אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי ישעיה שטיינער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
(פארלאנגט מקור)
שורה 43: שורה 43:
אום דינסטאג מטות מסעי, [[כ"ב תמוז]] [[ה'תרפ"ב]], איז אוועק די ערשטע ווייב פון רבי ישעיה'לע, און זי איז באהאלטן געווארן אין בית עולם אין קערעסטיר. א קורצע צייט דערנאך האט ער חתונה געהאט מיט שרה{{הערה|געווען בעפאר חתונה געהאט צו רבי יוסף קרויס פון [[סאטמאר]]}}, א טאכטער פון רבי משה שמעון ראטה פון באדיורע, א זון פון [[רבי יואל צבי ראטה]] דער רב פון [[חוסט]] בעל "בית היוצר". די חתונה איז פארגעקומען אין שאראש-פאטיק.
אום דינסטאג מטות מסעי, [[כ"ב תמוז]] [[ה'תרפ"ב]], איז אוועק די ערשטע ווייב פון רבי ישעיה'לע, און זי איז באהאלטן געווארן אין בית עולם אין קערעסטיר. א קורצע צייט דערנאך האט ער חתונה געהאט מיט שרה{{הערה|געווען בעפאר חתונה געהאט צו רבי יוסף קרויס פון [[סאטמאר]]}}, א טאכטער פון רבי משה שמעון ראטה פון באדיורע, א זון פון [[רבי יואל צבי ראטה]] דער רב פון [[חוסט]] בעל "בית היוצר". די חתונה איז פארגעקומען אין שאראש-פאטיק.


אין יאר תרפ"ה, ווען רבי ישעי'לע איז געווען אין צאנז צום [[יארצייט]] פון רבי חיים האלבערשטאם ([[כ"ה ניסן]]), האט ער ארויפגעטרעטן אויף א פארזשאווערטע נאגל וואס האט אים געברענגט פארגיפטיגונג. ער איז נפטר געווארן עטליכע טעג דערויף, ג' אייר תרפ"ה (1925). צו זיין [[לוויה]] זענען זיך צוזאמגעקומען טויזנטער אידן פון די געגנטער ארום קערעסטיר, און צוליב דעם געדרענג האט מען אויפגעגראבן א [[מקוה]] אין הויף פונעם נפטר און אים דארטן גע'טובל'ט, אנשטאט צו פירן צו דער געווענליכער מקוה. ביי די לוויה זענען נישט געזאגט געווארן קיין [[הספד]]ים, לויט זיין פארלאנג, און ער איז באהאלטן געווארן אין קערעסטיר אויף זיין געבעט, נעבן זיין ערשטע רעבעצין, ווי מ'האט שפעטער געבויט א אוהל איבער זיי.
אין יאר תרפ"ה, ווען רבי ישעי'לע איז געווען אין צאנז צום [[יארצייט]] פון רבי חיים האלבערשטאם ([[כ"ה ניסן]]), האט ער ארויפגעטרעטן אויף א פארזשאווערטע נאגל וואס האט אים געברענגט פארגיפטיגונג{{מקור|סיבה=נישט געברענגט אין מופת הדור}}. ער איז נפטר געווארן עטליכע טעג דערויף, ג' אייר תרפ"ה (1925). צו זיין [[לוויה]] זענען זיך צוזאמגעקומען טויזנטער אידן פון די געגנטער ארום קערעסטיר, און צוליב דעם געדרענג האט מען אויפגעגראבן א [[מקוה]] אין הויף פונעם נפטר און אים דארטן גע'טובל'ט, אנשטאט צו פירן צו דער געווענליכער מקוה. ביי די לוויה זענען נישט געזאגט געווארן קיין [[הספד]]ים, לויט זיין פארלאנג, און ער איז באהאלטן געווארן אין קערעסטיר אויף זיין געבעט, נעבן זיין ערשטע רעבעצין, ווי מ'האט שפעטער געבויט א אוהל איבער זיי.


נאך זיין פטירה האט זיין זון [[רבי אברהם שטיינער|רבי אברהם]] אים איבערגענומען, אבער איז אוועק ווייניגער ווי צוויי יאר דערויף, ווען אויף זיין ארט איז געקומען זיין איידעם, [[רבי מאיר יוסף רובין]], וואס איז ערמארדעט געווארן דורך די [[נאציס]] אין [[אוישוויץ]].
נאך זיין פטירה האט זיין זון [[רבי אברהם שטיינער|רבי אברהם]] אים איבערגענומען, אבער איז אוועק ווייניגער ווי צוויי יאר דערויף, ווען אויף זיין ארט איז געקומען זיין איידעם, [[רבי מאיר יוסף רובין]], וואס איז ערמארדעט געווארן דורך די [[נאציס]] אין [[אוישוויץ]].

