר' מאטעלע/דער דגל/ ר' איציק'ל" אד"ג שייען נישט איין אין דעם כלל. האט'ס אמונה (שמועס) 20:08, 9 מאי 2023 (IDT)

דיין ערשטע הערה איז א יסודות'דיגע. איך וואלט געוואלט מען זאל עס אויסשמועסן צווישן אלע מכלולאים אין דיסקוסיע זאל און צוקומען צו קלארע ריכטליניעס. — צמא לדעתשמועס • י"ח אייר ה'תשפ"ג 21:40, 9 מאי 2023 (IDT)
אקטיווע מכלולאיםהאט'ס אמונה (שמועס) 09:22, 10 מאי 2023 (IDT)

טשערנאבל / טשערנאביל

אויך "טשערנאבל" איז נישט ריכטיג, ווייל אפילו וען די טייטש'טס דאס איבער (אויף גוגל וכד') קומט דאס ארויס מיט א יו"ד צום סוף (צ'רנוביל)! האט'ס אמונה (שמועס) 20:26, 9 מאי 2023 (IDT)

וועגן "טשערנאב[י]ל", גוגל איבערזעצונג איז גאר א קנאפע ראיה... אבער עס קען סתם אזוי זיין אז איר זענט גערעכט. אין די ארטיקלען און קאטעגאריעס וואס מיר האבן גע'ירש'נט פון וויקיפעדיע הערשט א צעמישעניש צווישן די צוויי אויסלייגן, און ס'איז טאקע כדאי עפעס צו באשטימען. לאמיר הערן פון נייטראלער און אנדערע שפראך-קענער. — צמא לדעתשמועס • י"ח אייר ה'תשפ"ג 21:40, 9 מאי 2023 (IDT)
מ'פלעגט עס אלעמאל שרייבן מיט א יו"ד (שערים, הסכמות, חתימות אד"ג), אין ענגליש גייט עס אויך מיט א Y (נישט קיין E), און אריגינעל קומט עס מיט א שטארקן דגש (זע דא). אויב עפעס, וואלט איך ערווארטעט עמיצער זאל אויפברענגען א דעבאטע איבערן ע' קריצה - נייטראלערשמועס • י"ט אייר ה'תשפ"ג 01:33 (IDT)
רבינו צמא איז האט שוין געשווינד געטוישט אלע טשערנאבלעך צו טשערנאביל, אריינגערעכנט אין האצ'נס אריינפיר. טא מ'קען זאגן אויסגעפירט אויסגעפירט ב"ה. –—תנא קמא 📖 💬 05:03, 11 מאי 2023 (IDT)

שאלה כללית

נעמט מען ארטיקלען פון די יידישע (גוישע) 'ויקיפעדיע' צו דא? טישיו (שמועס) 07:40, 4 יאנואר 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

גוט אז איר פרעגט!
די ארטיקלען פון יידישע וויקיפעדיע זענען געברענגט געווארן און אריינגעשטעלט געווארן אין רוי געביט. נאך א גרויסע עבודה וואס איז אריינגעלייגט געווארן דורך פילע עוסקים במלאכת הקודש, זענען זיי גערייניגט געווארן פון דברים פסולים - הגם ס'איז נאך פול מיט סתם נארישקייטן (זעט דער פרישער פראיעקט).
די ארטיקלען אין הויפט געביט זענען אלע הורתם ולידתם בקדושה - בלויז געשריבן לאקאל, דורך די חשובע חברים דאהי. — צמא לדעתשמועס • כ"ג טבת ה'תשפ"ד 08:13, 4 יאנואר 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
  1. אז איר ווילט מער פילאזאפירן, קענט איר אנהייבן דא...

סיסטעם מעלדונגען איר / דו

איך קוק זיך אום אביסל אויף די סיסטעם מעלדונגען, און עס איז פאר מיר אומקלאר עטליכע באדייטן, היות איך קלער אז פאר אנדערע קען דאס אויך זיין שווער, וועל איך זיך טרויען פארצושלאגן עס צו ענדערן. (צ.ב. דער טערמין "געביט" איז ארויס פון קאנטעקטס, און איז אומפארשטענדליך פאר א גאסט).

