רבי ישעיה שטיינער פון קערעסטיר
![]() | |||
געבורט |
1851 ה'תרי"א זבאראוו נעבן בארדיוב (היינט אין סלאוואקיע) | ||
---|---|---|---|
פטירה |
ג' אייר ה'תרפ"ה (אלט: 74 בערך) קערעסטיר | ||
כינוי | רבי ישעי'לע קערעסטירער | ||
מקום קבורה | קערעסטיר | ||
רבי'ס |
רבי צבי הירש פון ליסקא רבי חיים האלבערשטאם רבי מרדכי לייפער (נאדווארנא) | ||
ווייב | שרה טאכטער פון הרב יצחק יונה וויינשטאק | ||
דינאסטיע | קערעסטיר | ||
טאטע | רבי משה | ||
מאמע | מרת הענטשא מרים | ||
קינדער | רבי אברהם שטיינער און נאך | ||
|
נוסח פון זיין מציבה
|
---|
הרב הצדיק הקדוש והטהור המפורסם מופת הדור מנורה הטהורה אספקלריא המאירה יחיד בדורו בצדקת פזרונו וישרות דרכי צדקתוכתר שם טוב האי חסיד האי עניו פ' נ' נזר ועטרה אוהב ישראל וקדושו רכבו ופרשו סבא קדישא מרן רבינו ישעיה בן מו"ה משה זצ"ל שומר הברית והחסד אין חקר לחסידותו וקדושתו עמוד גמ"ח ציס"ע מפורסם במדת טובו וענותנותו ידו פרש שר בתפלה ותחנונים ונושעו בתפילתו הלביש ערומים השיא יתומים עוד בימי בחרותו ביתו פתוח כביתו של אאע"ה ובני ביתו היו עניים נהרו אליו רבבות אלפי ישראל מאפסי ארץ ואיים משכיל אל דל מעביר על מדותיו ולא כעס מעולם שרת באמונה לרבו הקדוש מליסקא זי"ע אור עולם השכימו לפתחו חכמי ישראל צדיקם וגדולים זיכה את הרבים אמונה ובטחון נטע בתוכם צדיקי דורו ענו אחריו מקודש ועשו לו סמוכים לחם רב עבד לסעודת דוהמע"ה הרבה זבח ונסכים הצנע לכת בקדושתו אור מופלא ומכוסה בכל הדרכים הכניס אורחים בספ"י האכילם והשקם כבני מלכים חמשים שנה ישב על כסא קדשו והאיר לארץ ולדרים
וביום ג' אייר ח"י ספירה תרפ"ה לפ"ק נתעלה למרום תנצב"ה |
רבי ישעיה שטיינער (גערופן רבי ישעי'לע קערעסטירער; ה'תרי"א, – ג' אייר ה'תרפ"ה) איז געווען דער ערשטער קערעסטירער רבי, און האט געוואוינט אין קערעסטיר אין אונגארן. ער איז געווען א צדיק וואס האט געפועלט ישועות ורפואות אין כלל ישראל, און האט געשטארקט אסאך מענטשן מיט זיין גרויסן חסד און פילע צדקות.
זיין געבורט און יוגנט
רבי ישעי'לע איז געבוירן געווארן אין תרי"א, אין דארף זבאָראָוו (Zborov), אונגארן נעבן בארדיאוו (היינט צוטאגס אין סלאוואקיע), צו זיינע עלטערן, ערליכע תמימות'דיגע אידן, רבי משה און מרת הענטשא מרים שטיינער. ווען ער איז אלט געווען דריי יאר, אום י"ג אלול תרל"ד, איז זיין טאטע נפטר געווארן, אלטזייענדיג פיר און פערציג יאר. זיין צדיקת'דיגע מוטער האט ווייטער ממשיך געווען אים צו מחנך זיין לתורה ויראת שמים. אין עלטער פון צוועלף יאר האט אים זיין מאמע געשיקט צו איר קרוב רבי צבי הירש פון ליסקא, דער "אך פרי תבואה", וועלכער האט אים געשיקט לערנען אין סעמיהאלי.
