רוי:רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק
רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק (ה'ת"צ - א' אייר ה'תקמ"ח) איז געווען פונעם ערשטן דור מנהיגים פון חסידים. באקאנט ווי רבי מענדעלע וויטעבסקער.
אָפּשטאַם
רבי מענדעלע איז געבוירן געוואָרן אין יאָר ה'ת"צ אין וויטעבסק, רייסן (דעמאָלסט אין פוילן, היינט אין בעלארוס), צו זיין פאָטער הרב משה, אין צו זיין מוטער מרת ליבא.
רבנות
ער איז געווען איינער פון די ערשטע גדולים אין דער געשיכטע פון דער חסידישער באַוועגונג. אַ חשובער תּלמיד פונעם מעזריטשער מגיד, האָט ער געשפּילט אַ בכבודיקע ראָלע אין פאַרשפּרייטן חסידות אין רייסן (ווייסרוסלאַנד) און ליטע. נאָך דער פּטירה פונעם מעזריטשער מגיד איז ער געוואָרן דער מנהיג פון חסידים אין יענע מקומות. זיין ייִנגערער מיטצייטלער און דער קומענדיגער גרינדער פונעם חב"ד-חסידות, רבי שניאור זלמן ליאַדער, האָט אים דאַן געהאַלטן פאַר זיין רבי'ן.
עליה
אין חודש אדר ה'תקל"ז האט רבי מענדעלע באשלאסן ארויף צוגיין קיין ארץ ישראל, און זיך געלאזט אין וועג אריין אין איינעם מיט רבי אברהם פון קאליסק און רבי ישראל פאָלאָצקער און נאך דריי הונדערט חסידים, און אין חודש אלול זענען זיי אנגעקומען קיין ארץ ישראל. אין אנפאנג, האָט ער זיך באַזעצט אין פקיעין, דערנאך אין צפת. אין יאר ה'תקנ"ג, נאך רדיפות פון די טערקן, איז ער אַריבערגעפאָרן קיין טבריה.
הסתלקות
אין חודש אב תקמ"ז איז רבי מענדעלע קראנק געווארן. רבי מענדעלע איז נפטר געווארן אין טבריה א' אייר ה'תקמ"ח, און ער ליגט אין דעם אלטן בית החיים פון טבריה, אין דעם חלקת תלמידי בעש"ט.
זיינע ספרים
- פּרי הארץ
- פּרי העץ
- ליקוטי אמרים
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!