רעוויזיע פון 02:54, 19 מאי 2024

קערעסטירער רבי
רבי ישעיה שטיינער
Steiner, R' Yeshaya.jpg
געבורט 1851
ה'תרי"א
זבאראוו נעבן בארדיוב (היינט אין סלאוואקיע)
פטירה ג' אייר ה'תרפ"ה (אלט: 74 בערך)
קערעסטיר
כינוי רבי ישעי'לע קערעסטירער
מקום קבורה קערעסטיר
רבי'ס רבי צבי הירש פון ליסקא
רבי חיים האלבערשטאם
רבי מרדכי לייפער (נאדווארנא)
ווייב שרה טאכטער פון הרב יצחק יונה וויינשטאק
דינאסטיע קערעסטיר
טאטע רבי משה
מאמע מרת הענטשא מרים
קינדער רבי אברהם שטיינער און נאך
ערשטער קערעסטירער רבי
ציון פון רבי ישעי'לע קערעסטירער
נוסח פון זיין מציבה
הרב הצדיק הקדוש והטהור המפורסם מופת הדור מנורה הטהורה אספקלריא המאירה
כתר שם טוב האי חסיד האי עניו
פ' נ'
נזר ועטרה אוהב ישראל וקדושו רכבו ופרשו סבא קדישא
מרן רבינו
ישעיה בן מו"ה משה זצ"ל
יחיד בדורו בצדקת פזרונו וישרות דרכי צדקתו
שומר הברית והחסד אין חקר לחסידותו וקדושתו
עמוד גמ"ח ציס"ע מפורסם במדת טובו וענותנותו
ידו פרש שר בתפלה ותחנונים ונושעו בתפילתו
הלביש ערומים השיא יתומים עוד בימי בחרותו
ביתו פתוח כביתו של אאע"ה ובני ביתו היו עניים
נהרו אליו רבבות אלפי ישראל מאפסי ארץ ואיים
משכיל אל דל מעביר על מדותיו ולא כעס מעולם
שרת באמונה לרבו הקדוש מליסקא זי"ע אור עולם
השכימו לפתחו חכמי ישראל צדיקם וגדולים
זיכה את הרבים אמונה ובטחון נטע בתוכם
צדיקי דורו ענו אחריו מקודש ועשו לו סמוכים
לחם רב עבד לסעודת דוהמע"ה הרבה זבח ונסכים
הצנע לכת בקדושתו אור מופלא ומכוסה בכל הדרכים
הכניס אורחים בספ"י האכילם והשקם כבני מלכים
חמשים שנה ישב על כסא קדשו והאיר לארץ ולדרים
וביום ג' אייר ח"י ספירה תרפ"ה לפ"ק נתעלה למרום
תנצב"ה

רבי ישעיה שטיינער (גערופן רבי ישעי'לע קערעסטירער; ה'תרי"א, – ג' אייר ה'תרפ"ה) איז געווען דער ערשטער קערעסטירער רבי, און האט געוואוינט אין קערעסטיר אין אונגארן.

ביאגראפיע

רבי ישעי'לע איז געבוירן געווארן תרי"א-תרי"ב צו רבי משה און מרת הענטשא מרים שטיינער, אין דארף זבאָראָוו (Zborov) נעבן בארדיאוו (היינט צוטאגס אין סלאוואקיע). ווען ער איז אלט געווען בלויז דריי יאר איז זיין טאטע נפטר געווארן. אין עלטער פון צוועלף יאר האט אים זיין מאמע געשיקט קיין ליסקא, צו רבי צבי הירש פון ליסקא, וועלכער האט אים געשיקט לערנען אין סעמיהאלי. נאך א האלבע יאר איז ער פון דארט צוריק קיין ליסקא און האט געלערנט עטליכע יאר ביי רבי צבי הירש, וואס האט אים מיט די צייט אויך אויפגענומען אלס אייגענעם משמש בקודש. אום פרייטאג תזריע, ד' ניסן ה'תרל"ה, האט ער חתונה געהאט מיט שרה, א טאכטער פון הרב יצחק יונה וויינשטאק פון מאד.

רבי ישעיה פלעגט אויך פארן צו רבי מרדכי פון נאדווארנא, רבי שמואל פרענקל פון דאראג, רבי חיים האלבערשטאם פון צאנז, און נאך. ער איז אלעמאל געבליבן נאנט צו זיין רבי'ן פון ליסקא, און במשך זיין גאנצע לעבן פלעגט ער זיך אונטערשרייבן אלס זיין משמש[1].

נאך די פטירה פון רבי צבי הירש פון ליסקא איז ער אויפגענומען געווארן דורך רבי מרדכי פון נאדווארנא אלס רבי אין ליסקא, צו דער זייט פון רבי חיים פרידלענדער, איידעם פון רבי צבי הירש). אבער נאך אנגעצויגנקייט און רדיפות פון חסידים וואס האבן אים נישט געזען אלס דער ממשיך פון רבי הערשעלע, האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין קערעסטיר נעבן מישקאלץ[2]. אין קערעסטיר איז ער געווארן באקאנט אלס א בעל מופת, און פילע אידן זענען צו אים געפארן, און אים געשיקט קוויטלעך. ער פלעגט צומאל אויך געבן קמיעות פאר ישועות.

רבי ישעי'לע איז געווען א גרויסער מכניס אורח. ער האט געטיילט ריזיגע געלטער פאר צדקה, און ווען ער האט נישט געהאט אייגנס צו געבן האט ער געבארגט פאר דעם צוועק[3], און בעיקר האט ער געטיילט עסן פאר אידישע קינדער. עס איז געווען באקאנט אז אין קערעסטיר טרעפן זיך דאס פלאץ די אורחים, בורחים, און דורכים – די אורחי פורחי, די וואס "אנטלויפן" פונעם אונגארישן מיליטער, און די וואס "פּרעסן" די טרויבן, וואס זענען געקומען צום שכינות'דיגן טאקאי. ער פלעגט אליינס טיילן די עסן, און אפילו פאר די תקיעות אין ראש השנה איז ער געווען פארנומען שניידן און טיילן עסן, זיך אויסדריקנדיג: "די צדיקים זענען יעצט עוסק אין 'רזין דרזין', און איך בין פארנומען מיט 'לשובע ולא לרזון'. ער פלעגט יעדע וואך פּראַווען א גרויסע מלוה מלכה ווי אידן פון די ארומיגע שטעט פלעגן קומען.

אום דינסטאג מטות מסעי, כ"ב תמוז ה'תרפ"ב, איז אוועק די ערשטע ווייב פון רבי ישעיה'לע, און זי איז באהאלטן געווארן אין בית עולם אין קערעסטיר. א קורצע צייט דערנאך האט ער חתונה געהאט מיט שרה[4], א טאכטער פון רבי משה שמעון ראטה פון באדיורע, א זון פון רבי יואל צבי ראטה דער רב פון חוסט בעל "בית היוצר". די חתונה איז פארגעקומען אין שאראש-פאטיק.

אין יאר תרפ"ה, ווען רבי ישעי'לע איז געווען אין צאנז צום יארצייט פון רבי חיים האלבערשטאם (כ"ה ניסן), האט ער ארויפגעטרעטן אויף א פארזשאווערטע נאגל וואס האט אים געברענגט פארגיפטיגונג[מקור פארלאנגט]. ער איז נפטר געווארן עטליכע טעג דערויף, ג' אייר תרפ"ה (1925). צו זיין לוויה זענען זיך צוזאמגעקומען טויזנטער אידן פון די געגנטער ארום קערעסטיר, און צוליב דעם געדרענג האט מען אויפגעגראבן א מקוה אין הויף פונעם נפטר און אים דארטן גע'טובל'ט, אנשטאט צו פירן צו דער געווענליכער מקוה. ביי די לוויה זענען נישט געזאגט געווארן קיין הספדים, לויט זיין פארלאנג, און ער איז באהאלטן געווארן אין קערעסטיר אויף זיין געבעט, נעבן זיין ערשטע רעבעצין, ווי מ'האט שפעטער געבויט א אוהל איבער זיי.

נאך זיין פטירה האט זיין זון רבי אברהם אים איבערגענומען, אבער איז אוועק ווייניגער ווי צוויי יאר דערויף, ווען אויף זיין ארט איז געקומען זיין איידעם, רבי מאיר יוסף רובין, וואס איז ערמארדעט געווארן דורך די נאציס אין אוישוויץ.

די צווייטע ווייב פון רבי ישעיה'לע איז אוועק צוועלף יאר נאך אים, אום מוצאי שבת וירא, ט"ז חשון ה'תרפ"ז, און מען האט איר באהאלטן נישט ווייט פון איר מאן[5].