נאך א האלבע יאר איז ער פון דארט צוריק קיין ליסקא, וואו ער האט געלערנט ביי רבי צבי הירש, וואס האט אים אויך שפעטער אויפגענומען אלס אייגענעם משמש בקודש. עלף יאר האט ער באדינט, נאכגעקוקט, און געלערנט תורה און קדושה פון זיין רבי'ן רבי צבי הירש, בשעת ער אליין האלט זיך פאר א פשוט'ער משמש. אזוי האט ער אונטערגעשריבן זיין נאמען זיין גאנצע לעבן, אויך נאכדעם וואס ער האט שוין געדינט אלס רבי פאר טויזנטער אידן און זיין נאמען איז געגאנגען פאר אים איבער'ן גאנצן לאנד: "הק' ישעי' בן מו"ה משה ז"ל שהי' משמש בקודש אצל הרב הצדיק מליסקא זי"ע"[1].
רבי ישעיה פלעגט אויך פארן צו רבי מרדכי פון נאדווארנא, רבי שמואל פרענקל פון דאראג, רבי חיים פון צאנז, און נאך. אום פרייטאג תזריע, ד' ניסן תרל"ה, האט ער חתונה געהאט מיט שרה, א טאכטער פון הרב יצחק יונה וויינשטאק פון מאד, וועלכער איז געווען באקאנט אין דער אומגעגנט אלס א חסיד און א מכניס אורחים.
קערעסטירער רבי
נאך די פטירה פון רבי צבי הירש פון ליסקא (נפ' י"ד אב תרל"ד), האבן עטליכע צדיקי הדור - צווישן זיי דער 'דברי חיים' פון צאנז און רבי מרדכי פון נדבורנא - אים סומך געווען ממשיך צו זיין דעם דרך פון זיין רבי'ן פון ליסקא און צו פירן זיין עדה. רבי מאטעלע האט זיך אויסגעדריקט, ציטירנדיג די גמרא (סנהדרין פט.): 'כל הכובש נבואתו' – און האט געזאגט: "מרדכי דארף (-טאר) נישט כובש נבואתו זיין, זאלסט וויסן אז מען האט אויסגערופן אין הימל אז ישעי' וועט ממלא מקומו זיין דעם ליסקער"[2]. אבער נאך אנגעצויגנקייט און רדיפות פון חסידים וואס האבן אים נישט געזען אלס דער ממשיך פון רבי הערשעלע, נאר ענדערש רבי חיים פרידלענדער, איידעם פון רבי צבי הירש, האט זיך רבי ישעי'לע אריבערגעצויגן קיין קערעסטיר[3].
אין קערעסטיר איז ער געווארן באקאנט אלס א בעל מופת, און פילע אידן זענען צו אים געפארן, צווישן זיי גרויסע רבנים, וועלכע האבן זיך מדבק געווען אין אים. יעדן שבת און יום טוב איז זיין הויף געווען פיל מיט אידן וועלכע זענען געקומען, און אין די וואכעדיגע טעג זענען פילע געקומען, צו פארציילן אים א צרה, צו פרעגן א עצה, צו געבן א קוויטל און צו באקומען זיין ברכה, דורך וועלכע אסאך זענען געהאלפן געווארן למעלה מדרך הטבע. ער פלעגט צומאל אויך געבן קמיעות פאר ישועות.
זיין אייגנארטיגע הנהגה
גדולים וצדיקי הדור האבן עדות געזאגט אויף אים גרויסע זאכן. מען האט געזאגט אז פון זיין געשטאלט איז ניכר אז ער האט נישט טועם געווען קיין טעם חטא. אויך ווערט פארציילט אז זיין רבי, רבי הערשעלע ליסקער, וועלכער האט אים געקענט פון זיין יוגנט, האט עדות געזאגט אויף אים אז ער איז משומר פון חטא, און האט זיך אויסגעדריקט: "פאר מיין ישעי' האב איך קיין מורא!". אויך איז באקאנט די עדות וואס דערצאנזער רב האט געזאגט אויף אים אז ער איז א נוטר הברית.
וועגן זיין מדת ענוה ווערט פארציילט אז ער האט זיך נישט געפירט מיט די מנהגים און גינונים פון רבנות ואדמו"רות, נאר ער האט אינגאנצן באהאלטן זיין גדלות אין תורה אונטער א מאסקע פון פשטות. אויך ווען ער האט געמאכט טיש, האט ער נישט געזאגט קיין דברי תורה פון זיך אליין, נאר האט פארגעליינט פון ספרי חסידות. ער האט באהאלטן זיינע מדריגות פון יעדנ'ס אויגן. זיין עבודה איז געווען אין גאנצן בפשטות, ער האט נישט געהויבן זיין שטימע ביים דאווענען און זיך נישט געשאקלט גארנישט, און אויך איז ער נישט צוגעגאנגען צום עמוד דאווענען, ווי אנדערע צדיקי החסידות פלעגן טון.