כ'וועל אנהויבן מיט א גענעראלע באמערקונג. די מעלדונגען זענען אויסגעשטעלט בדרך כבוד, מיט א ליטווישע לשון רבים. "איר". לאגט אריין, רעדאגירט, פובליצירט. פון איין זייט איז אזוי מער בדרך כבוד ווי עס פאסט. פון די אנדערע זייט איז עס מער היימליך די אנדערע וועג, צוליב כמה טעמים. 1. אויף ענגליש - צו וואס מערסטנס באנוצער וועלן עס רעפערירן - איז עס נישט אזוי. 2. אנווייזונגען גייט מען דאס קורצסטע מעגליך, לאג אריין איז קורצער ווי לאגט. 3. צווישן חברים שפירט זיך באקוועמער צו נוצן דו. 4. והוא העיקר, אז מ'צעמישט זיך מיט לשון עבר. דהיינו, "רעדאגירט" באדייט 'עס איז רעדאגירט געווארן'. (פארמעקט? פארמעקט! - פארמעק? פארמעקט!).

דערפאר וואלט איך פארגעצויגן צו שרייבן די סיסטעם מעלדונגען (פראמפס) אן דעם ט', רעדאגיר, לאג, שרייב, מעק, שיק אא"וו. לויט מיין הרגשה איז עס היימליכער און באקוועמער--רושם רשימות (שמועס) 19:11, 27 מאי 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

קודם, א דאנק פאר זיך לאזן הערן!
בנוגע געביט: לענ"ד זענען די אנדערע אפציעס אומפאסיג ("רוים" איז א באקאנטע שטאט אין אייראפע; "אפטיילונג" ניצט מען שוין פאר די אפטיילונגען אינערהאלב ארטיקלען; "צימער" שמעקט פון טשעט-רומס... אא"וו). "געביט" איז אפשר טאקע נישט דאס מערסטע פארשטענדליך, אבער ס'האט זיך שוין גענוג איינגעגעסן אז אין הצר שווה בנזק דאס צו טוישן, ובפרט אז דער עיקר שוועריגקייט דערמיט פאר א נייער באניצער איז נישט דער נאמען נאר דער עצם באגריף - עפעס וואס מען לערנט זיך בהכרח צוביסלעך.
בנוגע די מעלדונגען: מיר שמעקט גראדע יא שטארק דער דרך כבוד. (עס האט, אגב, גארנישט מיט ליטוואקעס; דאס איז די אריגינעלע, רייכערע וועג פון שרייבן און אפילו רעדן אין אידיש. ביים רעדן איז עס שוין - ליידער - אויסגעריסן געווארן, אבער אין שריפט איז עס נאך גאנץ גאנגבאר). דאס אז אין ענגליש איז עס נישט פארהאן איז ביי מיר כמעט א מעלה... אויך דער קיצור פון איין אות איז נישט גענוג סיבה צו אויפגעבן דעם פראפעסיאנעליזם און קלאסישקייט. איין טענה וואס קען זיין ריכטיג, לדעתי, איז די מעגליכע צעמישעניש מיט לשון עבר; אבער היות רוב מעלדונגען רעדן פונעם עתיד, און ווען עס האנדלט זיך פון עבר שטייט ארויס "פובליצירט געווארן" (צב"ש), איז דער חשש נישט צו גרויס.
זו דעתי, אבער אויב רוב חברים וועלן יא זיין אין צושטימונג צום טויש וועל איך אוודאי נישט שטיין אין וועג. — צמא לדעתשמועס • כ' אייר ה'תשפ"ד 07:18, 28 מאי 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
גם אני מסכים עם דברי רבינו צמא. (אגב, בנוגע וואס איר זאגט וועגן ענגליש, כ'האב אמאל געהערט אז ס'איז גאר פארקערט. ענגליש האט בלויז איר. you are טייטשט "איר זענט" (לשון רבים) נישט "דו ביזט".) —תנא קמא 📖 💬 17:43, 28 מאי 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אקוראט!
(ענגליש האט אמאל אויך פארמאגט Thou, אין פאראלעל צו אונזער "דו", אבער עס איז מער-ווייניגער ארויס פון באניץ און היינט ווערט עס שוין באטראכט, איראניש, אלס מער פארמאל). — צמא לדעתשמועס • כ' אייר ה'תשפ"ד 17:48, 28 מאי 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
א דאנק אייך, גראדע איז 'איר' א לשון רבים, אנשטאט 'עטס', אין געוויסע דיאלעקטן.
למעשה איז המכלול נישט די ערשטע סייט מיט אנווייזונגען אויף אידיש, און כמדומה אז רוב אויב נישט אלע סייטס, כאטש מען שרייבט אלעמאל "איר" בכבוד, וועט אבער די קנעפלעך זיין אן א ט'. למשל "גיי".
איך קלער אז דער הסבר איז ווייל ס'איז דא צוויי סארט מעלדונגען, איינס וואס דער סיסטעם זאגט פארן מענטש, און איינס וואס דער מענטש זאגט פאר'ן סיסטעם. און טאקע דער ערשטער סארט נוצט מען איר ["איר זענט זיכער איר ווילט פארמעקן"?], ווידעראום ווען מען רעדט צום דומם נוצט מען עס נישט ["פארמעק" - "גיי צוריק"]. רושם רשימות (שמועס) 14:45, 29 מאי 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
בנוגע זיך פארמישן מיט עבר, האט מען גארנישט פון דעם וואס רוב מעלדונגען זענען הווה. פשוט ווייל "פובליצירט" וועט אין ערשטן בליק אלעמאל אויסזען ווי לשון עבר. און דאס מאכט צומישט. רושם רשימות (שמועס) 14:47, 29 מאי 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
(איר איז טאקע א לשון רבים; דאס איז נישט קיין סתירה מיט דעם אז עס איז א דרך כבוד. דער דרך כבוד איז טאקע דאס - צו רעדן צו א מענטש בלשון רבים. מען טרעפט דאס אויך אין לה"ק, עי' אבן עזרא, בראשית א, א. וע"ע majestic plural).
איר ברענגט אויף אן אינטערעסאנטן געדאנק, אז מען זאל מאכן א חילוק צווישן אנווייזונגען פארן סיסטעם און אנווייזונגען פארן מענטש. ס'איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אזא חילוק; ביי מיר איז אלעס אלעמאל געווען מעלדונגען פארן מענטש ("אויב ווילט איר פובליצירן דעם ארטיקל, דרוקט דא", אדער אין קורצן, "פובליצירט"). — צמא לדעתשמועס • כ"א אייר ה'תשפ"ד 21:16, 29 מאי 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

