רוי:אידישקייט אין אונגארן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

דאס אידישע לעבן אין אונגארן הייבט זיך אן שוין אין דער צייט פון דער רוימישע אימפעריע. ביים מיטל־אלטער זענען שוין געווען אידישע קהילות אין אונגארן.

היסטאריע פון אידישקייט אין אונגארן

אידן האבן זיך באזעצט אין די לענדער וואם מיר באצייכענען ווי אונגארן אין דעם דרייצענטן יארהונדערט, און דער ערשטער בארימטער רב איז געווען ר' יצחק. וועלכער ווערט דערמאנט אין דעם בארימטן ספר "אור זרוע". א באקאנטער רב אין דעם פערצענטן יארהונדערט רבי אייזיק פון טירנוי באשרייבט דאם אידישע לעבן אין אונגארן אין זייער טרויעריקע טערמינען: "עס זענען איבערהויפט נישטא קיין בני־ תורה, אפילו נישט צוויי אדער דריי וואם קענען א געהעריקן מנהג", אבער עווענטועל האט זיך דער מצב דארט געענדערט צום בעסערן, ווייל נישט לאנג שפעטער אין 1450 האט די שטאט אפען (די אלטע טייל פון בודאפעשט) שוין שטאלצירט מיט א אידישע קהילה וועלכע האט צווישן זיך געהאט א צאל בארימטע תורה-פערזענליכקייטן.

אינעם 16טן יארהונדערט האט מען באשולדיגט די אידן אין פעזינג (היינט אין סלאוואקיי) אז מען האט געפייניקט א ניין־יעריג אינגל ביז ער האט געבלוטיגט צום טויט; פאר דעם האט מען פארברענט דרייסיג אידן. אבער אין אמת'ן האט מען געפונען דאס קינד לעבעדיגעהייט אין ווין, וואן דער גראַף וואלף פון פעזינג האט אים גענומען כדי פטור צו ווערן פון זיינע חובות צו אידן אין פעזינג.[1][2]

ווען די אטאמאנישע טערקן האבן דעראבערט אונגארן און עס איינגעשלאסן אין זייער אימפעריע אינמיטן פון זעכצנטן יארהונדערט, האבן א צאל אידן פון אפען עמיגרירט קיין טערקיי וואו זיי האבן זיך אויסגעמישט מיט די ספרד'ישע אידן. עטליכע יאר שפעטער, מיט דער הילף פון דער פריינטליכער טערקישער רעגירונג, האבן אידן צוריק אויפגעשטעלט זייער קהילה אין אפען און אנגעהויבן פראספערירן. דער צענטער פון תורה, האט זיך אבער שנעל אריבערגעטראגן קיין אייזנשטאט, וואו רבי שלמה ליבערמענש האט געשאפן איינע פון די ערשטע אונגארישע ישיבות.

נישט לאנג נאכדעם האט די שטאט אפען צוריקגעוואונען איר פראמינענץ אין די רבנישער וועלטץ עס האט נישט לאנג גענומען און די שטאט האט געהאט פיר גרויסע ישיבות: רבנים פון ווייטע קהילות האבן געשיקט זייערע שאלות צו אירע פוסקים. אין דעם יאר 1655 האט אפען אויפגענומען אלם איר הויפט־רב הרב ר' אפרים הכהן, א דיין וועלכער איז אנטלאפן פון ווילנע פון די אנטיסעמיטישע קאזאקן. אונטער זיין הנהגה האט דאם תורה־לערנען דערגרייכט אומגעהרערע הויכן. אט דער שיינער פעריאד פון מנוחה און גייסטיקן וואוקס, איז געקומען צו א סוף ווען די עםטרייך-אונגארישע ארמיי האט ארויסגעטריבן די טערקן פון אפען און דארט אויך ליקווידירט דעם אידישן ישוב און דעם בליענדן תורה-צענטער.