זיין גרויסקייט אין בטחון איז געווען צו באוואונדערן. ער האט זיך קיינמאל נישט געזארגט פאר מארגן. הגם די הוצאות פון זיין שטוב זענען געווען זייער גרויס, צוזאמענשטעלנדיג עסן פאר הונדערטער מענטשן, האט ער זיך שטענדיג בטחון געהאט אין באשעפער אז ער וועט אים שיקן די נויטיגע. און טאקע פון זיין גרויסן בטחון האט ער שטענדיג אראפגעצויגן שפע למעלה מדרך הטבע. מען האט קלאר געזען ווי דער באשעפער האט אים צוגעשטעלט אלעס וואס ער האט געדארפט, פונקט ווען ער האט עס געדארפט.
ער האט געהאט רוח הקודש, און יעדער וואס איז געקומען צו אים האט געזען ממש ווי זיינע אויגן קענען אלעס זען. אויך זענען באקאנט אסאך מעשיות וויאזוי ער האט זיך באשעפטיגט מיט מתקן זיין פארווארפענע נשמות, וועלכע ער האט צוריקגעקערט צו זייער מקור שורש.
חסד און הכנסת אורחים
דאס שפיץ פון זיין גדלות איז געזען געווארן ביי דער מידה פון חסד און הכנסת אורחים וואס ער האט אפגעראכטן אין זיין הויף. זיין הויז איז געווען אפן פאר אלע פארבייגייער ווי דער הויז פון אברהם אבינו. ער האט אליין אויפגענומען יעדן בסבר פנים, און זיי אויסגעטיילט עסן ביז זיי זענען געווארן זאט. מענטשן פלעגן זיך אויפהאלטן אין זיין הויז פאר א לאנגע צייט. (זיין שטוב האט, למשל, געדינט אלס היים פאר א יונגער מיידל, יוטא אונגאר, וואס ער האט אדאפּטירט נאכן טויט פון איר מוטער, און זי איז געבליבן ביי אים ביז זי האט חתונה געהאט[4].) באקאנט איז, אז די גאנצע צייט פון דער ערשטער וועלט קריג זענען די טירן פון זיין הויז געווען אפן פאר אלע אנטלאפענע און משתמטים פון דער מיליטער. אינמיטן קריג האבן זיך דארט אויפגעהאלטן עטליכע הונדערט מענטשן. פאר יעדן איינעם איז געווען צוגעגרייט מטה כסא ושולחן פאר ווי לאנג מען האט זיך אויפגעהאלטן.
אויך איז ארויסגעקומען פון זיין הויז ריזיגע סומעס געלט פאר נויטיגע עניים, און פאר תלמידי חכמים וועלכע האבן זיך געפּלאגט אין תורה. רבי ברוך גארליצער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז פאר די צדקה פון רבי ישעי'לע האט מען דרך ארץ אפילו אין הימל. ווען ער האט נישט געהאט אייגנס צו געבן האט ער געבארגט פאר דעם צוועק[5].
עס איז געווען באקאנט אז אין קערעסטיר טרעפן זיך דאס פלאץ די אורחים, בורחים, און דורכים – די אורחי פורחי, די וואס "אנטלויפן" פונעם אונגארישן מיליטער, און די וואס "פּרעסן" די טרויבן, וואס זענען געקומען צום שכינות'דיגן טאקאי. ער פלעגט אליינס טיילן די עסן, און אפילו פאר די תקיעות אין ראש השנה איז ער געווען פארנומען שניידן און טיילן עסן, זיך אויסדריקנדיג: "די צדיקים זענען יעצט עוסק אין 'רזין דרזין', און איך בין פארנומען מיט 'לשובע ולא לרזון'". ער פלעגט יעדע וואך פּראווען א גרויסע מלוה מלכה, וואו אידן פון די ארומיגע שטעט פלעגן קומען. ר' ישעילע האָט ארגאניזירט הילף פאר פּליטים פון גאליציע בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה.
