רבי מרדכי טווערסקי
דער אוהל אויפן ציון אין אנאטיווקא | |||||
געבורט |
1770 ה'תק"ל טשערנאביל | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה |
כ' אייר ה'תקצ"ז (אלט: 67 בערך) קיעוו | ||||
כינוי | רבי מאטעלע טשערנאבילער | ||||
מקום קבורה | אנאטיווקא | ||||
מדינה | אוקראינע | ||||
וואוין אָרט | טשערנאביל | ||||
טעטיגקייט אָרט | טשערנאביל און ארום | ||||
תחומי עיסוק | אדמו"ר | ||||
תפקידים נוספים | מגיד מישרים | ||||
רבי'ס | דער מאור עינים | ||||
תלמידים | רבי ישראל דב פון ווילעדניק, רבי אברהם דוב אויערבאך, רבי ישראל יוסף גינזבורג. | ||||
ספרים | ליקוטי תורה | ||||
ווייב |
| ||||
דינאסטיע | טשערנאביל | ||||
טאטע | דער מאור עינים | ||||
מאמע | שרה | ||||
צאל קינדער | 11 | ||||
חותנים | |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
|
רבי מרדכי טווערסקי (גערופן: רבי מאטעלע טשערנאבילער אדער טשערנאבילער מגיד; טשערנאביל, ה'תק"ל – קיעוו, כ' אייר ה'תקצ"ז), איז געווען דער צווייטער טשערנאבילער רבי. זיינע אלע זון זענען אויך געווען רבי'ס, טייל נאך ווען ער האט געלעבט, שטייענדיג אין שפיץ פון די גרויסע חסיד'ישע הויפן טשערנאביל, טריסק, טאלנא, סקווירא און רחמיסטריווקא, צווישן אנדערע.
ביאגראפיע
רבי מאטעלע איז געבוירן אין טשערנאביל צו שרה און רבי מנחם נחום פון טשערנאביל, א תלמיד פון בעל שם טוב און רבי דוב בער פון מעזריטש און מחבר פון מאור עינים.
אין זומער תקל"ב, ווען ער איז געווען ארום דריי יאר, איז ער א חתן געווארן מיט חיה שרה, א טאכטער פון רבי אהרן הגדול פון קארלין, וועלכער איז נפטר געווארן עטליכע חדשים פריער אין י"ט ניסן[1]. די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקמ"ג-תקמ"ד[1]. מיט זיין ערשטע רעבעצין האט ער געהאט דריי זון און איין טאכטער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו פייגא, א טאכטער פון רבי דוד לייקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון בעל שם טוב, און געהאט מיט איר נאך פינף זון און צוויי טעכטער.
ווען די רוסישע רעגירונג האָט פארלאנגט פון אירע איינוואוינער אז זיי זאָלן זיך רופן אויך מיט א פאמיליע-נאמען, האָט ער אויסגעקליבן דעם נאָמען "טווערסקי" נאך דער שטאָט טבריה, וואו עס האבן זיך באזעצט די חסידים וואס זענען ארויף קיין ארץ ישראל[2].
נאך די פטירה פון זיין פאטער אין תקנ"ח, האט רבי מאטעלע איבערגענומען זיין ארט, אלס מגיד מישרים און רבי אין טשערנאביל. רבי מרדכי האט געהאט אסאך חסידים דורכאויס גאנץ אוקראינע און וואהלין, און פילע שטעט האבן אים באשטימט פאר זייער מגיד מישרים. רבי שלום רוקח פון בעלזא האט אמאל געזאגט ביים שבת טיש, אז ווען זיי וואוינען ווען אין זעלבן לאנד וואלט ער געפארן פילע פרסאות צו זיין ביי רבי מרדכי[3].
אנדערש ווי זיין פאטער וואס האט געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, האט רבי מרדכי זיך געפירט מיט א ברייטן פארנעם. דאס האט פאראורזאכט א געוויסע רייבעניש צווישן זיינע חסידים און די חסידים פון רבי ישראל פון רוזשין, וואס איז געווען זיין מחותן און פלומעניק (אייניקל פון זיין שוואגער רבי אברהם פון קארסטשאוו), וואס אויך ער האט זיך געפירט מיט ברייטקייט. רבי מאטעלע פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גרויסע סכומים פון געלט. ביי חסידים פלעגט מען זאגן אז דאס געלט האט ער גענוצט אויסצוהאלטן די ל"ו צדיקים, אן אויפגאבע וואס ער האט איבערגענומען פון רבי לייב שרה'ס[4].
די דברי תורה וואס ער האט געזאגט זענען פארעפנטליכט געווארן אינעם ספר "ליקוטי תורה", וואס די מנהיגי החסידות האבן געשריבן הסכמות דערויף. אין תשס"א איז עס איבערגעדרוקט געוואָרן אין אַ איבערגעארבעטע אויסגאַבע.
