רוי:טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

טויזנט יאָר אידיש לעבן אין אונגאַרן איז א אידיש ביכל וועגן דער היסטאריע פון אידן אין אונגארן בערך פון ת"ק ביז ת"ש.

דאס בוך, וואס אנטהאלט קנאפע צוויי הונדערט זיבעציג זייטן, איז אפגעשריבן געווארן דורך דעם באקאנטן ת"ח און היסטאריקער הרב יקותיאל יהודה גרינוואלד אום ר"ח סיון, תש"ה. תיכף נאך דעם צווייטן וועלט קריג האט זיך געענדיגט. און איז שפעטער אין יאר תשל"ז איבערגעדרוקט געווארן אין ברוקלין, ניו יארק.

ר' יקותיאל יהודה איז א סיגוטער געבוירענער, און האט שפעטער אימיגרירט קיין אמעריקע און האט געוואוינט אין קאלומבוס, אהייא, וואו ער איז געווען רב ביז זיין פטירה.

אנדערע ביכער און ספרים פון דעם פארפאסער

ער האט מחבר געווען אסאך היסטאריע ספרים אויף לשה"ק, ווי תולדות הכהנים הגדולים, בבלי וירושלמי, מהרי"ל וזמנו און נאך. ווי אויך האט ער פארפאסט אסאך הלכה ספרים, ווי אח לצרה, אוצר נחמד און נאך.

ער האט אויך געשריבן אויפן פארלאנג פון זלמן רייזען פאר זיין "לעקסיקאן" א ווערק אין דער אידישער שפראך "די געשיכטע פון דער אידישער ליטעראטור און פרעסע אין אונגארן", אבער ער רעדט זיך אפ אז ער האט עס צושניטן אויף שטיקלעך און דאדורך עס נישט ארויסגעברענגט פונקט ווי ער האט געוואלט.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!