אזוי קוקנדיג זע איך עטליכע פעלער וואו מען נוצט במקור, אנולירן, צולייגן. אנשטאט: אנוליר(ט), לייג(ט) צו.רושם רשימות (שמועס) 19:21, 27 מאי 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

לכאורה איז עס א גוט פארשלאג. אקטיווע מכלולאים‏ האבן מן הסתם אויך א מיינוג
עס איז אבער ארבעט, מען דארף זיצן און טוישן אלע מעלדונגען, א זאך וואס קאסט צייט - עס איז אבער מעגליך.
אפשר העט מען פועל'ן ביי צמא'ן דיר צו געבן די מעגליכקייטן אליין צו רעדאגירן די מעלדוגנען שווערמער (שמועס) 01:48, 28 מאי 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

"דרויסנדע" > "דרויסנדיגע"

דאס ווארט דרויסנדע איז א גרייז. אן אויפטו פון א גרייז, אבער פארט א גרייז. די סופיקס -נד/-נדע/-נדער (וועלכע קומט פון דייטש) קען מען צולייגן צו ווערבן, ווי אידיש-רעדנדע, שפאנענדע ערציילונגען, רירנדע מאמאנטן אד"ג. דאס איז רעד+נדע, שפאנ+נדע, ריר+נדע.
דרויסן איז א זאכווארט, נישט קיין ווערב. דער ערשטער צו מאכן דער גרייז האט פארגליכן די אינפיניטיוו פון א ווערב (רעדן, שפאנען, רירן) צו דער ווארט - ביידע ענדיגן זיך מיט -ן, און געמיינט אז מען קען צולייגן בלויז -דע.
עכ"פ, א גרייז איז עס, און מ'באדארף עס טוישן אין אלע טויזנטע פעלער, מסתמא דורך באַזונדער:החלפת טקסט. אקטיווע מכלולאים‏, אייער מיינונג? שווערמער (שמועס) 22:57, 23 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]

פון גרשון האב איך געהאט פארשטאנען אז עס איז יא א כשר'ע ווארט. וואס זאגט איר (און די אנדערע שפראך עקספּערטן: אוהב מדע, גרשון, שווערמער, נייטראלער, צמא לדעת, עברי אנכי, למאי נ"מ, קנאפער ידען, האט'ס אמונה, י'הושע)? — צמא לדעתשמועס • י"ז סיון ה'תשפ"ד 23:13, 23 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
שווערמער לדעתי איז גערעכט אחד יחיד (שמועס) 17:32, 27 יוני 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]
נאכ'ן הערן אויך פון גרשון אז די רייד פון שווערמער לייגן זיך אויפ'ן שכל, און היות "דרויסנדיגע" איז לכו"ע ריכטיג, איז דער טויש אויסגעפירט געווארן בעז"ה. — צמא לדעתשמועס • ב' תמוז ה'תשפ"ד 11:48, 8 יולי 2024 (UTC)ענטפער[ענטפער]