צווישן חסידים ווערט פארציילט אז ווען רבי מרדכי האט נאך געלעבט, האט שוין רבי ישראל פון רוזשין א נאמען געגעבן פאר זיין זון רבי מרדכי שרגא פרידמאן פון הוסיאטין נאך זיין פעטער רבי מרדכי, זאגנדיג אז שוין אפאר יאר וואס דער פעטער איז נישט אויף דער וועלט, נאר גאר העכער דערפון.
ער איז אוועק אין אנאטיווקא, נעבן קיעוו, אום כ' אייר ה'תקצ"ז. ער האט זיך שוין פון פריער באשטימט זיין מקום קבורה ביים עק פון דעם דארף, צוליב וואס דארט איז נישט פארהאן קיין איין קלויסטער וואס זאל צעשטערן זיין רו מיט גלעקער. זיין ציון געפונט זיך אינמיטן א פוסטן פעלד, נעבן בערג און א טייך.
פאמיליע
פון זיין ערשטע פרוי חיה שרה האט ער געהאט:
- רבי אהרן, ממלא מקום פון טאטן אין טשערנאביל
- רבי משה פון קאריסטשאוו
- רבי יעקב ישראל פון טשערקאס
- מלכה, ווייב פון הרב יחיאל מיכל פון דראהאביטש, אן אייניקל פון רבי יוסף פון יאמפאלא, זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב
פון זיין צווייטע פרוי פייגא האט ער געהאט:
- רבי מנחם נחום פון מאקארוב
- רבי אברהם, טריסקער מגיד און מחבר פון מגן אברהם
- רבי דוד פון טאלנא, מחבר פון מגן דוד און ברכת דוד
- רבי יצחק פון סקווירא
- רבי יוחנן פון רחמיסטריווקא
- חנה חיה (ה'תק"ע–ה'תרנ"ג), ווייב פון רבי דוד האראדעצקי, אייניקל פון רבי דוד לייקעס
- שיינדיל (ה'תקפ"א–ה'תרס"א), ווייב פון רבי דוב בער פרידמאן פון ליעווא, זון פון רבי ישראל פון רוזשין
זייערע קינדער און אייניקלעך פון די "טווערסקי" פאמיליע זענען געווען רבי'ס אין רוסלאנד און פוילן, און צווישן זיי זענען אויך געווען סוחרים און געלערנטע.
תלמידים
צווישן זיינע תלמידים האבן זיך געציילט רבי ישראל דב פון ווילעדניק; רבי אברהם דוב אויערבאך, דער "בת עין"; און רבי ישראל יוסף גינזבורג פון דאוויד-האראדאק (העב').
ליינט מער
- רבי מרדכי טווערסקי, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
- נפלאות הצדיקים, נפלאות הרב הקדוש מטשערנאביל, אויף אוצר החכמה
- אהרן דוד טווערסקי, היחס מטשרנוביל ורוזין, פרק ג', אויף אוצר החכמה
דרויסנדיגע לינקס
ספר ליקוטי תורה:
- ליקוטי תורה, לעמבערג תרל"ד, פונעם ליובאוויטש קאלעקציע אינעם רוסישער שטאַט ביבליאָטעק
- ליקוטי תורה, פיעטרקוב תרמ"ט, אויף היברובוקס
- ליקוטי תורה, ירושלים תשס"א
- הדרכות פון רבי מרדכי פון טשערנאביל, בפרויקט "כתיב" באתר הספרייה הלאומית
תולדות און עובדות:
- "רבי מרדכי מטשערנאביל זצ"ל - כ' אייר תקצ"ז", אשכול אויף אייוועלט
- ליבעסקינד, נפלאות הרה"ק מטשערנאביל: דער טשערנאבלער מגיד, ווארשא תרצ"ו, במאגר הספרים הסרוקים של הספרייה הלאומית
- הרב מנשה ישראל רייזמאן, יארצייט פון רבי מרדכי פון טשערנאביל זי"ע, שיעור צו זען אויף "קול הלשון", בהר בחוקתי תש"פ
- ישעיה וואלף ציקערניק, ספורים ומאמרים יקרים, ווארשא תרסג, אויף היברובוקס
- צדקת הצדיק, אויף גל עיני זייטל
- תולדות הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זצ"ל, אויף הידברות זייטל
- זוך אויף מרדכי בן מנחם נחום, מצ'רנובל, 1770-1837 אינעם מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 ילקוט מאורי אור, שיכון סקווירא תשנ"ז, עמוד רנ"א
- ↑ די משפחה נאמען טווערסקי, אורות, אייר תשפ"ג, אויף Academia.edu
- ↑ ליקוטי תורה, אין הסכמה פון רבי יוסף שאול נאטאנזאהן
- ↑ יוסף ליפשיץ, החכמה מאי"ן (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)