תורה אין אונגארן האט זייער שנעל געפונען א נייעם צענטראלן פונקט אין דעם אזוי־גערופענעם בורגנלאנד, וואו דער גרויסער שתדלן רבי שמשון ווערטהיימער האט געעפנט עטליכע ישיבות אין די דארטיקע "זיבן קהילות", וועלכע ער האט אויסגעהאלטן פון זיינע אייגענע געלטער. די וויכטיגסטע פון די איז געווען די ישיבה אין אייזענשטאט, אנגעפירט פון רבי מאיר אייזנשטאט, דער מחבר פון "פנים מאירות". אנדערע ישיבות זענען אויפגעשטעלט געוואק אין מאטערסדארף און אין רעכניץ. אויך פרעשבורג איז מפורסם געווארן מיט דעם בארימטן גאון רבי משולם איגרא.

א נייע בליענדע תקופה פון תורה-וואוקס האט זיך אנגעהויבן אין אנהויב פון דעס ניינצענטן יארהונדערט אונטער דער הנהגה פון רבי משה סופר, דער גרויסער און בארימטער "חתם סופר" פון פראנקפורט, וועלכער האט מיט זיין גאונות, צדקות און גייסטרייכער הנהגה אינספירירט זיין דור צו נייע גייסטישע פארמעסטן אין תורה און אין אידישקייט. אונטער זיין הנהגה איז די ישיבה אין פרעשבורג געווארן דער גרעסטער און איינפלוסרייכסטער מקום־תורה אין צענטראל-אייראפע. א סך פון דעם "חתם־סופר'ס" תלמידים, צווישן די דער בארימטער מהר"ם שיק, האבן אליין געגרינדעט אייגענע קהילות און ישיבות איבער גאנץ אונגארן און פארזעצנדיק זיין דרך, זענען זיי געווארן שטארקע פעסטונגען וועלכע האבן געשטעלט א דערפאלגרייק ווידערשטאנד אנטקעגן די כוחות פון רעפארם און אסימילאציע אין דער אידישער מחנה. אין די דאזיקע יארן האט רבי שלמה גאנצפריד מחבר געווען זיין "קיצור שלחן ערוך" און אנדערע וויכטיגע ספרים.

דאס ארט פון "חתם־סופר", וועלכער איז נפטר געוואק אין 1839 האט איבערגענומען זיין גרויסער זון רבי אברהם שמואל בנימין סופר (1871-1815), באקאנט אלם דער "כתב סופר". אן אנדער זון רבי שמעון סופר, איז געוואק רב אין מאטערסדארף און אין 1860 האט ער איבערגענומען דאם רבנות אין קראקע. די ווייטערע דורות פון דעם "חתם-סופר'ס" תלמידים, האבן מיט גרויס הצלחה מרביץ תורה געווען און פארוואנדלט די אונגארישע קהילות אין בליענדע אאזיסן פון פרוכטבארן תורה־לעבן.

איינע פון די גרויסע אויפטוען זייערע איז געווען דאס ארגאניזירן דאם קהילה־ לעבן אונטער דער שטרענגער פירערשאפט פון די רבנים און באזונדערס דאם שאפן פון סעפעראטע ארטאדאקסישע קהילות, וועלכע האבן באוויזן איינצוהאלטן די פארשפרייטונג פון רעפארם און צו צעמענטירן די דארטיקע פרומע אידן קעגן די מאדערנע שטרעמונגען וואס האבן זיי באדראעט אין די ווייטערע יארן.

דאס חסידות אין אונגארן

צוזאמען מיט דעם געבענשטן גייסט, וואס עס האט איינגעפלאנצט דער "חתם- סופר", זענען א גרויםע צאל פון אונגארישע אידן געווארן געטרייע אנהענגער פון חסידות ווען אדמו"ר רבי יצחק אייזיק טויב פון קאלוב (1821-1751), א תלמיד פון שמעלקע פון ניקאלשבורג, האט אריבערגעפירט דעם בעל-שם־טוב'ם תורה קיין אונגארן. אן אנדערער גרויסער חסידישער מנהיג פון דער צייט איז געווען אדמו"ר רבי משה טייטלבוים פון אוהעל (1841-1759), דער בעל "ישמח משה", א תלמיד פון דעם "חוזה" פון לובלין און דער שטאם-פאטער פון דאס וואס עס איז היינט דאס פארצווייגטע סאטמארער חסידות.

