רוי:פראנץ יאזעף

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער קייסער פראנץ יאזעף, 1915

פראנץ יאזעף דער ערשטער (18טן אויגוסט 1830 - 21סטן נאוועמבער 1916) איז געווען קייסער פון עסטרייך, און קעניג איבער אונגארן, גרינדער פון דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע. אנהייב איז זיין פאליטיק געווען דיקטאטוריש, מיט די יארן איז ער געווארן א ליבעראל, נאך עטליכע אויפשטאנדן קעגן אים. זיין ווייב איז געווען די פרינצעסין עליזאבעט פון בייערן.

ער איז פון די לענגסטע הערשערס אין אייראפע, פון 1848, ווען ער איז געווארן קעניג איבער בעהמען ביז ער איז געשטארבן אין יאר 1916. ער האט איבערגעלעבט אן אטענטאט פארזוך, ווען אן אונגארישער נאציאנאליסט, האט אים פרובירט שטעכן מיט א מעסער.

ער איז געשטארבן 21סטן נאוועמבער 1916, אין ברען פון דער ערשטער וועלט מלחמה.

די יידישע פאליטיק זיינע

ער ווערט פארעכנט אלס זעלטענער יידן פריינד, שענקענדיג זיי גלייכבארעכטיגונג, און יידישע פארשטייער אין פארלאמענט אין וויען. ער האט אויפגעשטעלט א פאנד פאר יידישע מוסדות.

ער איז באקאנט פאר צוויי וויכטיגע הויכפונקטן פון נאנטשאפט צו אידן/אידישקייט דורכאויס זיין קאדענץ, צום ערשטן האט ער גלייך ווען ער האט איבערגענומען דעם טראן פון זיין פעטער דעם קייסער פערדינאנד, האט ער איינגעפירט די עמאנציפאציע וואס איז טייטש גלייכבארעכטיגונג, (ביז דאן זענען אידן געווען צווייט קלאסיגע בירגער).

ווי אויך איז ער באקאנט מיטן דורכפירן און אנערקענען דעם היסטארישן טיילונג אין אונגארן, ווי ער האט געגעבן א רעכט פאר יעדן איד אז ער זאל קענען אנגעהערן צו וועלכע פראקציע ער וויל, אזוי ארום איז אויסגעמיטן געווארן דאס פולקאמע אסימליאציע וואס די פרייע עלעמענטן האבן געוואלט ארויפצווינגען אויף דעם גאנצן אידנטום, און אזוי איז טאקע באקאנט געווען ביז דער צווייטער וועלט קריג, איז אונגארן און זיבנבערגן געווען די גרעסטע פעסטונג פון חרדישע אידן איבער דער גארער וועלט אין דער צייט וואס די אנדערע חלקים פון אייראפע וואס די רעגירונג האט נישט געלאזט זיך צוטיילן זענען געפאלן שטיקער שטיקער, אזש מען האט שוין באלד נישט געוואוסט ווער עס איז יא אפשטאמיג פון אידן און ווער נישט.[מקור פארלאנגט]

אין 1870, צו דער דערעפענונג פון סועץ קאנאל, איז ער געקומען צו דעם מיטל מזרח. ער האט באזוכט ירושלים, וואו ער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד. ער האט געגעבן געלט צו דער תפארת ישראל שול, וואס האט געהאלטן אינמיטן געבויט ווערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!