רבי חנה פון קאלאשיץ, אין דער צייט פון דער קריג ווען ער איז אנטלאפן פון גאליציע קיין אונגארן, האט געפונען א באהעלטעניש אין רבינו'ס בית המדרש פאר עטליכע וואכן, וואו ער האט פון נאנט נאכגעקוקט זיינע הייליגע הנהגות. ווען דער קאלאשיצער איז צוריקגעקומען קיין גאליציע, האט ער שטארק געלויבט רבינו'ס צדקה. ער האט געזאגט: די סייעתא דשמיא וואס זיין זיידע, דער 'דברי חיים' פון צאנז, האט זוכה געווען, אז יעדעס מאל ווען ער האט געדארפט געלט פאר צדקה האט מען אים משפיע געווען פון הימל געלט, אזא סייעתא דשמיא איז אויך זוכה רבי ישעי'לע, וועלכער באקומט שטענדיג געלט פון הימל כדי צו קענען פארטיילן צדקה ברייט-הארציג[6].
זיין ליבשאפט צו יעדן איינעם פון כלל ישראל איז געווען אן א שיעור. ער האט זיין גאנצן לעבן נאכגעיאגט צדקה און געטון חסדים. ער האט רחמנות געהאט אויף דלים ואביונים און מוסר נפש געווען צו טון גוטס פאר יעדן איד. בפרט ביי דער מצוה פון הכנסת אורחים וועלכע ער האט מקוים געווען אויף א וואונדערליכן אופן. ער האט אראפגענידערט פון זיינע הויכע הייליגע מדריגות זיך אפצוגעבן מיט פשוט'ע עולם. ער האט זיך געשטעלט און באהאנדלט אליין דעם גרויסן ציבור אורחים, האט זיי צוגעשטעלט אלע זייערע נויטיגע זאכן און מחיה געווען יעדן. אין דער זעלבער צייט האט ער געווידמעט פון זיין צייט זיך אפצוגעבן מיט פשוט'ע אידן, צו רעדן מיט זיי לויט זייער דרגה, כדי איינצופלאנצן אין זיי אמונה און זיי מקרב זיין צום באשעפער. צוליב דעם אלעם איז ער געווארן באליבט און געהייליגט ביי אלע יראי ה'.
באקאנטקייט און השפעה
אויך צווישן די גויים אין לאנד איז זיין נאמען געווען באקאנט, און זיי האבן אים דערקענט אלס א מלאך מושיע. מלכים און הערשער פונעם לאנד זענען געקומען פרי צו זיין טיר צו באקומען זיין ברכה, סיי ווען איינער פון זיי איז געווען קראנק אין שטוב, און סיי איידער ס'זענען פארגעקומען געשעענישן ווען זיי האבן געשפירט אז זיי דארפן די ברכה פון אן אמת'ן צדיק.
ווען ער האט באקומען געלט פון מענטשן, האט מען געזען ווי ער צעשיידט און צעטיילט אלע מינים געלט פאר זיך. מיט געלט וואס איז געקומען פון א שלעכטן מקור האט ער נאר באנוצט פאר שלעכטע זאכן, און פון געלט וואס איז געקומען פון א טמא'נער מקור, האט ער זיך אינגאנצן אפגעהאלטן פון הנאה האבן דערפון.
רבי ישכר דוב פון בעלזא, אין די צייטן ווען ער איז געווען אין ראצפערט ביי דער ערשטער וועלט קריג, האט ער געשיקט אסאך פון די וואס זענען צו אים געקומען מיט בקשות בעניני פרנסה צום קערעסטירער רבי'ן, זאגנדיג: "דער שליסל פון פרנסה ליגט ביי רבי ישעי'לע". אין איין געלעגנהייט האט זיך דער בעלזער רב אמאל אויסגעדריקט איבער אים און זיין גרויסע השפעה אויף דער גאנצער אומגעגנט, און האט געזאגט אז אפילו אין א ווייטקייט פון הונדערט קילאמעטער פון דער שטאט קערעסטיר ווערט עס גערעכנט אלס אירע גלילות. און דערמיט האט ער געוואלט זאגן, אז אויך די שטאט ראצפערט - וועלכע געפינט זיך אין די הונדערט קילאמעטער - געהערט צו די גלילות פון קערעסטיר, און ווערט גערעכנט אלס דעם אתרא פון הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע[7].