דאם חסידות אין אונגארן האט אויך געוואונען אנהענגער דורך אדמו"ר מנחם מענדיל האגער פון קאסוב (1826-1768), א תלמיד פון משה לייב פון סאסאוו און אויך דורך זיין אייניקל דער "צמח צדיק", אן איידעם פון הייליקן ריזשינער, וועלכער איז געווען דער גרינדער פון דער וויזניצער דינאסטיע און אדמו"ר רבי צבי אלימלך שפירא פון דינאוו, דער "בני יששכר" (1841-1783) ,א תלמיד פון דעם "חוזה" פון לובלין, וועלכער איז געווען דער שטאם־פאטער פון מונקאטשער חסידות. א גרויסן חלק אין פארשפרייטן אידישקייט און חסידות האט געהאט דער "מראה יחזקאל", דער הויפט-רב פון קארלסבורג, א תלמיד פון רבי מנחם מענדיל פון רימאנאוו און שטאם־פאטער פון דעישער חסידות.

אויפן אונגארישן אידנטום האבן אויך אויסגעאיבט א גרויםע חסידישע השפעה דער גאון און צדיק חיים פון צאנז און זיינע ממשיכים. אנדערע אידן פון א טייל אונגארן זענען געווארן נאכפאלגער פון ספינקער חסידות, דער גרינדער פון דער ספינקער דינאסטיע אדמו"ר רבי יוסף מאיר ווייס פון ספינקע (1909-1838) דער "אמרי יוסף", וועלכער איז געווען א תלמיד פון יצחק אייזיק פון זידיטשויב. מען דארף דערמאנען, אז אויך בעלז האט געהאט א גרויםן איינפלוס אין אונגארן בפרט אינעם אזוי-גערופענעם "אויבערלאנד".

מיט די געבענשטע השפעות פון די רבנים גאונים פון "חדר" פון "חתם־סופר" און גרויסע חסידישע מנהיגים, וועלכע האבן, אגב, אויך געפונען צווישן זיך א געמיינזאמע שפראך (נישט געווען דארט אין אונגארן דאס פראבלעם פון "מתנגדים" און חסידים), איז דאס אונגארישע אידנטום ביים סוף פון פריערדיגן יארהונדעדט און אנפאנג פון יעצטיקן יארהונדערט אויסגעוואקסן בכמות ובאיכות צו א גוואלטיקן גרויסן כוח אינערהאלב דעם תורה-אידנטום.

אונגארן צווישן די צוויי מלחמות

נאכן אפשלוס פון דער ערשטער וועלט מלחמה, האט אונגארן גופא פארלוירן א גרויסן טייל פון איר אמאליקע טעריטאריע, און אזוי אויך זענען די אונגארישע אידן פארטיילט געווארן צווישן א גאנצע ריי לענדער. דאס קארפאטן־רוסלאנד ווי די סלאוואקיי, איז געווארן א טייל פון טשעכאסלאוואקיי; מאראמאראש און זימבערגן איז געווארן א טייל פון רומעניע, און דאס בורגנלאנד א טייל פון דער קליינער עסטרייכישער רעפובליק.

דער עקאנאמישער ווי דער פאליטישער מצב פון דעם וואס איז א מאל געווען דאס אונגארישע אידנטום, איז געווען א פארשידנארטיקער. אין דער טשעכאסלאוואקיי, וואו עס האט געהערשט א ליבעראלער רעזשים, האבן אידן גענאסן פון אלע בירגערליכע רעכט, און אזוי אויך האבן די אידן אין עסטרייך געלעבט אין רעלאטיווער מנוחה. די אידן פון רומעניע זענעז געווען אויסגעשטעלט צו די פארשידענע פאליטישע אומוואנדלונגען אין יענעם לאנד, און געליטן פון דארטיקן אנטיסעמיטיזם.

אבער סיי די שפע און מנוחה און סיי די קריטישע מצבים האבן נאר ווייניק וואם בארירט דאם אינערליכע גייסטישע לעבן פון די דארטיקע אידן, וועמענס קהילות האבן טריי ממשיך געווען די מסורת אבות. אין אונגארן גופא, האט צום רוב געהערשט דער אשכנזישער גייסט פון "חתם-סופר" און אט דעד גייסט האט אויך באהערשט דאס רוב קהילות פון דער סלאוואקיי, אויך די פראכטפולע קהילה אין וויען. אין די אנדערע לענדער האט געהערשט דער גייסט פון חסידות, און ווען אפילו אין געוויסע ארטשאפטן האט די רעפארם באוועגונג פארטריבן גרעסערע צאלן פון אידן אין די ארעמס פון אסימילאציע און אפטריניקייט און קלענערע איינברוכן האבן אויך געמאכט אנדערע מאדערנע שטרעמונגען, האבן טראצדעם אונגארישע ארטאדאקסישע קהילות געבליט און זיך געווייקט אין מסורהדיגער אידישקייט.

