אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת משפטים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "הפטרה" ב־"הפטורה")
ק (החלפת טקסט – "פרקי התנ"ך" ב־"קאפיטלען פון תנ"ך")
שורה 18: שורה 18:
}}
}}


'''פרשת מִשְׁפָּטִים''' איז די זעקסטע [[פרשת השבוע|פרשה]] אין [[שמות|ספר שמות]]. די פרשה גייט פון {{תנ"ך|שמות|כא|א|ללא=ספר}} ביז {{תנ"ך|שמות|כד|יח|ללא=ספר}}, לויטן אנגענומענעם וועג פון רעכענען די [[פרקי התנ"ך|קאפיטלען]]. אין מערהייט פרשה ווערט אויסגערעכנט אסאך [[מצוות]] און דינים, בעיקר וואס האט מיט [[דיני ממונות]]. אין סוף פרשה ווערט דערציילט איבער די בונד פון די אידן מיטן באשעפער, און דאס ארויפגיין פון משה צום בארג סיני.
'''פרשת מִשְׁפָּטִים''' איז די זעקסטע [[פרשת השבוע|פרשה]] אין [[שמות|ספר שמות]]. די פרשה גייט פון {{תנ"ך|שמות|כא|א|ללא=ספר}} ביז {{תנ"ך|שמות|כד|יח|ללא=ספר}}, לויטן אנגענומענעם וועג פון רעכענען די [[קאפיטלען פון תנ"ך|קאפיטלען]]. אין מערהייט פרשה ווערט אויסגערעכנט אסאך [[מצוות]] און דינים, בעיקר וואס האט מיט [[דיני ממונות]]. אין סוף פרשה ווערט דערציילט איבער די בונד פון די אידן מיטן באשעפער, און דאס ארויפגיין פון משה צום בארג סיני.


פרשת משפטים ווערט געליינט צווישן [[כ"ד שבט]] און א' אדר]]. א מערהייט פון די יארן - [[שנים פשוטות]] (אויסער א[[השא יאר]]) ווערט פרשת משפטים געליינט אין שבת בעפאר [[ראש חודש]] [[אדר]], וואס דען ליינט מען אויך די ערשטע פרשה פון די "[[ארבע פרשיות]]" - [[פרשת שקלים]].
פרשת משפטים ווערט געליינט צווישן [[כ"ד שבט]] און א' אדר]]. א מערהייט פון די יארן - [[שנים פשוטות]] (אויסער א[[השא יאר]]) ווערט פרשת משפטים געליינט אין שבת בעפאר [[ראש חודש]] [[אדר]], וואס דען ליינט מען אויך די ערשטע פרשה פון די "[[ארבע פרשיות]]" - [[פרשת שקלים]].

רעוויזיע פון 20:50, 30 אויגוסט 2023

Arrow r.svg משפטים Arrow l.svg
פסוקים שמות כא, א - כד, יח
צאל פסוקים 118
צאל ווערטער 1462
אינהאלט א לאנגע ליסטע פון מצוות און דינים, דערנאך ווערט דערציילט ווי משה רבינו גייט ארויף אויפן בארג סיני צו באקומען די לוחות הברית
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (23)  לא תעשה (30)
דיני עבד עברי, יעוד און אויסלייזן אן אמה עבריה, מיתת חנק, דיני קנסות, מיתת סייף, דיני ארבעה אבות נזיקין, דיני גנב, דיני שומרים, דין מפתה, פארבארגן פאר אן ארעמאן, פסק'ענען נאך רוב דיינים, פריקה וטעינה, שמיטת קרקעות, רוען אין שבת, עלייה לרגל, ביכורים. פארקויפן אן אמה עבריה, אפהאלטן פון איר שאר כסות ועונה, שלאגן עלטערן, עסן פון שור הנסקל, לאזן א מכשפה לעבן, אויספאפן א גר מיט רייד אדער מיט געלט, פייניגן אן אלמנה אדער א יתום, מאנען א חוב פון אן ארעמאן, איסור ריבית, שעלטן א דיין אדער א נשיא, פארטוישן די סדר תרומות און מעשרות, עסן טריפות, לשון הרע אדער שמע שווא, פסולי עדות, אנטיילנעמען מיט עושי רע, זיך פארלאזן אין דיני נפשות אויף א צווייטן דיין, פארדרייען א משפט, פסק'נען לויט שאצונגען, שוחד, זיך באשווערן אין א אפגאט, בארעדן צו דינען עבודה זרה, שחט'ן קרבן פסח ווען ס'איז נאך דא חמץ אין שטוב,איבערנעכטיגן די אימורים פון קרבן פסח, קאכן בשר בחלב, שליסן א בונד מיט אזעלכע וואס דינען עבודה זרה, לא תחנם
הפטורה
אשכנז'ישע און ספרד'ישע ירמיהו לד, ח–כב, און אויך ירמיהו לג, כה–כו
תימנ'ע ירמיהו לד, ח - לה, יט
איטאליענע ירמיהו לד, ח - לה, יא

פרשת מִשְׁפָּטִים איז די זעקסטע פרשה אין ספר שמות. די פרשה גייט פון כא, א ביז כד, יח, לויטן אנגענומענעם וועג פון רעכענען די קאפיטלען. אין מערהייט פרשה ווערט אויסגערעכנט אסאך מצוות און דינים, בעיקר וואס האט מיט דיני ממונות. אין סוף פרשה ווערט דערציילט איבער די בונד פון די אידן מיטן באשעפער, און דאס ארויפגיין פון משה צום בארג סיני.