זיין פטירה און ציון
נאך דעם יום טוב פסח אין יאר תרפ"ה, האט זיך רבי ישעי'לע געגרייט צו פארן קיין צאנז, צום יארצייט פון דער 'דברי חיים' אום כ"ה ניסן. אבער פלוצלינג איז ער זייער אפגעשוואכט געווארן. די מקורבים האבן פרובירט אים אפצוהאלטן פון דער נסיעה, אדער כאטש ער זאל פארן מיטן שנעל-צוג. אבער רבינו האט אפּגעזאגט אויך דאס, ווייל ער האט נישט געוואלט צולייגן צו די הוצאות הדרך, ווארום זיין גאנצע געלט איז מוקדש פאר צדקה.
דארט אין צאנז האט ער ארויפגעטרעטן אויף א פארזשאווערטע נאגל וואס האט אים געברענגט פארגיפטיגונג[מקור פארלאנגט]. ווען ער איז צוריקגעקומען פון צאנז איז ער זייער קראנק געווארן, און דאן האט ער אנגעהויבן זיך גרייטן צו צוריקקערן זיין נשמה צום בורא. צווישן אנדערן האט ער אויך געזארגט אז מען זאל קאכן אסאך עסן פאר די מענטשן וואס וועלן זיך איינזאמלען ביי זיין לויה, ווי פארציילט, אז ווען ער האט געשפירט אז זיין צייט איז געקומען זיך צו געזעגענען פון דער וועלט, האט ער גערופן איינעם פון די מקורבים וועלכער איז געווען אחראי אויף דעם קיך און אים געזאגט: "נאך א וויילע וועט דא זיין א לויה, און מסתמא וועלן דא אנקומען פיל אידן פון ווייטע ערטער. דערפאר, לייגט בבקשה אויפ'ן פייער גרויסע טעפ פול מיט "קרומפירן" (קארטאפל) מיט אסאך פוטער, כדי די געסט זאלן האבן מיט וואס צו דערכאפן דאס הארץ".
רבי ישעי'לע האט נאך געזארגט אז אפשר וועלן די מקורבים זיין פארנומען מיט זייער טרויער און זיי וועלן נישט באהאנדלען דאס אויסגעבן די עסן ווי עס דארף צו זיין. דערפאר האט ער געשיקט רופן א פרוי וואס האט געדארפט א ישועה, ער האט איר צוגעזאגט אז אויב זי וועט זארגן און באהאנדלען ביי דער צייט פון דער לויה די אויסגעבן דאס עסן פאר די געסט, וועט זי האבן א ישועה. מיט איר גרויסן אמונה אין דער הבטחה פון צדיק, איז די פרוי געשטאנען אינעם קאך במשך דעם טאג פון דער לויה און האט געשריגן: טייערע אידן, ביטע האט רחמנות אויף מיר, און קומט נעמען פון מיר עסן, ווייל איך דארף א ישועה. און דער רבי האט מיר צוגעזאגט אז אויב איר וועט קומען עסן – וועל איך געהאלפן ווערן.
א טאג פאר זיין פטירה האט ער באפוילן צו זינגען שבת ניגונים, זאגנדיג "ס'איז שבת היינט!". איידער זיין פטירה, האט ער זיך איינגעשפארט אויף א לענגערע צייט מיט זיין אייניקל רבי מאיר יוסף רובין. און אום מאנטאג פארטאגס, ג' אייר תרפ"ה, איז זיין נשמה ארויף מתוך דביקות ויחודים עילאים. צו זיין לוויה זענען זיך צוזאמגעקומען טויזנטער אידן פון די געגנטער ארום קערעסטיר, און צוליב דעם געדרענג האט מען אויפגעגראבן א מקוה אין הויף פונעם נפטר און אים דארטן גע'טובל'ט, אנשטאט צו פירן צו דער געווענליכער מקוה. ביי די לוויה זענען נישט געזאגט געווארן קיין הספדים, לויט זיין פארלאנג, און ער איז באהאלטן געווארן אין קערעסטיר אויף זיין געבעט, נעבן זיין ערשטע רעבעצין, וואו מ'האט שפעטער געבויט א אוהל איבער זיי. זיין ציון הקודש אויפן בערגל אין דעם בית החיים אין קערעסטיר איז געווארן א מאגנאט און א תל תלפיות פאר רבבות אחינו בני ישראל פון דאן ביז היינט.
