אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו"

פון המכלול
"דגל מחנה אפרים", אייניקל פון בעש"ט (~ה'תק"ב–ה'תק"ס)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו צו רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו אן לאזן א ווייטערפירונג)
שורה 64: שורה 64:
{{תלמידי בעש"ט}}
{{תלמידי בעש"ט}}


[[:קאַטעגאָריע:אייניקלעך פון בעש"ט]]
[[קאַטעגאָריע:אייניקלעך פון בעש"ט]]
[[:קאַטעגאָריע:תלמידי בעש"ט]]
[[קאַטעגאָריע:תלמידי בעש"ט]]
[[:קאַטעגאָריע:מחברי ספרי חסידות]]
[[קאַטעגאָריע:מחברי ספרי חסידות]]
[[:קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
{{דרעפט}}


[[HE:רבי משה חיים אפרים מסדילקוב]]
[[HE:רבי משה חיים אפרים מסדילקוב]]

רעוויזיע פון 17:00, 3 מאי 2023

דער "דגל"
רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו
די ציון פון דער דגל מחנה אפרים
די ציון פון דער דגל מחנה אפרים
געבורט מעזשביזש
פטירה
מעזשביזש
מקום קבורה מעזשביזש
רבי'ס בעש"ט, רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי וואלף קיצעס, רבי יעקב יוסף פון פולנאה
ספרים דגל מחנה אפרים
די בית המדרש אין סדילקאוו

רבי משה חיים אפרים (דער "דגל") פון סדילקאוו, (בערך ה'תק"ב - י"ז אייר ה'תק"ס), איז געווען אן אייניקל פון דעם בעל שם טוב, פון זיינע נאכפאלגערס, און פון די ערשטע צו שרייבן חסיד'ישע ספרים.

ביאגראפיע

געבוירן צו רבי יחיאל מיכל אשכנזי און אדל, די טאכטער פונעם בעל שם טוב, אין שטאט מעזשביזש וואו זיין זיידע האט געוואוינט. עטליכע מיינונגען זענען פארהאן איבער דאס יאָר פון זיין געבורט[א]. יונגערהייט האט אים זיין זיידע שוין אנגערופן: "עילוי גדול בתכלית הלימוד"[ב].

נאכן די פטירה פון זיין זיידן האט ער געלערנט ביי זיינע תלמידים: רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי וואלף קיצעס, און בעיקר ביי רבי יעקב יוסף פון פולנאה דער מחבר פון תולדות יעקב יוסף. רבי אפרים ווערט אבער נאך פאררעכנט ווי א מיטגליד פונעם צווייטן דור פון חסידות, ווייל ער האט אליין מקבל געווען תורה פון זיין זיידן און ער ציטירט דירעקט זיינע ווערטער אין זיין ספר.

דער דגל האט געדינט אלס רב און מגיד מישרים אין סדילקאוו וואס איז נעבן שפיטיווקא און נישט ווייט פון מעזשביזש זיין געבורטס ארט. ער האט דארט שטארק געליטן פון רדיפות צוליב די התנגדות צו חסידות צוזאמען מיט ארעמקייט, צוליב וואס די קהילה האט אים נישט באזארגט זיין פרנסה[1]. אין יאר ה'תקמ"ח בערך איז ער צוריק צו זיין געבורטס ארט, וואו זיין ברודער רבי ברוך פון מעזשביזש האט געדינט אלס רבי; דער דגל האט זיך דערפאר געפירט צו דאווענען אין בית המדרש פון זיין זיידן.

די ברידער זענען געווען זייער נאנט און עס האט געהערשט גרויס פריינדשאפט צווישן זיי, כאטש זיי האבן ביידע געפירט רעביסטווע אין זעלבן שטאט. רבי אפרים איז נישט ארויסגעשטאנען ביים לעבן אלס מנהיג פון א גרויסע קהילה, כאטש ער איז געווען באקאנט אלס דרשן; ווי זיין רבי דער תולדות יעקב יוסף איז זיין כח געווען גרעסער אין שרייבן ווי אין פירן א קהילה. זיין ברודער, פון דער אנדערער זייט, האט געפירט א גרויסע קהילה, ער איז אסאך ארומגעפארן צו די פארשידענע שטעטלעך אין אוקראינע וואו זיינע חסידים האבן געוואוינט, און אסאך פון די מנהיגים פון קומענדיגן דור אין חסידות האבן זיך געציילט צווישן זיינע תלמידים.

אום י"ז אייר, ערב ל"ג בעומר פון יאר ה'תק"ס (לויט אנדערע, ה'תקנ"ח[1]), איז רבי משה חיים אפרים אוועק. ער איז באהאלטן געווארן אין אוהל פון זיין זיידן אין מעזשביזש.

נאך זיין פטירה האבן זיינע זין נישט איבערגענומען זיין פירערשאפט אין מעזשביזש. נאך ביים לעבן האט זיין איידעם, רבי דוד הלוי איש הורוויץ, איבערגענומען זיין שטעלע אלס מגיד מישרים און אדמו"ר אין סדילקאָוו.