כמעט אלע באדייטענדע אידישע קהלות אין די ערטער וואס איז אמאל געווען אונגארן, האבן געהאט ישיבות וואס זענען אנגעפירט געווארן פון זייערע רבנים ווי פילע טויזנטער יוגנטליכע זענען ערצויגן געווארן אין גייסט פון תורה און אפגעהיטנקייט אין מצוות מעשיות! די קהלות זענען אנגעפירט געווארן דורך חשובע רבנים גדולים בתורה והוראה, מחברים פון קלאסישע ספרים, און פון פרנסים וואס האבן זיך אפגעגעבן לטובת הציבור מיט גרויס טריישאפט און מיט רדיפת החסד. מיט דעם אינטענסיוון ישיבה־חינוך פון אזויפיל יוגנטליכע זענען אין א סאך קהילות נישט נאר רבנים, נאר אויך א סך בעלי־בתים, וואס האבן זיך פארנומען מיט מסחר און אינדוסטריע, געווען תלמידי-חכמים מובהקים.

ביים חורבן

ס'איז זיך כלל נישט צו חידוש'ן, וואס נאך אזא גרויסן חורבן, האבן אונגארישע אידן בראש פון זייערע רביים און רבנים פארנומען אזא וויכטיגן ארט אין אויפלעבן דאס אידישקייט צווישן דער שארית הפליטה. זיי האבן מיט זיך מיטגעברענגט די מסורה פון זייערע אמאליקע גרעסערע און קלענערע פראכטפולע קהילות וואו תורה-אידישקייט האט געהערשט מיט א גוואלטיקן שעפערישן כוח.

איינע פון די גרויסע חורבן טראגעדיעס איז זיכער געווען דאס וואס די צווייטע וועלט-מלחמה האט אין א געוויסער מאס ווידער אזוי צו זאגן "פאראייניגט" דאס אונגארישע אידנטום. ביים אנפאנג פון דער צווייטער וועלט מלחמה האט היטלער־דייטשלאנד, וואם האט שנעל באהערשט יענעם טייל אייראפע, צוריקגעגעבן יענעם טייל אייראפע א טייל טעריטאריעס וואם זי האט פארלוירן ביים שלוס פון דער ערשטער וועלט־מלחמה. מערערע הונדערט טויזנט וואס זענען צווישן די צוויי וועלט־מלחמות געווארן בירגער פון טשעכאסלאוואקיי און רומעניע זענען צוריק ארונטער דער ממשלה פון אונגארן, וועלכע איז געווארן א פארבינדעטער צו נאצי-דייטשלאנד און אויך גענומען רודפ'ן אירע אידישע איינוואוינער.

די טראגעדיע איז נאך גרעסער געווארן ווען דייטשלאנד האט אין פרילינג פון 1944 אליין באזעצט אונגארן און דארט מיט די הילף פון זייערע אונגארישע פארבינדעטע אנגעפאנגען דורכפירן די מאסן־הריגות און שחיטות דורך פארשיקן די אונגארישע אידן אין די נאצישע פארניכטונגס-לאגערן, בעיקר קיין אוישוויץ. אין משך פון בלויז אייניקע חדשים זענען אויף דעם וועג פארטיליגט געווארן העכער א האלבער מיליאן אידן און ס'איז דערמיט געקומען דער טרויעריקער חורבן אונגארן.

בילדער גאלעריע פון דאס אידיש לעבן אין אונגארן

זעט אויך

רעפערענצן

  1. richardsh (2015-05-27). "27 May 1529 Blood Libel and Burning to Death of 30 Jews in Bazin, Hungary #otdimjh". On This Day In Messianic Jewish History (in ענגליש). Retrieved 2020-09-29.
  2. "Pezinok". www.jewishvirtuallibrary.org. Retrieved 2020-09-29.

פון דאס אידישע ווארט

דרויסנדיגע לינקס

טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן, גרינוואלד, אויף היברובוקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!