נאך זיין פטירה האט זיין זון רבי אברהם אים איבערגענומען, אבער איז אוועק ווייניגער ווי צוויי יאר דערויף (י"ח אדר תרפ"ז), ווען אויף זיין ארט איז געקומען זיין איידעם, רבי מאיר יוסף רובין, וואס איז ערמארדעט געווארן דורך די נאציס אין אוישוויץ.
פאמיליע
רבי ישעי'לע האט זייער געליטן פון צער גידול בנים, און אכט פון זיינע צוועלף קינדער זענען אוועק אין די יוגנט[8]. זייערע נעמען זענען געווען: משה, חיה מאטיל, יצחק יונה, צבי, יוכבד, הענטשא מרים, חיים, לאה[9].
די פארבליבענע זענען ווי פאלגנד:
- רבי אברהם, זיין ממלא מקום.
- מרת רבקה פייגא, פרוי פון רבי ראובן חיים קליין אב"ד סאנינא (Sonina), מחבר ספר 'מטה אהרן' (אומגעקומען כ"ט אב ה'תש"ב אויף קידוש השם).
- מרת רחל, פרוי פון רבי ישראל אברהם אלטער לאנדא אב"ד עדעלין (Edelény) און מחבר ספר 'בית ישראל' (י"ב שבט ה'תש"ב)[10].
- מרת קריינטשא, פרוי פון רבי שמואל גראס אב"ד קראלי, מחבר ספר 'עלה שמואל' (אומגעקומען י' סיון ה'תש"ד אויף קידוש השם).
אום דינסטאג מטות מסעי, כ"ב תמוז תרפ"ב, איז אוועק די ערשטע ווייב פון רבי ישעיה'לע, און זי איז באהאלטן געווארן אין בית עולם אין קערעסטיר. א קורצע צייט דערנאך האט ער חתונה געהאט מיט שרה[11], א טאכטער פון רבי משה שמעון הלוי ראטה, דיורער רב, א זון פון רבי יואל צבי ראטה דער רב פון חוסט בעל "בית היוצר". די חתונה איז פארגעקומען אין שאראש-פאטיק. זי איז אוועק צוועלף יאר נאך אים, אום מוצאי שבת וירא, ט"ז חשון תרפ"ז, און מען האט איר באהאלטן נישט ווייט פון רבי ישעי'לע'ס אהל[12].
אנדענק
יארן לאנג איז דער ציון איבער זיין קבר געווען א קליינע און צעבראכענע; אין יאר תשע"ג האט עס אן אייניקל פון רבי ישעי'לע, הרב רובין, איבערגעבויט און פארברייטערט, און פון דעמאלט קומט אהין א גרויסער ציבור דורכאויס דעם יאר, און איבערהויפט אום ג' אייר צום יארצייט[13]. הרב רובין האט אויך אפּגעקויפט דעם וואוינונג פון זיין זיידן, רבי ישעי'לע, און נאך א הויז נעבן דעם, און אויפגעשטעלט א בית־מדרש פאר אידן, וואס זענען דארט יעדן שבת[14].
איידער זיין פטירה האט רבי ישעי'לע באפוילן זיינע קינדער אז זיי זאלן ממשיך זיין זיינע פעולות פון צדקה וחסד. זיינע אייניקלעך זענען עוסק אין דעם דורך צושטעלן עסן און טרינקען אין די הויז פון רבי ישעי'לע אין קערעסטיר[15], און דורך אנדערע צדקה ארגאניזאציעס איבער די וועלט, ווי די רב להושיע ארגאניזאציע אין ארץ ישראל וואס פארטיילט בעיבי פארמולע[16]. נאך ארגאניזאציעס און פאלקסקיכער זענען דא אויף זיין נאמען דורך אנדערע אידן, אין קערעסטיר[17], אמעריקע[18], ארץ ישראל און אייראפע. אין אסאך פלעצער איבער דער וועלט טיילט מען עסן און טרינקען אין טאג פון זיין יארצייט.
עס זענען דא וואס האלטן זיינס א בילד אלס א סגולה צו דערווייטערן מייז[19], טראץ וואס ביי די אייניקלעך איז אנגענומען אז עס האט נישט קיין אמת'ן מקור, און רבי ישעי'לע אליין האט זיך קעגנגעשטעלט צו אים פאטאגראפירן[20].