באהאלטתקופת חייו של רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו על ציר הזמן

פעלער: בילד איז אומגילטיג אָדער נישט פאַרהאַן


זיין ספר

Postscript-viewer-blue.svg דגל מחנה אפרים

אין יאר ה'תק"ע, צען יאר נאך זיין פטירה, האט זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ געדרוקט די שריפטן וואס ער האט איבערגעלאזט, געבנדיג א נאמען פאר דעם ספר "דגל מחנה אפרים". דאָס ספר ווערט פאררעכנט אלס אַ ספר יסוד אין חסידות.

פאמיליע

היינט דינען צוויי פון זיינע אייניקלעך אלס רבי'ס פון סדילקאוו: רבי אריה לייב גלאנץ אין מאנסי, ניו יארק; און רבי אריה וואהל פון סדילקאוו אין בית שמש.

צו ליינען מער

  • "דער הייליגער דגל", אורות, אייר תשע"ח

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. אין "ספר החסידות" פון אברהם כהנא ווערט געברענגט אז ער איז געבוירן אין יאר ה'תק"ב, און אין ספר "החסידות והחסידים" פון שמואל אבא האראדעצקי ווערט געברענגט אז ער איז געבוירן אין יאר ה'תק"ח, ווידער אנדערע נעמען אן אז ער איז שוין געווען געבוירן אזוי פרי ווי ה'ת"ק[1].
  2. אין א בריוו צו זיין שוואגער רבי אברהם גרשון פון קיטוב. דער בריוו איז בערך פון יאר ה'תקי"ב.
  3. איידעם פון דער מאור עינים פון טשערנאביל.

רעפערענצן

  1. ארויפשפרינגען קיין: 1.0 1.1 1.2 "דער הייליגער דגל", אורות, אייר תשע"ח
תלמידים פון בעש"ט

רבי אברהם פאדלוסקעררבי אברהם פון מעזשיבוזשרבי אברהם אבא פון דוביסאררבי אברהם אבא פון לובליןרבי אברהם אבא פון קריבושרבי אברהם גרשון פון קיטוברבי אברהם שמשון פון ראשקאוורבי אהרן פון מעזשיבוזשרבי אהרן משרתרבי אהרן הגדול פון קארליןרבי אהרן פון קיטוברבי אליהו פון סאקאלובקירבי אליעזר פון טאמאשפאלירבי אלכסנדר סופררבי אריה לייב פון שפאלערבי בנימין פון זאלאשיץרבי ברוך פון מעזשיבוזשרבי ברוך פון קאמינקארבי גרשון פון פאווליץרבי דוב בער פון זאסלאוורבי דוב בער פון מעזריטשרבי דוד פון חאלאדאווקערבי דוד פון ליניץרבי דוד פון מיקאלייאוורבי דוד פון קאלאמייערבי דוד פון שאריגראדרבי דוד היילפרין פון אוסטראהרבי דוד לייקעסרבי דוד מגיד פון טולטשיןרבי דוד פירקוסרבי זאב פון אליקזאב וואלף קיצעסרבי זעליג פון לאטושוברבי חיים פון קראסנארבי חיים מגיד פון ליניץרבי יהודה ליב פון פולנאהרבי יואל פון פראטהוררבי יואל פון נעמיראוורבי יודל פון טשודנוברבי יונה פון אוסטראהרבי יונה פון פולוצקרבי יונה פון קאמינקארבי יוסף פון דראהאביטשרבי יוסף פון זורניץרבי יוסף פון קאמינקאיוסף אשכנזירבי יוסף יואל פון סטעפאןרבי יוסף יוזפא פון אוסטראהרבי יוסף משה פון מעזשיבוזשרבי יוסף מלמד פון חמעלניקרבי יוסף ספראוועדליווער פון פיסטיןרבי יחיאל מיכל פון האראדנערבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוורבי יעקב פון האניפאלירבי יעקב פון מעזשיבוזשרבי יעקב יוסף פון אוסטראהרבי יעקב יוסף פון פולנאהרבי יעקב קאפל חסידרבי יצחק פון דראהאביטשרבי יצחק פון מעזריטשרבי יצחק דוב מרגליות פון יאזלאוויץרבי ישכר בער פון ליובאוויטשרבי ישכר פון קישינאוורבי ישעיהו פון יאנאוורבי ישראל חריף פון סאטינאוורבי לייב שרה'סרבי לייב קעסלעררבי ליפא פון חמעלניקרבי מאיר הגדול פון פרעמישלאןרבי מאיר מרגליות פון אוסטראהרבי מנחם מענדל פון באררבי מנחם מענדל פון דוביסאררבי מנחם מענדל פון וויטעבסקרבי מנחם מענדל פון פרימישלאןרבי מנחם מענדל פון קאלאמייערבי מנחם נחום פון טשערנאבילרבי מרדכי פון זאסלאוורבי משה פון קיטוברבי משה פון שאטנאווערבי משה פון שדה חדשרבי משה קעדסרבי משה שהם פון דאלינארבי משה חיים אפרים פון סדילקאוורבי נחמן פון האראדענקערבי נחמן פון קאסוברבי נטע פון אוורוטשרבי ניסן כ"ץ פון דווארטרבי פאלק פון טיטשלניקפנחס שפירא פון קאריץרבי צבי חסיד פון זלאטשאוורבי צבי סופררבי צבי הערש, זון פונעם בעל שם טוברבי צבי הערש פון אוסטראהרבי צבי הערש פון קאמינקארבי שמואל פון קאמינקארבי שבתי פון ראשקאוו