פאמיליע

אכט פון זיינע צוועלף קינדער זענען אוועק אין די יוגנט[6]. זייערע נעמען זענען געווען: משה, חיה מאטיל, יצחק יונה, צבי, יוכבד, הענטשא מרים, חיים, לאה[7].
די פארבליבענע זענען ווי פאלגנד:

  • רבי אברהם, זיין ממלא מקום.
  • מרת רבקה פייגא קליין, פרוי פון רבי ראובן חיים קליין אב"ד סאנינא (Sonina) (אומגעקומען כ"ט אב ה'תש"ב אויף קידוש השם)
  • מרת רחל לאנדא, פרוי פון רבי ישראל אברהם אלטער לאנדא אב"ד עדעלין (Edelény) און מחבר ספר "בית ישראל" (י"ב שבט ה'תש"ב)[8]
  • מרת קריינטשא גראס, פרוי פון רבי שמואל גראס אב"ד קראלי (אומגעקומען י' סיון ה'תש"ד אויף קידוש השם)

אנדענק

יארן לאנג איז דער ציון איבער זיין קבר געווען א קליינע און צעבראכענע; אין יאר ה'תשע"ג האט מען עס איבערגעבויט און פארברייטערט, און פון דעמאלט קומט אהין א גרויסער ציבור דורכאויס דעם יאר, און איבערהויפט אום ג' אייר צום יארצייט[9].

איידער זיין פטירה האט רבי ישעי'לע באפוילן זיינע קינדער אז זיי זאלן ממשיך זיין זיינע פעולות פון צדקה וחסד, און זיינע אייניקלעך זענען עוסק אין דעם דורך צושטעלן עסן און טרינקען אין די הויז פון רבי ישעי'לע אין קערעסטיר[10], און דורך אנדערע צדקה ארגאניזאציעס איבער די וועלט, ווי די רב להושיע ארגאניזאציע אין ארץ ישראל וואס פארטיילט בעיבי פארמולע[11]. נאך ארגאניזאציעס און פאלקסקיכער זענען דא אויף זיין נאמען דורך אנדערע אידן, אין קערעסטיר[12], אמעריקע[13], ארץ ישראל און אייראפע. אין אסאך פלעצער איבער דער וועלט טיילט מען עסן און טרינקען אין טאג פון זיין יארצייט.

עס זענען דא וואס האלטן זיינס א בילד אלס א סגולה צו דערווייטערן מייז[14], טראץ וואס ביי די אייניקלעך איז אנגענומען אז עס האט נישט קיין אמת'ן מקור, און רבי ישעי'לע אליין האט זיך קעגנגעשטעלט צו אים פאטאגראפירן[15].

ליינט מער

  • יוסף מרדכי גינצלער, מי באר ישעיהו, טארנא סלאוואקיי תרפ"ח און ירושלים תשי"ז
  • יוסף מרדכי גינצלער, חזון ישעיה: לעבענס בעשרייבונג, וויא אויך ערצעהלונגען פאן ר׳ ישעיעלע קערעסטירער, טארנא תרפ"ט
  • משה יוסף פרידלענדער, בתי אבות, ירושלים תשכ"ה
  • ישראל יעקב וידאווסקי, תולדות הצדיק ר' ישעיה'לע מקערעסטיר, מכון אבן ישראל, ירושלים תשנ"ו
  • שלום אליעזר ליכטענשטיין, מנחם מענדל רובין (רעדאקטארן), מופת הדור, ברוקלין תשע"א
  • פנחס מילער, קהלת קריסטיר, עולמו של אבא, (דאונלאוד), עמ' קנב-קנה

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. ”הק' ישעי' בן מו"ה משה ז"ל שהי' משמש בקודש אצל הרב הצדיק מליסקא זי"ע”. פאָטאָגראַפיע פון ​​די חתימה איז פארהאן אין ספר פון הרב וידאווסקי זייט 13
  2. מופת הדור עמוד ע"ז
  3. מי באר ישעיהו, עמ' לח
  4. געווען בעפאר חתונה געהאט צו רבי יוסף קרויס פון סאטמאר
  5. דער וואונדערליכער צדיק, זייט 778
  6. זעט א שמועס אויף אייוועלט
  7. דער וואונדערליכער צדיק, ביים סוף
  8. ליינט איבער רבי ישראל אברהם אלטער
  9. טויזנטער אויף זיין ציון אויף JDN זייטל
  10. "Rabbiház" – "רבי ישעי'לעס הויז" אויף גוגל מאפעס
  11. דער ארגאניזאציע'ס וועבזייטל
  12. זעט איבער "רבי ישעי'לעס גאסטהויז", אונטער די פירערשאפט פון משה יוסף פריעדלענדער
  13. זעט וועבזייטל "רבי ישעי'לעס קאך", אן ארגאניזאציע וואס גיבט הילף און ראט פאר פאמיליעס אין נויט; "מרבה לשובע קרית יואל א רעוואלוציע בעולם החסד", אשכול אויף אייוועלט, א פאלקסקיך אין אנדענק פון רבי ישעי'לע; און נאך פילע.
  14. אויף דרשו זייטל
  15. מופת הדור זייט ת"צ