רבי ישעי'לע האט געהאט א ברודער ר' יהודה צבי שטיינער וואס האט עמיגרירט קיין אמעריקע, האט געוואוינט אין ניו יארק. ער איז נפטר געווארן י"ב אייר תרע"ו און איז באערדיגט אין סטעטן איילענד. די חסידים האבן אויך געמאכט זיין קבר אלס פּלאץ צו באזוכן[21].
ליינט מער
- יוסף מרדכי גינצלער, מי באר ישעיהו, טארנא סלאוואקיי תרפ"ח און ירושלים תשי"ז
- יוסף מרדכי גינצלער, חזון ישעיה: לעבענס בעשרייבונג, וויא אויך ערצעהלונגען פאן ר׳ ישעיעלע קערעסטירער, טארנא תרפ"ט
- משה יוסף פרידלענדער, בתי אבות, ירושלים תשכ"ה
- ישראל יעקב וידאווסקי, תולדות הצדיק ר' ישעיה'לע מקערעסטיר, מכון אבן ישראל, ירושלים תשנ"ו
- שלום אליעזר ליכטענשטיין, מנחם מענדל רובין (רעדאקטארן), מופת הדור, ברוקלין תשע"א
- פנחס מילער, קהלת קריסטיר, עולמו של אבא, (דאונלאוד), עמ' קנב-קנה
דרויסנדיגע לינקס
- "רבי ישעי' שטיינער מקערעסטיר זצ"ל - ג' אייר תרפ"ה", אשכול אויף אייוועלט
- "קערעסטיר" טעג - אויף קברי צדיקים זייטל
- "הרב הקדוש רבי ישע'הלה מקרעסטיר" אויף תולדות זייטל
- די וואונדערליכער כאַראַקטער פון רבי ישעי'לע פון קערעסטיר - אויף JDN זייטל
- רבי ישעיה בן משה שטיינר (1851-1925), אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
- מורשת מאגאזין, אייר תשפ"ב, דורך רב להושיע
רעפערענצן
- ↑ פאָטאָגראַפיע פון די חתימה איז פארהאן אין ספר פון הרב וידאווסקי זייט 13
- ↑ מי באר ישעיהו, עמ' יז
- ↑ מופת הדור עמוד ע"ז
- ↑ Stuart Ungar; Irene Boehm
- ↑ מי באר ישעיהו, עמ' לח
- ↑ 'מופת הדור', עמ' רמט
- ↑ 'אור הצפון' קובץ סז, טבת תשע"ה, מדור 'ביד רמה'
- ↑ זעט א שמועס אויף אייוועלט
- ↑ דער וואונדערליכער צדיק, ביים סוף
- ↑ ליינט איבער רבי ישראל אברהם אלטער
- ↑ געווען בעפאר חתונה געהאט צו רבי יוסף קרויס פון סאטמאר
- ↑ דער וואונדערליכער צדיק, זייט 778
- ↑ טויזנטער אויף זיין ציון אויף JDN זייטל
- ↑ יעקב מאור, וואונדער ראבינערס פון אונגארן, ותוליכנו לשלום, אויגוסט 5, 2017 (ענגליש)
- ↑ "Rabbiház" – "רבי ישעי'לעס הויז" אויף גוגל מאפעס
- ↑ דער ארגאניזאציע'ס וועבזייטל
- ↑ זעט איבער "רבי ישעי'לעס גאסטהויז", אונטער די פירערשאפט פון משה יוסף פריעדלענדער
- ↑ זעט וועבזייטל "רבי ישעי'לעס קאך", אן ארגאניזאציע וואס גיבט הילף און ראט פאר פאמיליעס אין נויט; "מרבה לשובע קרית יואל א רעוואלוציע בעולם החסד", אשכול אויף אייוועלט, א פאלקסקיך אין אנדענק פון רבי ישעי'לע; און נאך פילע.
- ↑ אויף דרשו זייטל
- ↑ מופת הדור זייט ת"צ
- ↑ "רבי יהודה צבי שטיינער אחיו של רבי ישעיה מקערעסטיר - י”ב אייר תרע”ו", אשכול אויף אייוועלט; Rabbi Yehuda Tzvi Steiner, אויף kevarim.com