פרשת משפטים ווערט געליינט צווישן כ"ד שבט און א' אדר]]. א מערהייט פון די יארן - שנים פשוטות (אויסער אהשא יאר) ווערט פרשת משפטים געליינט אין שבת בעפאר ראש חודש אדר, וואס דען ליינט מען אויך די ערשטע פרשה פון די "ארבע פרשיות" - פרשת שקלים.

אין טייל פון ראשונים[1] ווערט גברענגט אז סאיז דא וואס האבן זיך געפירט אנצוטיילן די פרשה אויף צוויי - "משפטים" און "אם כסף תלוה", און אזוי האבן זיך געפירט די אידן אין טוניסיע ביז שפעטערע יארן[2]. טראץ דעם האבן אפילו די קהילות אין מערערע יארן צאמגעשטעלט ביידע פרשיות אינאיינעם, אויסער אין א השג יאר און החא יאר וואס דען האבן זיי יא איינגעטיילט די פרשה אין צוויי, אנשטאט איינטיילן פרשיות מטות און מסעי.

פרשה אינהאלט

די בונד פון די אידן מיטן באשעפער, געמאלן דורך דזשאן סטיפל דעיוויס

נאך די מעמד הר סיני, וואו ס'זענען געגעבן געווארן פאר כלל ישראל די עשרת הדברות, געבט דער באשעפער פאר כלל ישראל דורך משה רבינו נאך א לאנגע ליסטע פון מצוות און דינים[3]. דאס מערהייט פון די מצוות זענען איבער די געזעצן וואס זענען נוגע צווישן א מענטש און זיין פריינד, צווישן זיי ווי פאלגנד:

אזוי אויך אפאר אנדערע מצוות:

נאך וואס משה רבינו האט איבער געגעבן פאר די אידן די אלע מצוות[4] ווערט געבינדן א בונד צווישן די אידן מיט דער באשעפער, דערנאך בויט משה א מזבח צופיסנס פון בארג סיני, און איז מקריב קרבנות צוזאמען מיט אהרן און די זקנים, דערנאך גייט ער ארויף צום בארג סיני באקומען די לוחות הברית, און האלט זיך אויף דארט פערציג טעג און פערציג נעכט.

מפטיר און הפטורה

  • אין א מערהייט פון יארן שנים פשוטות ווערט פרשת תרומה געליינט א שבת בעפאר ראש חודש אדר, און דאן ליינט מען די הפטורה פון שבת שקלים.
  • אין אן עיבור יאר ווערט פרשת משפטים געליינט אין שבת ראש חודש אדר, אדער צום ביישפיל שבת ערב ראש חודש, וואס דאן ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש אדער - אין שבת ערב ראש חודש - "מחר חודש".
  • אין די יארן ווי פאלגנד: השא יאר, השג יאר, החא יאר, בשז יאר און גכז יאר, ווערט געליינט די הפטורה פון פרשת משפטים אין ירמיהו לד, דארט דערמאנט ירמיה הנביא די געזעצן פון אן עבד עברי, און מוסר'ט די אידן פארוואס זיי האבן דאס נישט אויסגעפאלגט, איבער די ענדע פון די הפטורה זענען פארהאן עטליכע מנהגים, די תימנ'ע פירן אויס ביז צום סוף פרק ל"ה, די אשכנז'ישע און ספרד'ישע גייען צוריק צו די לעצטע פסוקים פון פרק לג (אין משנה ברורה[5] ווערט געברענגט א מחלוקת צו מ'מעג אזוי טאהן, אין רש"ש [6] ברענגט ער אז אזוי איז די מנהג למעשה. אין ספר טעמא דקרא (פרשת משפטים) שרייבט ער, אז ביי די פלעצער וואו מ'ליינט די הפטורה פון קלף, זאל מען נישט צוריקגיין).

דרויסנדע לינקס


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס

פאראמעטער [ בר-אילן, ממרא, ישיבה, תורת אמת פרשה, נחמה, תורת אמת ספר, פרשה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
טעקסט

טייטש

  • "פרשת משפטים", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד, איבערזעצט אין אידיש דורך ח. ש. נײהױזען, א. הײמאן (חרל“פּ) און אנדערע.

פארברייטערונג

איבער די הפטורה פון פרשת משפטים זעט אין פורום אוצר החכמה

רעפערענצן

  1. זעט ספר החינוך וואס טיילט איין די מצוות אין פרשה פאר צוויי פרשיות.
  2. זעט ממנהגי יהדות תוניסיה אין דעת זייטל.
  3. אזוי קומט אויס פון די סדר הפרשיות, אבער טייל מפרשים לערנען אז די אלע דינים פון פרשה זענען געגעבן געווארן אין מרה, אזוי אויך זענען דא וואס לערנען אז זיי זענען א זאמלונג פון מצוות און דינים וואס זענען געזאגט געווארן אין פארשידענע אומשטענדן און פלעצער, און זענען נאר געשריבן געווארן צוזאמען דא.
  4. אזוי לויט די סדר הפסוקים, אבער אין רש"י שטייט אז ס'איז געווען נאך פאר מתן תורה.
  5. אורח חיים סימן קמד ס"ק ט
  6. יומא ע ע"א


משפטים קאטעגאריע:משפט עברי משפטים

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער